פּאָליטיק

דער סאַודיער מיניסטער פֿון נאַפֿט, שייך אַלי אַל־נואַמי, האָט לעצטנס, בשעת אַ צוזאַמענטרעף פֿון די "אָפּעק"-לענדער, אַ זאָג געטאָן: "געדענקט, אַז די שטיין-תּקופֿה האָט זיך פֿאַרענדיקט ניט ווײַל דער פֿאַרצײַטיקער מענטש האָט אויסגעשעפּט דעם קוואַל פֿון שטיינער". דאָס איז געווען אַן ענטפֿער אויף די פֿאָדערונגען אויס­צואַרבעטן מער נאַפֿט. דער געדאַנק איז געווען אַ קלאָ­רער, דהײַנו: מע דאַרף זוכן סובסטיטוטן פֿאַר נאַפֿט.

מע קען ניט זאָגן, אַז קיינער זוכט ניט מיט וואָס צו פֿאַרבײַטן נאַפֿט. אין אייראָפּע ווערן אַלץ פּאָפּולערער די פּראָגראַמען פֿון אַנטוויקלען אַלטערנאַטיווע ענערגיע-טעכנאָלאָגיעס. אין אַ סך ערטער האָט מען געשטעלט ווינטמילן, וואָס יעדער דריי זייערער אַרבעט אויס ענערגיע. אין צוויי יאָרצענדליק אַרום נאָך דער טשערנאָבילער קאַטאַסטראָ­פֿע, קערט מען זיך ווידער מיטן פּנים צו נוקלעאַרע סטאַנציעס. אין ענגלאַנד עפֿנט מען אייניקע פֿון די פֿאַרמאַכטע קויל-שאַכטעס.

אין בריטאַניע האָט מען גע­שטעלט אַן אַמביציעזן ציל — צו האָבן 15 פּראָצענט ענערגיע פֿון זיך-באַנײַענדיקע קוואַלן (הײַנט האָט מען 3 פּראָצענט), אַ שטייגער פֿון ווינט­מילן. אָט-אָט וועט בריטאַניע איבער­יאָגן דענמאַרק, וואָס לידירט איצט אין דעם סכום ענערגיע אויסגעאַרבעט דורך ווינטמילן, געשטעלט אין ים. מע הערט אויפֿרופֿן צו פֿאַרוואַנדלען בריטאַניע אין סאַודיע פֿון ענערגיע באַזירט אויף בײַ-ימיקע ווינטן.

ס׳איז וויכטיק, פֿאַרשטייט זיך, ניט נאָר פּראָדוצירן ענערגיע, אָבער זיך אויך אויסלערנען צו שפּאָרן די ענערגיע. ניט צופֿעליק האָט מען אָנגעהויבן סערטיפֿיצירן די ענערגעטישע כאַראַקטעריסטיק פֿון בריטישע הײַזער. איצט קען מען שוין ניט קויפֿן און פֿאַרקויפֿן אַ ניט־סערטיפֿיצירט הויז פֿון דרײַ און מער שלאָפֿצימערן. ביסלעכווײַז וועט מען עס פֿאַרשפּרייטן אויף אַלע וווינונגען. מע וויל צוגעוווינען דעם עולם צום געדאַנק, אַז עס לוינט צו וווינען אין עקאָנאָמיש ראַציאָנאַלע הײַזער.

אַן אַמעריקאַנער אין אייראָפּע צי אַן אייראָפּעער אין אַמעריקע באַמערקט עס גלײַך: אַנדערש זעט אויס אַ דורכשניטלעכער אייראָפּעיִשער אויטאָ. ס׳איז אַ סך קלענער פֿון די אויטאָס, וואָס מע האָט אין אַמעריקע. אויף די אַמעריקאַנער גאַסן און וועגן באַווײַזן זיך כּמעט ניט די קליינע מאָדעלן, וועלכע דאָמינירן אין ס׳רובֿ אַנדערע לענדער. אמת, אַמעריקע פֿאַרקערעוועט אויך אין אָט דער ריכטונג, ווײַל 4 דאָלאַר פֿאַר אַ גאַלאָן בענזין פֿאָדערט מע זאָל זיך אָפּזאָגן פֿון די "האַמערס" און אַנדערע היברידן פֿון אַ טאַנק און אַ טראַקטאָר.

די באַנען און דער מוניציפּאַלער טראַנספּאָרט — דאָס זײַנען אויך וויכטיקע פֿאַקטאָרן, וועלכע העלפֿן אייראָפּע אויסצונוצן ווייניקער ענערגיע. ניט צופֿעליק באַקומט מען בסך-הכּל אַ גוואַלדיקן אונטערשייד צווישן דער ענער­גיע, פֿאַרנוצט אין אַמעריקע און אין אייראָפּע, כאָטש די באַ­פֿעלקערונג און די עקאָנאָמישע אַנטוויקלונג זײַנען בערך די זעלבע. דער אונטערשייד איז נאָענט צו דער גאַנ­צער ענערגיע-קאָנסומפּציע פֿון אַזאַ ריזיק לאַנד, ווי כינע.

דער בריטישער עקאָנאָמיסט אַנאַטאָל קאַלעצקי טענהט, אַז דעם מצבֿ קען בײַטן די אַמעריקאַנער רעגירונג. צוליב דעם מוז זי איבערנעמען די אייראָפּעיִשע דערפֿאַרונג פֿון מאַכן העכער די שטײַערן אויף ענערגיע און מאַכן נידעריקער די שטײַערן אויף הכנסה. אַ שינוי אין דעם אַמעריקאַנער מאַרק וואָלט היפּש פֿאַרקלענערט די אָפּ­הענגיקייט פֿונעם טײַערן — סײַ פֿינאַנציעל סײַ פּאָליטיש — נאַפֿט-אימפּאָרט.

די רעגירונגען האָבן, בכלל, די מאַכט צו בײַטן דעם מצבֿ אינעם ענערגעטישן סעקטאָר פֿון דער וועלט-עקאָ­נאָמיע. זיי קענען סטימולירן דעם באַנוץ פֿון אַלטערנאַ­טיווע ענערגעטישע קוואַלן. דערווײַל, אָבער, סטימולירט מען אָפֿט מאָל צו באַנוצן נאַפֿט. כינע, אינדיע און אַ צאָל אַנדערע מדינות, דער עיקר אין אַזיע, צאָלן אויס ענערגיע-סובסידיעס, ווײַל די רעגירונגען ווילן אונטערהאַלטן די נאַציאָנאַלע אינדוסטריע, העלפֿן זיי צו קאָנקורירן אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן מאַרק. דאָך האָבן צוויי פֿון די פּראָ­טעק­ציאָניסטישע לענדער, אינדיע און מאַלײַזיע, שוין געהעכערט די פּרײַזן, מאַכנדיק די סובסידיעס קלע­נער. מע האָפֿט, אַז כינע וועט עס אויך סוף-כּל-סוף מוזן טאָן. דער וווּקס פֿון פּרײַזן אויף ענערגיע קען אָפּ­שוואַכן די עקאָנאָ­מיעס פֿון די דאָ­זי­קע לענדער, ווײַל עס קען מאַכן זייער טײַער — און ניט לוינעוודיק — צו ברענ­גען די סחורה פֿון אַזיע קיין אייראָ­פּע און אַמעריקע.

דעם 3טן יוני האָט דער אַמע­ריקאַ­נער סענאַט באַשלאָסן צו באַ­האַנדלען אַ נײַעם געזעץ, וואָס מוז באַגרענעצן די פֿאַרמיסטיקונג פֿון דער אַטמאָספֿער. אַזאַ געזעץ קען אויך סטימולירן צו בײַטן דעם צוגאַנג צו קוואַלן פֿון ענערגיע. אמת, די אַלטערנאַטיווע קוואַלן פֿון ענערגיע קענען צו מאָל אַרויסגיין באָקעם. אַזוי האָט עס זיך שוין באַקומען מיטן ביאָ-ברענשטאָף, וואָס מאַכט אַ סך קאָמפּליצירטער דעם מצבֿ מיט שפּײַז. עקאָנאָמיסטן קוקן איצט אויף די שפּײַז-פּראָבלעמען אויך דורך דער פּריזמע פֿון ענערגעטישע אינדעקסן. מע ציילט אונטער, אַ שטייגער, וויפֿל קאַלאָריעס מוז מען אַזוי צי אַנדערש פֿאַרברענען אויף אַלע סטאַדיעס פֿון באַקומען אַזאַ צי אַזאַ מין אַכילה. פֿאַר קוקורוזע איז די דורכשניטלעכע פֿאַרהעלטעניש 1.12, דאָס הייסט, אַז יעדע קאַלאָריע, וואָס דערגרייכט אונדזער מאָגן דורך קוקורוזע, פֿאָדערט 12 קאַלאָריעס אויף טראַנספּאָרט, אויף מאַשינען וואָס באַאַרבעטן די פֿעלדער מאַשינען וכ׳. מיט רינדפֿלייש איז די פּראָפּאָרציע נאָך גרעסער — 1.96.

די אַנטוויקלטע לענדער מוזן איצט איבערקוקן זייערע פּלענער מכּוח דעם ביאָ-ברענשטאָף. אַזוי פֿאָדערט די אינטערנאַציאָנאַלע לאַגע. מע שאַצט אָפּ, אַז די עקזיסטירנדיקע פּראָדוצירונג פֿון ביאָ-ברענשטאָף האָט געמאַכט די פּרײַזן פֿון שפּײַז 30 פּראָצענט העכער. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס די דאָזיקע ענערגעטישע אַלטערנאַטיוו ווערט ניט קיין סגולה פֿאַר עקאָלאָגיע. אַדרבה, עס האָט, אין אַלגעמיין, אַ נעגאַטיווע השפּעה אויף דעם קלימאַט.

בינו-לבינו האָט דער הונגעריקער המון שוין געבונ­טע­וועט אין אַ צאָל אָרעמע מדינות. מע האָט מורא פֿאַר גאָר גרויסע מרידות אין אַפֿריקע און אַזיע, וועלכע קע­נען אַראָפּוואַרפֿן די איצטיקע רעגירונגען און זיי פֿאַר­בײַטן מיט אַנטי-מערבֿדיקע רעזשימען. די רייד גייט וועגן די לענדער מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון אַרום 100 מיליאָן נפֿשות. מיט אַזעלכע סכּנות שפּילט מען זיך ניט.