געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם ערשטן דריטל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז דײַטשלאַנד געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿון ייִדישן לעבן און קולטור. דורך דײַטשלאַנד זײַנען געליגן די וועגן פֿון ייִדישער עמיגראַציע פֿון מיזרח קיין מערבֿ; דאָ האָבן זיך געפֿונען וויכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע אינסטיטוציעס, און די דײַטשישע שפּראַך האָט געדינט ווי די אינטערנאַציאָנאַלע "ייִדישע" שפּראַך, אַזוי ווי ענגליש הײַנט. אין דער לעצטער צײַט האָט דײַטשלאַנד ווידער פֿאַרנומען דאָס חשובֿע אָרט אויף דער ייִדישער מאַפּע, ניט נאָר אַ דאַנק דער נײַער אימיגראַציע פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אויך ווי אַ נײַער צענטער פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען. דײַטשישע אוניווערסיטעטן האָבן אויפֿגעבויט גרונטיקע פּראָגראַמען אין ייִדישע לימודים, וואָס גרייטן צו אַ נײַעם דור ייִדישע פֿאָרשער ניט נאָר פֿאַר די דײַטשיש־רעדנדיקע לענדער, נאָר אויך פֿאַר עקספּאָרט; דער עיקר, קיין ענגלאַנד און אַמעריקע.

צוויי אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין מיט־אָקטאָבער אין שמעון־דובנאָוו־אינסטיטוט אין לײַפּציג און אינעם ייִדישן מוזיי אין בערלין, קאָנען דינען ווי אַ באַווײַז פֿונעם וואַקסנדיקן חשיבֿות פֿון דײַטשלאַנד אויף דער וועלט־בינע פֿון ייִדישע לימודים. דער פּרעפֿיקס "טראַנס־" אין פֿאַרשידענע קאָמבינאַציעס האָט בולט פֿיגורירט אין די טיטלען פֿון ביידע קאָנפֿערענצן, וואָס שפּיגלט אָפּ דעם הײַנטיקן אַקאַדעמישן פֿאָקוס אויף די פּראָצעסן פֿון איבערגאַנג, איבערגעבן און איבערזעצן.

די לײַפּציגער קאָנפֿערענץ איז געווען געווידמעט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכם, אָבער די רעפֿעראַטן האָבן באַרירט אַ ברייטערן טעמאַטישן קרײַז אַרום דעם ענין פֿון איבערזעצן. דעם דאָזיקן באַגריף האָט מען באַהאַנדלט פֿון פֿאַרשידענע קוקווינקלען. קודם־כּל, נאַטירלעך, האָט מען אַנאַליזירט די איבערזעצונגען פֿון שלום־עליכמס ווערק, אויף רוסיש (גענאַדי עסטרײַך, ניו־יאָרק) און עבֿרית (בני מר, תּל־אָבֿיבֿ). ביידע רעפֿערענטן האָּבן דערוויזן, ווי אַזוי מען האָט צוגעפּאַסט שלום־עליכמס ווערק צו דער קולטורעלער פּאָליטיק אין רוסלאַנד און ישׂראל. לעאָניד קאַציס (מאָסקווע) איז אַרויס מיט אַן אינטערעסאַנטער השערה, אַז דער ראָמאַן "דער בלוטיקער שפּאַס" איז אין דער אמתן אַ ווערק פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן אויף ייִדיש צוליב פּאָליטישע טעמים, כּדי "אָפּצונאַרן" די צאַרישע צענזור.

וועגן די קעגנזײַטיקע באַציִונגען און השפּעות צווישן ייִדיש, העברעיִש, דײַטש און אַנדערע לשונות אינעם גערעם פֿון ייִדישער פֿילשפּראַכיקייט האָבן גערעדט ישׂראל ברטל (ירושלים) און רן הכּהן (תּל־אָבֿיבֿ). גאָר פּרטימדיק האָט מען באַהאַנדלט די שרײַבער, וואָס האָבן געשריבן אויף צוויי אָדער דרײַ שפּראַכן׃ יוסף חיים ברענער (מתּן חרמוני, באר־שבֿע), מיכה־יוסף בערדיטשעווסקי (חנן חבֿר, ירושלים), דוד פֿאָגעל (לילך נתנאל, תּל־אָבֿיבֿ), מענדעלע און עגנון (גבֿריאל מוקד, באר־שבֿע), פּרץ מאַרקיש (רוי גרינוואַלד, ירושלים). דעם פֿענאָמען פֿון דער אינערלעכער פֿאַרטײַטשונג, דאָס אַרײַנשמעלצן עלעמענטן פֿון פֿרעמדע קולטורן אין דער אייגענער שעפֿערישקייט האָבן באַהאַנדלט נאַטאַשאַ גאָרדינסקי (ירושלים), וועלכע האָט באַטראַכט דעם רוסישן הינטערגרונט פֿון לאה גאָלדבערגס שאַפֿונג, און יאָרג שולטע (לאָנדאָן), וואָס האָט אַנטפּלעקט דעם דיאַלאָג מיט די אוראַלטע קולטורן פֿון רוים און גריכנלאַנד אין שאול טשערניכאָווסקיס לידער.

אין דער אָוונט־לעקציע האָט פּראָפֿעסאָר דן מירון (ניו־יאָרק) אויסגעלייגט זײַן אייגנאַרטיקע קאָנצעפּציע פֿונעם "פֿינצטערן צד" פֿון שלום־עליכמס הומאָר. מירונס אויסטײַטשונג פֿון שלום־עליכמס מאָנאָלאָגן און "טבֿיה דער מילכיקער" דערווײַזט, אַז שלום־עליכם איז געווען איינער פֿון די פֿײַנסטע פּסיכאָלאָגישע שרײַבער אין דער וועלט־ליטעראַטור, און האָט געהאַט אַ ספּעציעלן אינטערעס צו דער נשמה־פֿאָרשונג בײַ "פּראָסטע ייִדן". מירונס אַקטיווע באַטייליקונג אין די דיסקוסיעס האָט פֿאַרוואַנדלט די גאַנצע קאָנפֿערענץ אין אַ לאַנגן געשפּאַנטן שמועס.

דער טעמאַטישער טראַף פֿון דער בערלינער קאָנפֿערענץ איז געלייגט געוואָרן אויף דער ראָלע פֿון בערלין אינעם לעבן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן בעת דער תּקופֿה צווישן ביידע וועלט־מלחמות. מען האָט באַהאַנדלט דעם דאָזיקן ענין פֿון פֿאַרשידענע מעטאָדאָלאָגישע דעות. די טעמעס פֿון די זיצונגען האָבן אָפּגעשפּיגלט די פֿילזײַטיקייט פֿון אָט דעם פֿענאָמען׃ "טאָפּאָגראַפֿיע", "אויפֿנאַמעס", "אידענטיפֿיקאַציעס", "איבערזעצונגען", "טראַנספֿאָרמאַציעס" וכדומה. היסטאָריש איז בערלין פֿון דער ווײַמאַרער תּקופֿה געווען די לעצטע שטאָט אין אייראָפּע, וווּ ייִדישע יחידים, גרופּעס און אָרגאַניזאַציעס פֿון גאָר פֿאַרשידענע אידעאָלאָגישע און פּאָליטישע שיטות; קולטורעלע און לינגוויסטישע ריכטונגען, האָבן געפֿירט אַ לעבעדיקן און געשפּאַנטן דיאַלאָג.

אויף אַ קורצע צײַט, אין די 1920ער יאָרן, איז בערלין געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור. ביז לעצטנס פֿלעגט מען דעם דאָזיקן פֿענאָמען אויסטײַטשן, לײַגנדיק דעם טראַף אויף דער צײַטווײַליקייט פֿון דער בערלינער תּקופֿה אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. איצט פּרוּווט מען אויפֿווײַזן להיפּוך, אַז אין בערלין איז געשאַפֿן געוואָרן אַן אוניקאַלע און אייגנאַרטיקע מאָדערנע ייִדישע קולטור, וואָס פֿאַרמאָגט עד־היום אַ וועזנטלעכע השפּעה אויף דער ייִדישער און העברעיִשער קולטור.

מען קאָן שוין מין־הסתּם רעדן וועגן אַן אייגענעם בערלינער ייִדיש־העברעיִשן ליטעראַרישן קאַנאָן, וואָס איז כּולל אַזעלכע נעמען ווי בערדיטשעווסקי און בערגעלסאָן, טשערניכאָווסקי און קולבאַק, עגנון און דער ניסתּר. ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטן פֿלעגן זיך טרעפֿן אין ליטעראַרישע קאַפֿעען און סאַלאָנען, וואָס האָבן אויסגעפֿורעמט אַ מין אַרכיפּעלאַג פֿון שעפֿערישע אינדזלען אינעם ים פֿונעם בערלינער תּוהו־ובֿוהו. דאָס האָט סטימולירט דעם אויסטויש מיט מיינונגען און אידעען צווישן די אָנהענגער פֿון פֿאַרשידענע שיטות און ריכטונגען. און אַ סך פֿון פֿון די דאָזיקע שמועסן, אַפֿילו צווישן די העברעיִשע שרײַבער, האָט מען געפֿירט אויף ייִדיש. דער ענין פֿון ייִדיש, ווי די אינעווייניקסטע שפּראַך פֿון ייִדישער קאָמוניקאַציע, נייטיקט זיך אין ווײַטערע חקירות, און בערלין פֿון די 1920ער יאָרן קאָן באַזאָרגן דעם צוקונפֿטיקן פֿאָרשער מיט רײַכן מאַטעריאַל.

בערלין פֿאַרמאָגט איצט אַ נעצווערק פֿון ייִדישע רעליגיעזע און קולטורעלע אַנשטאַלטן, כאָטש מען קאָן דאָס נאַטירלעך ניט פֿאַרגלײַכן מיט דער אַמאָליקער צײַט. אָבער מיט דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע לימודים אין דײַטשלאַנד און מיט דעם עקספּאָרט פֿון די וויסנשאַפֿטלעכע קאַדרען אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט, ווערט בערלין ווידער אַ וויכטיקער אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿון ייִדישן אינטעלעקטועלן לעבן.

דאָ טרעפֿן זיך ווידער "ייִדישיסטן" און "העבראַיִסטן", היסטאָריקער און ליטעראַטור־פֿאָרשער פֿון אייראָפּע, ישׂראל און אַמעריקע. ווי אַ מאָל, הערט מען דאָ פֿאַרשידענע שפּראַכן. אָבער הײַנט רעדט מען דער עיקר וועגן דעם עבֿר און ניט וועגן דער צוקונפֿט; עס שמועסן די פֿאָרשער און ניט קיין שרײַבער און פּאָליטישע טוער. פֿון די דאָזיקע שמועסן אין קאָנפֿערענץ־זאַלן און קאָרידאָרן אַנטשטייט אַ נײַ סינטעטיש בילד פֿון ייִדישער געשיכטע, וואָס נעמט אַרײַן פֿאַרשידענע אידעיִשע און מעטאָדאָלאָגישע פּערספּעקטיוון.