פּאָליטיק

מער פֿון אַ יאָר איז אַדורך זינט דער אויגוסט-מלחמה צווישן גרוזיע און רוסלאַנד, אַזוי אַז די וווּנדן זײַנען נאָך פֿריש פֿון ביידע זײַטן. און די באַשולדיקונגען אויך. ווער איז שולדיק? ווער האָט דעמאָלט אָנגעהויבן דעם מיליטערישן קאָנפֿליקט? ווי אַזוי האָט זיך עס אַנטוויקלט? אויף אָט די און אַנדערע פֿראַגעס פּרוּווט ענטפֿערן דער 1,100־זײַטיקער באַריכט, וועלכן עס האָט צוגעגרייט אַ קאָמיסיע פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג.

לויט דעם דאָזיקן אייראָפּעיִשן אַנאַליז באַקומט זיך, אַז סײַ דעם גרוזינישן פּרעזידענט מיכאַיִל סאַאַקאַשווילי סײַ דעם רוסישן פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו וואָלט מען געדאַרפֿט מישפּטן ווי פֿאַרברעכער. סאַאַקאַשווילי איז, ווי עס ווײַזט דער באַריכט, געווען דער ערשטער, וואָס האָט געגעבן די קאָמאַנדע צו שיסן און דערמיט אָנגעהויבן די מלחמה. מע קען ניט בשום-אופֿן באַרעכטיקן די אַטאַקע אויף צכינוואַלי — די הויפּטשטאָט, מישטיינס געזאָגט, פֿון דרום-אָסעטיע. ווי אַ פּועל-יוצא, איז געשאַפֿן געוואָרן אַ סכּנה פֿאַר די רוסישע שלום-אונטערהאַלטנדיקע כּוחות, און די רוסישע אַרמיי האָט זיי געדאַרפֿט פֿאַרטיידיקן. אַזוי וואָלט געטאָן יעדע מדינה.

מיט אָט דעם אויספֿיר פֿון דעם באַריכט איז געבליבן זייער צופֿרידן, פֿאַרשטייט זיך, דער רוסישער צד. רוסישע מלוכה-לײַט און נאַציאָנאַליסטן טענהן איצט: גיט אַ קוק, אַפֿילו די אייראָפּעיִשע קאָמיסיע, וואָס האָט לחלוטין ניט סימפּאַטיזירט מיט דער מאָסקווער פּאָזיציע, דעפֿינירט גרוזיע ווי דעם אַגרעסאָר (כאָטש דאָס וואָרט "אַגרעסאָר" ווערט ניט גענוצט אין דעם אייראָפּעיִשן אַנאַליז). אין דער אמתן, איז עס נאָר אַ טייל פֿון די אויספֿירן.

דער זעלבער באַריכט באַשולדיקט רוסלאַנד אין פּראָוואָצירן דעם קאָנפֿליקט און אין פֿירן אַ ניט-באַרעכטיקטע מעכטיקע מיליטערישע קאַמפּאַניע קעגן גרוזיע, בעת וועלכער עס זײַנען געווען צײַטווײַליק אָקופּירט אַ סך געגנטן פֿון דעם לאַנד. נאָך מער: די רוסישע אַרמיי האָט ניט אָפּגעשטעלט די דרום-אָסעטישע מיליטערלײַט צי פּשוט באַנדעס, ווען זיי האָבן געראַבעוועט גרוזינישע דערפֿער און אַרויסגעטריבן פֿון זיי די תּושבֿים. דער סוף איז, אַז צענדליקער טויזנטער גרוזינער בלײַבן נאָך אַלץ פּליטים, ווײַל זייערע דערפֿער געפֿינען זיך אין דרום-אָסעטיע.

ס׳רובֿ דרום-אָסעטיער און אַבכאַזיער האָבן קיין מאָל ניט געוואָלט בלײַבן אין באַשטאַנד פֿון דער אומאָפּהענגיקער גרוזיע. זייערע צווישן־באַציִונגען האָבן טיפֿע היסטאָרישע וואָרצלען, און די ערשטע גרוזינישע רעגירונג האָט געמאַכט דעם מצבֿ נאָך קאָמפּליצירטער, ווען מע האָט באַשלאָסן איבערצובויען דאָס לאַנד לויט אַן אוניטאַרן פּרינציפּ און דערפֿאַר ליקווידירן די נאַציאָנאַלע אויטאָנאָמיעס. רוסלאַנד האָט ניט דורכגעלאָזט די מעגלעכקייט זיך אַרײַנצומישן אין דעם בירגער־קריג, וואָס האָט זיך דעמאָלט צעברענט, און געשטעלט די צוויי טעריטאָריעס אונטער איר קאָנטראָל. אין פֿעברואַר 2008, ווען די מערבֿ-וועלט האָט געשטיצט די אומאָפּהענגיקייט פֿון קאָסאָוואָ, האָט רוסלאַנד עס אויפֿגענומען ווי אַ סיגנאַל, אַז מע קען אָנהייבן "לעגאַליזירן" די עטנישע אַנקלאַוון, וועלכע האָבן שוין זינט אָנהייב 1990ער יאָרן פֿאַקטיש געלעבט באַזונדער.

ס׳איז, בכלל, אַ פּראָבלעם, וואָס איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, דהײַנו: אין 1991, ווען די קאָמוניסטישע אימפּעריע איז זיך צעפֿאַלן, האָט מען זיך ניט צונויפֿגערעדט, וואָס צו טאָן מיט די אָפֿט מאָל קינסטלעך צונויפֿגעשטוקעוועטע רעפּובליקן. דרום-אָסעטיע און אַבכאַזיע זײַנען טאַקע אַ טייל פֿון אַזעלכע פּראָבלעמען. נאָך דער אויגוסט-מלחמות האָט רוסלאַנד די צוויי עטנישע אַנקלאַוון אָנערקענט, ווי טערקײַ האָט עס בשעתּו געטאָן מיט צפֿון-ציפּרוס. דער אונטערשייד איז, אַז צפֿון-ציפּרוס האָט קיין איין אַנדערע מדינה ניט אָנערקענט. דרום-אָסעטיע און אַבכאַזיע האָט אָפֿיציעלע פֿאַרבינדונגען אַזש מיט צוויי לענדער: ווענעזועלאַ און ניקאַראַגואַ. ווײַסרוסלאַנד האַלט אין איין צוזאָגן אויך צו אָנערקענען די צוויי "מדינות".

עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אין מערבֿ-אייראָפּע האָט מען ניט אַזוי שאַרף אויפֿגענומען די אויגוסט-מלחמה גופֿא, ווי מע איז אויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿון דער מלוכישער אָנערקענונג פֿון די צוויי עטנישע אַנקלאַוון. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז אין מאָסקווע האָט מען איצט חרטה וועגן דער אײַלעניש צו "לעגיטימיזירן" די צוויי טעריטאָריעס. אייראָפּע אַרבעט דאָך הײַנטיקע צײַטן לויטן פּרינציפּ פֿון צונויפֿגערעדקייט. קאָסאָוואָ איז ניט מער לאָגיש ווי אַ באַזונדערע מדינה איידער, אַ שטייגער, אַבכאַזיע. אָבער וועגן קאָסאָוואָ האָט מען זיך צונויפֿגערעדט, און דאָס האָט עס געמאַכט לאָגיש. מיט דער ניט צונויפֿגערעדטער אָנערקענונג האָט רוסלאַנד פֿאַרטריבן דעם ענין אין אַ טעמפּן ווינקל, און אַזוי וועט עס שוין בלײַבן אויף לאַנגע יאָרן.

דער אייראָפּעיִשער באַריכט רעדט אויך וועגן דער סכּנה פֿון אַ נײַער מלחמה, וואָס לויערט איבער דעם ראַיאָן אויף דער רוסיש-גרוזינישער גרענעץ. רוסלאַנד זאָגט זיך אָפּ צו רעאַליזירן די פֿריִערדיקע צונויפֿגערעדקייטן, בפֿרט וועגן צולאָזן אין די גרענעץ-ראַיאָנען אינטערנאַציאָנאַלע אויפֿזעער. ניט לאַנג צוריק, בעת זײַן באַזוך אין אַמעריקע, האָט דמיטרי מעדוועדיעוו געזאָגט, אַז מיט מיכאַיִל סאַאַקאַשווילי וועט ער קיין געשעפֿטן ניט פֿירן. די צײַט היילט, און אפֿשר וועט דער מצבֿ זיך כאָטש אַ ביסל בײַטן, ווען אַנדערע פּרעזידענטן וועלן זיך באַווײַזן אין רוסלאַנד און אין גרוזיע. דערווײַל איז — חושך.