פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נײַע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד האָט איר "פֿאָטער" — מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו. אָבער גאָרבאַטשאָוו וואָלט ניט געקומען צו דער מאַכט אָן דעם "זיידע" — יורי אַנדראָפּאָוו. איצט ווייסן מיר שוין, אַז דער דאָזיקער לאַנג־יאָריקער פֿירער פֿון דעם סאָוועטישן "קאַ-גע-בע" (אָדער ווי די ענגליש-רעדנדיקע זאָגן עס "קיי-דזשי-בי") און, נאָך לעאָניד ברעזשנעווס טויט, דער פֿירער פֿון דער מלוכה אין משך פֿון 15 חדשים, איז געווען אַ 100־פּראָצענטיקער ייִד. דאָס הייסט, אַז ביידע זײַנע עלטערן זײַנען געווען ייִדן. אמת, חוץ דער דאָזיקער ביאָלאָגישער פֿאַרבינדונג, האָט ער קיין שײַכות צו ייִדישקייט ניט געהאַט.

בימי אַנדראָפּאָוו איז דער "קאַ-גע-בע" אויסגע­וואַקסן אין אַ מעכטיקער סטרוקטור מיט 480,000 יחידים, וואָס האָבן דאָרט געאַרבעט (שוין אָפּגע­שמועסט פֿון די סך טויזנטער, וואָס האָבן מיט­געאַרבעט אויסער די ווענט). דער דאָזיקער עולם האָט געשאַפֿן דעם גוף פֿון דער איצטיקער רוסי­שער מלוכה. אין רוסלאַנד האָט עס באַקומען דעם נאָמען פֿון "ווערטיקאַל", מיט וולאַדימיר פּוטינען בראָש. דאָס זײַנען מענטשן מיט אייגנאַרטיקע פּרינציפּן. זיי רעדן אַ ביסל אַנדערש, און טוען זיך אָן אויך אַ ביסל אַנדערש. איצט וואַרפֿט זיך שוין ניט אַזוי אין די אויגן די דאָזיקע אַנדערשקייט, ווײַל די איבעריקע שיכטן פֿון דער רוסישער באַפֿעל­קערונג מאַכן זיי נאָך, אַזוי אַז ס׳איז געוואָרן אַ מין סטאַנדאַרט. למשל, מע זעט כּמעט ניט, אַז פּוטין זאָל טראָגן אַ היטל — איז עס געוואָרן אַן אוניווער­סאַלע מאָדע. היטלעך זײַנען פֿאַרשוווּנדן פֿון די קעפּ בײַם רובֿ טעלעוויזיע-זשורנאַליסטן. שטייען זיי, נעבעך, ערגעץ אין סיביר ווינטערצײַט, אין אַן אַ חייִשן פֿראָסט, אָבער די קעפּ בלײַבן בײַ זיי אַנטדעקט.

מילא, צו שטיין אָן אַ היטל איז אַ קלייניקייט, כאָטש ס׳איז אויך ניט קיין געזונטע זאַך אינעם רוסישן קלימאַט. אָבער פּוטין האָט, בכלל, אַרײַנגעטאָרגן זייער אַ סך אין דעם איצטיקן אימאַזש פֿון רוסלאַנד. איצט, ווען עס פֿאַרענדיקט זיך זײַן צווייטער טערמין אויף דער פּרעזידענט-שטעלע, הערט מען באַזונדערס אָפֿט, אויך פֿון פּוטינען אַליין, אַז ער האָט פֿאַקטיש געראַטעוועט דאָס לאַנד. פֿון וואָס? פֿון דעם וואָס אין די יאָרן פֿון באָריס יעלצין האָט געהערשט הפֿקרות. פּוטין און זײַנע חסידים טענהן, אַז מיט אַכט יאָר צוריק איז רוסלאַנד געשטאַנען אויף אַ קאַטאַסטראָפֿאַלן וועג: די עקאָנאָמיע האָט מען צעגנבֿעט, און די מדינה אַליין האָט געהאַלטן בײַם צעפֿאַלן זיך, ווײַל די צענטראַלע מאַכט איז געווען זייער אָפּגעשוואַכט.

אין אַ קורצער צײַט אַרום וועט רוסלאַנד האָבן אַן אַנדער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדיעוו. אָבער פּוטין מאַכט איצט קלאָר, אַז מעדוועדיעוו האָט ניט פֿאַקטיש קיין אייגענע פּראָ­גראַם. דער נײַער פּרעזידענט וועט רעאַליזירן, מיט פּוטינס פּראַקטישער שטיצע, די פּוטין-פּראָגראַם. דעם 8טן פֿעברואַר האָט מען געהאַט די זכיה צו הערן פּוטינס וויזיע פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון רוסלאַנד אַזש ביזן יאָר 2020. ער האָט קלאָר געמאַכט, אַז דאָס לאַנד מוז ראַדיקאַל בײַטן דעם אויפֿן פֿון עקאָנאָמישער אַנטוויקלונג, ווײַל די אָפּהענגיקייט פֿון נאַפֿט און גאַז פֿירט אין אַ טעמפּן ווינקל. אַ סך מאָל און אין פֿאַר­שיידענע קאָנטעקסטן האָט פּוטין איבערגעחזרט דאָס וואָרט "אינאָוואַציע". אָבער קיין קלאָרע רעצעפּטן, ווי אַזוי עס צו טאָן, האָט ער ניט געגעבן.

דעם 14טן פֿעברואַר האָט פּוטין אין משך פֿון עטלעכע שעה געענטפֿערט אויף בערך אַ מאה פֿראַגעס פֿון רוסישע און אויסלענדישע זשורנאַליסטן. ווידער אַ מאָל האָט ער געטענהט וועגן אַ נײַעם עקאָנאָמישן וועג. און ווידער אַ מאָל איז עס געווען ניט קלאָר, ווי אַזוי מע וויל עס דערגרייכן. דאָך פֿון די טויזנטער ווערטער, אַרויסגעזאָגט פֿאַר דעם ברייטן עולם, קען מען עפּעס יאָ פֿאַרשטיין.

אין דעם יסוד, ווי פּוטין זעט די אַנטוויקלונג פֿון רוסלאַנד, ווערן געלייגט די אַזוי-גערופֿענע "נאַציאָנאַלע פּראָיעקטן", דאָס הייסט, די מלוכישע פּראָגראַמען. ווען די רייד גייט וועגן סאָציאַלע פּראָיעקטן, למשל, אויפֿן פֿעלד פֿון דעמאָגראַפֿיע, קען, פֿאַרשטייט זיך, די מלוכה אויפֿטאָן זייער אַ סך. אויב מע וועט געבן די פֿרויען עקאָנאָמישע סטימולן צו האָבן קינדער, וועלן זיי טאַקע מער קינדלען (כאָטש דאָס אויך האָט עפּעס אַ שיעור). אין די ריין עקנאָנאָמישע פּראָיעקטן קומט עס פֿאָר גאָר אַנדערש, ווײַל עס פֿאַרענדיקט זיך, דער עיקר, מיט צעגנבֿענען די געלטער, וועלכע די מלוכה טיילט אויס. אָבער דאָס איז דער פּרינציפּ פֿון פּוטינס מלוכה-וויזיע: צו האָבן אַ "ווערטיקאַל" אין דער עקאָנאָמיע אויך. ווײַל אַז מע גיט די אונטערנעמער צו פֿיל פֿרײַהייט, ברענגט עס גלײַך צו דער סכּנה פֿון אַלטערנאַטיווע פּאָליטישע שטראָמען, וואָס אַזעלכע אונטערנעמער קענען פֿינאַנצירן. צו פֿאַרלירן דעם קאָנטראָל איז שרעקלעך פֿאַר די יאַטן, וואָס זײַנען אויסגעהאָדעוועט געוואָרן אין דער סיסטעם פֿון "קאַ-גע-בע".

פּוטין גרויסט זיך מיט זײַן לאָגיק. אָבער צו מאָל הערט ער אַליין ניט, וועלכע נאַרישקייטן ער רעדט. אַ שטייגער, בעת דער פּרעסע-קאָנפֿערענץ האָט ער שטאַרק געלויבט דעם נאַציאָנאַלן פּראָיעקט, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט אַנטוויקלען לאַנדווירטשאַפֿט. אין עטלעכע מינוט אַרום האָט ער, אַ פּנים, פֿאַרגעסן וועגן די גוואַלדיקע דערפֿאָלגן און געבראַכט די סטאַטיסטיק, לויט וועלכער ביז 85 פּראָצענט פֿון דער אַכילה, וואָס מע פֿאַרקויפֿט אין די רוסישע שטעט, ברענגט מען פֿון אויסלאַנד. אויב דאָס הייסט דערפֿאָלג, טאָ ווי אַזוי זעט אויס אַ דורכפֿאַל?

זייער קאָמיש איז געווען צו הערן, ווי אַזוי פּוטין האָט געענטפֿערט אויף דער פֿראַגע פֿון אַ דײַטשישער זשור­נאַליסטקע, וואָס האָט אָנגעוויזן אויף דעם מאָדנעם כאַראַקטער פֿון די איצטיקע וואַלן אין רוסלאַנד. פּוטין האָט דערקלערט, אַז קיין שאַרפֿע דיסקוסיעס הערט מען ניט אין רוסלאַנד, ווײַל דאָס פֿאָלק לעבט אַלץ בעסער און האָט ניט קיין טענות צום איצטיקן רעזשים. אַזעלכע "אַרגומענטן" שטאַמען, פֿאַרשטייט זיך, פֿון דער סאָוועטישער אידעע פֿון "אמתער דעמאָקראָטיע".

ווען מע האָט פּוטינען דערמאָנט הילאַרי קלינטאָנס ווערטער, אַז — ווי אַ געוועזענער "קאַ-גע-בע"-אָפֿיציר — קען ער ניט האָבן קיין נשמה, האָט ער געזאָגט (מיינענדיק דערמין קלינטאָן): "אַ מלוכה-מענטש דאַרף, לכל-הפּחות, האָבן אַ מוח". פּוטין האָט, בלי-ספֿק, אי אַ מוח אי אַ נשמה. די צרה איז אַז ער האָט אַ מוח און אַ נשמה פֿון אַ מענטשן, וואָס זײַן מאָדעל פֿון רוסלאַנד שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ "ווערטיקאַל". אַזאַ מאָדעל קען איצט עקזיסטירן אַ דאַנק די משוגענע פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז. אַפֿילו פּוטין פֿילט שוין, אַז דאָס איז אַ צײַטווײַליקער דערפֿאָלג. מעדוועדיעוו זאָגט צו, אַז די מלוכה וועט שפּילן אַ קלענערע ראָלע אין דער עקאָנאָמיע. אָבער עס גלייבט זיך עפּעס נישט, אַז די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג וועט נישט זײַן געבויט אויף דער זעלבער ווערטיקאַלער, דורך-און-דורך קאָרומפּירטער ביוראָקראַטישער סיסטעם, וועלכע איז גאָר ניט צוגעפּאַסט צו קיין שום "אינאָוואַציעס".

פֿאַר וואָס הערן ניט אויף די אידעאָלאָגן פֿון פּוטין אַרום רעדן וועגן דער אייגנאַרטיקייט פֿונעם רוסישן וועג? ס׳איז דאָך, דאַכט זיך, קלאָר, אַז די מערבֿדיקע וועלט האָט אויסגעאַרבעט דעם בעסטן (כאָטש ניט קיין אידעאַלן) מאָדעל פֿון אַ געזעלשאַפֿט, אין וועלכער ס'רובֿ בירגער האָבן אַ לײַטישן לעבן. ווער דאַרף האָבן די דאָזיקע "אייגנאַרטיקייט"? דער ענטפֿער איז זייער פּשוט: די דאָזיקע כּלומרשטע אייגנאַרטיקייט איז נייטיק פֿאַר דעם "קאַ-גע-בע"-קאַדער, וועלכער האָט פֿאַקטיש פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין לאַנד און וויל זי ניט אָפּגעבן. דעם איבעריקן רוסישן עולם רעדט מען אײַן אַ קינד אין בויך.