- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
רומעניע שאַפֿט ניט ווייניק קאָפּווייטיקן פֿאַר אַנדערע לענדער. למשל, דורך שאַפֿן אַ מעגלעכקייט פֿאַר בירגער פֿון אַנדערע לענדער צו באַקומען רומענישע פּעסער. צוליב דעם מוזן די אויסלענדער צי זייערע עלטערן (צי אַפֿילו די עלטערן פֿון זייערע עלטערן) שטאַמען פֿון רומעניע. די בעלנים צו האָבן אַ רומענישן פּאַס דאַרפֿן אויך קענען רומעניש. אויף אַזאַ אופֿן מעגן ווערן רומענישע בירגער הונדערטער טויזנטער מאָלדאָוואַנער, אוקראַיִנער (בפֿרט פֿון בוקאָווינע), ווי אויך ישׂראלים וכ׳. דער סאַודיער מיניסטער פֿון נאַפֿט, שייך אַלי אַל־נואַמי, האָט לעצטנס, בשעת אַ צוזאַמענטרעף פֿון די "אָפּעק"-לענדער, אַ זאָג געטאָן: "געדענקט, אַז די שטיין-תּקופֿה האָט זיך פֿאַרענדיקט ניט ווײַל דער פֿאַרצײַטיקער מענטש האָט אויסגעשעפּט דעם קוואַל פֿון שטיינער". דאָס איז געווען אַן ענטפֿער אויף די פֿאָדערונגען אויסצואַרבעטן מער נאַפֿט. דער געדאַנק איז געווען אַ קלאָרער, דהײַנו: מע דאַרף זוכן סובסטיטוטן פֿאַר נאַפֿט. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך זיך אינטערעסירט מיט אַ ייִדישן שרײַבער, וועגן וועלכן מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען זייער ווייניק אינפֿאָרמאַציע. אין עפּעס אַ מאָמענט האָב איך זיך דערפֿרייט, ווען אין אינטערנעץ איז אויסגעשוווּמען דער נאָמען פֿונעם שרײַבערס זון, אַן אַמעריקאַנער קינסטלער. אָבער קיין סך נחת האָט מיר דער קאָנטאַקט ניט געבראַכט — דער שרײַבער האָט זיך געגט מיטן קינסטלערס מוטער, ווען יענער איז נאָך געווען אַ קליין קינד, אַזוי אַז קיין צוגאָב-אינפֿאָרמאַציע האָב איך ניט באַקומען. אַגרעסיווקייט איז אַ סימן-מובֿהק פֿונעם איצטיקן רוסלאַנד. די פּאָליטיקער גרויסן זיך אַפֿילו מיטן איבערנעמען בירושה די מיליטאַנטישקייט פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע און פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מע מאַכט אַ וועזן פֿון יעדן נצחון אין ספּאָרט און קולטור, כּדי אונטערוואַרעמען די נאַציאָנאַליסטישע געפֿילן פֿונעם פֿאָלק. מע האָט געוווּנען אין דעם וועלט-טשעמפּיאָנאַט אין האָקי (צום ערשטן מאָל אין משך פֿון די לעצטע 15 יאָר) — אַ יום-טובֿ! די פּעטערבורגער פֿוטבאָל-קאָמאַנדע "זעניט" האָט געוווּנען אַ וויכטיקן אייראָפּעיִשן פּריז — ווידער אַ מאָל יום-טובֿ, אַן עקספּערימענט אין די ניו-יאָרקער שולן געפֿינט זיך איצט אין פֿאָקוס פֿון פּאָליטיקער, זשורנאַליסטן און פּעדאַגאָגן. דער עקספּערימענט כאַפּט אַרום 6,000 אָרעמע שוואַרצע און היספּאַנישע תּלמידים. דער אײַנפֿאַל איז אַזאַ: אַ תּלמיד קען פֿאַרדינען ביז 250 דאָלאַר אַ יאָר, טאָמער דאָס קינד ווײַזט גוטע רעזולטאַטן אין לערנען. דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָט פֿאָרגעלייגט ראָלאַנד פֿרײַער, אַ 30־יאָריקער אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פֿון האַרוואַרד-אוניווערסיטעט. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, געדונגען אַ דירה אין אַ ווילע, וואָס איז געשטאַנען אויפֿן ברעג פֿונעם אַדריאַטישן ים אין צפֿון-קראָאַטיע. די באַלעבאָסטע פֿון דער ווילע האָט אונדז געזאָגט, אַז ניט ווײַט פֿון דעם אָרט געפֿינט זיך דער צענטער פֿונעם דאָרף, מיט קראָמען וכד׳. אין דער פֿרי, ווען מיר זײַנען געקומען צו פֿאָרן אין דעם דאָזיקן דאָרף-צענטער, האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן זײַן מערבֿ-אייראָפּעיִשקייט — עפּעס אַזוינס האָבן מיר שוין געזען אין כּלערליי אַנדערע לענדער: אין קאַפֿעען זיצן מענטשן, לייענען צײַטונגען, שמועסן, עסן. אין אַ פּאָר ווענט געפֿינען זיך מזומן-אויטאָמאַטן. "אין קיין לאַנד איז דאָס עסן נישט געווען פֿון אַזאַ וויכטיקייט, ווי אין דײַטשלאַנד נאָך דער [ערשטער וועלט] מלחמה-צײַט. די מענטשן, וועלכע האָבן יאָרנלאַנג אויסגעהונגערט זיך נאָך אַ ביסל פֿעטס און באַגנוגענען זיך געלאָזט מיט כּלערליי ערזאַץ-מיטלען, האָבן מיט אַ מאָדנער זשעדנעקייט נאָך דער מלחמה זיך געוואָרפֿן אויף שפּײַז. יעדער מאָלצײַט איז געפּראַוועט געוואָרן ווי אַ גרויסער יום-טובֿ. אינטעליגענטן, מענטשן פֿון העכסטער גײַסטיקייט, האָבן נישט געקאָנט אונטערדריקן אין זיך דעם קאַניבאַלישן חשק, צו דער צײַט, ווען ס׳וועט אַרויסגיין דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס", וועט רוסלאַנד שוין האָבן דעם נײַעם פּרעזידענט — דמיטרי מעדוועדיעוו. איך שרײַב עס פֿריִער פֿונעם 7טן מײַ, דעם טאָג פֿון איבערלייגן די לייצעס פֿון וולאַדימער פּוטינס הענט. אָבער גאָר ניט אַלע לייצעס וועט ער אָפּגעבן, ווײַל זייער אַ סך מאַכט פֿאַרבלײַבט בײַ אים: ער וועט קאָמאַנדעווען מיט דער רעגירונג, ער וועט אָנפֿירן מיט דער פֿירנדיקער פּאַרטיי "פֿאַראייניקט רוסלאַנד" (אָן ווערן איר מיטגליד!), און ער איז די פּאָפּולערסטע פּערזענלעכקייט אין לאַנד. די חב״ד־באַוועגונג, די איינציקע וואָס זוכט הײַנט־צו־טאָג צוצוציִען וואָס מער ייִדן, איז זייער אַקטיוו צווישן דעם רוסיש-רעדנדיקן עולם. דאָס קען מען זען אַפֿילו אין ניו-יאָרק. ערבֿ און בעת די יום-טובֿים ווערט די גאַנצע געגנט פֿון ברײַטאָן-ביטש פֿאַרפֿלייצט מיט יונגע חב״דניקעס און חב״דניצעס, וואָס רעדן צו די פֿאַרבײַגייער אַן ערך אַזוי ווי עס טוען אויף די גאַסן אַזעלכע זאַכן די פּירסום-פֿאַרשפּרייטער פֿון כּלערליי מינים סחורה. אַלע, וואָס הערן זיך און קוקן זיך צו צו די געשעענישן אין ייִדישע אַקאַדעמישע קרײַזן אין דעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָבן די טעג גרינגער אָפּגעאָטעמט: דער "אייראָפּעיִשער אוניווערסיטעט" אין פּעטערבורג האָט באַקומען אַ דערלויבעניש זיך אומצוקערן אין זײַן לאָקאַל. עטלעכע חדשים האָט די דאָזיקע לערן-אינסטיטוציע געטרייסלט דער באַשלוס צו פֿאַרמאַכן דעם לאָקאַל, ווײַל דער בנין, אויפֿגעבויט מיט יאָרהונדערטער צוריק, האָט, כּלומרשט, ניט אָפּגעשפּיגלט די הײַנטיקע תּקנות פֿון פֿײַערלעשער. די טעג האָב איך גערעדט מיט אַ סטודענט, וואָס האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע צו שרײַבן אַ דאָקטאָר-אַרבעט אין ניו-יאָרק, אָבער ער איז ניט געווען זיכער, צי ער וועט קענען זיך דערלויבן דעם לוקסוס פֿון צאָלן אַזש טויזנט דאָלאַר אַ חודש פֿאַר אַ דירהלע, בשותּפֿות מיט אַן אַנדער סטודענט. דער געוועזענער ניו-יאָרקער גובערנאַטאָר עליאָט ספּיצער האָט, בלי-ספֿק, אַן אַנדער סקאַלע פֿון לוקסוס. די נײַע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד האָט איר "פֿאָטער" — מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו. אָבער גאָרבאַטשאָוו וואָלט ניט געקומען צו דער מאַכט אָן דעם "זיידע" — יורי אַנדראָפּאָוו. איצט ווייסן מיר שוין, אַז דער דאָזיקער לאַנג־יאָריקער פֿירער פֿון דעם סאָוועטישן "קאַ-גע-בע" (אָדער ווי די ענגליש-רעדנדיקע זאָגן עס "קיי-דזשי-בי") און, נאָך לעאָניד ברעזשנעווס טויט, דער פֿירער פֿון דער מלוכה אין משך פֿון 15 חדשים, איז געווען אַ 100־פּראָצענטיקער ייִד. דאָס הייסט, אַז ביידע זײַנע עלטערן זײַנען געווען ייִדן. אמת, חוץ דער דאָזיקער ביאָלאָגישער פֿאַרבינדונג, האָט ער קיין שײַכות צו ייִדישקייט ניט געהאַט. |