פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

רומעניע שאַפֿט ניט ווייניק קאָפּווייטיקן פֿאַר אַנדערע לענדער. למשל, דורך שאַפֿן אַ מעגלעכקייט פֿאַר בירגער פֿון אַנדערע לענדער צו באַקומען רומענישע פּעסער. צוליב דעם מוזן די אויסלענדער צי זייערע עלטערן (צי אַפֿילו די עלטערן פֿון זייערע עלטערן) שטאַמען פֿון רומעניע. די בעלנים צו האָבן אַ רומענישן פּאַס דאַרפֿן אויך קענען רומעניש. אויף אַזאַ אופֿן מעגן ווערן רומענישע בירגער הונדערטער טויזנטער מאָלדאָוואַנער, אוקראַיִנער (בפֿרט פֿון בוקאָווינע), ווי אויך ישׂראלים וכ׳.

באַזונדערס הייס האָט מען זיך צו אָט דער מעגלעכקייט צוגעכאַפּט אין מאָלדאָווע. רומעניע איז איצט אַ מיטגליד פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, אַזוי אַז עס לוינט צו האָבן אַזאַ אַרײַנטריט-בילעט אין דער מערבֿדיקער וועלט. מיר האָט זיך ניט אײַנגעגעבן צו געפֿינען אַ וועלכע עס זאָל ניט זײַן סטאַטיסטיק פֿון די ישׂראלים מיט רומענישע פּעסער, אָבער אַזעלכע "נײַע רומענער" זײַנען זיכער פֿאַראַן צווישן די בערך 60 פּראָצענט פֿון די ישׂראלים, וואָס — ווי עס ווײַזט אַן אַנומלטיקער אויספֿרעג — האָבן שוין אַ צווייטע בירגערשאַפֿט אָדער קלײַבן זיך באַזאָרגן מיט אַ צווייטן פּאַס.

אַ חוץ די פֿראַגן פֿון בירגערשאַפֿט, האָט אוקראַיִנע אויך טעריטאָריעלע פּראָבלעמען מיט רומעניע. דאָס באַגרענעצט זיך ניט מיט טשערנאָוויץ און אַנדערע שטעט און געגנטן, וועלכע האָבן געהערט צו רומעניע פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה. נאָך אָט די טעריטאָריעס בענקען געוויסע קרײַזן פֿון רומענישע נאַציאָנאַליסטן. אָבער אָפֿיציעל שטייט ניט די דאָזיקע טעריטאָריעלע פֿראַגע אויף דעם צווישן-מלוכישן סדר-היום, ווײַל די אינטערנאַציאָנאַלע אָפּמאַכן לאָזן ניט איבער קיין שפּאַרונע פֿאַר וואָגיקע אַרגומענטן מכּוח בײַטן די גרענעצן.

אַנדערש איז די פֿראַגע פֿון דעם שלאַנגען-אינדזל, וואָס געפֿינט זיך אין דער לעפֿצונג פֿון דעם טײַך דונײַ. די דאָזיקע קליינע וויספּע האָט ניט קיין קוואַלן פֿון זיס וואַסער, אָבער סטראַטעגיש איז עס תּמיד געווען וויכטיק, ווײַל דער באַלעבאָס פֿון אָט 17 העקטאַר (אַרום 7 אַקערס) יבשה קאָנטראָלירט דאָס אָרט, וווּ דונײַ גיסט זיך אַרײַן אינעם שוואַרצן ים. אַ מאָל איז אויפֿן אינדזל געווען אַ גריכישער טעמפּל, ווײַל די לעגענדע דערציילט, אַז דאָרטן איז געווען דער קבֿר פֿון אַכילעסן, דעם העלד פֿון האָמערס "איליאַדע". אָבער אין 1837 האָבן די רוסישע מאַטראָסן חרובֿ געמאַכט דעם טעמפּל און אויסגענוצט די שטיינער אויפֿצובויען אַ לײַכטטורעם. דער אינדזל איז געווען אין די רוסישע און דערנאָך אין די רומענישע הענט. צום סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט די סאָוועטישע רעגירונג אים אָקופּירט, און אין 1948 האָט רומעניע אָפֿיציעל אָנערקענט, אַז עס גייט אַריבער צום סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אוקראַיִנע האָט עס געירשנט פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה.

עקאָנאָמיש האָט דער אינדזל קיין ראָלע ניט געשפּילט, ווײַל קיין מענטשן האָבן דאָרטן ניט געלעבט — אָן וואַסער האָט עס דאָך קיין זין ניט געהאַט. די וויכטיקייט פֿונעם שלאַנגען-אינדזל איז געוואָרן אַ סך שטאַרקער אין די 1980ער יאָרן, ווען אין יענע מקומות האָט מען אַנטפּלעקט נאַפֿט און גאַז. אין דעם זין, איז זייער וויכטיק ווי אַזוי צו דעפֿינירן דעם שלאַנגען-אינדזל. פֿאַר די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן איז איין זאַך, אויב מע דעפֿינירט עס ווי אַ פֿעלדז, וואָס שטעקט אַרויס פֿונעם ים, און גאָר אַן אַנדער זאַך, אויב ס׳איז אָנערקענט ווי אַ באַפֿעלקערטע וויספּע. אין דעם צווייטן פֿאַל קען דאָס לאַנד, וואָס קאָנטראָלירט די באַפֿעלקערטע וויספּע, אויך עקאָנאָמיש אַנטוויקלען די ים-טעריטאָריע (בפֿרט, אַרויסבאַקומען נאַפֿט און גאַז) אַרום דער קליינטשיקער יבשה.

רומעניע טענהט, פֿאַרשטייט זיך, אַז די רייד גייט וועגן אַ טויטער פֿעלדז, וווּ קיינער לעבט ניט. אוקראיִנע, אָבער, שטעלט פֿאָר דעם ענין גאָר אַנדערש, דהײַנו: אַז אויפֿן אינדזל געפֿינט זיך אַ ייִשובֿ, וואָס הייסט בילע ("ווײַס" אויף אוקראַיִניש), און ס׳איז אַ טייל פֿון דער אָדעסער געגנט. אין דעם ייִשובֿ בילע געפֿינט זיך כּלומרשט אַ פּאָסט, אַ מוזיי, און מע בויט שוין דאָרטן אַ צערקווע. אמת, די באַפֿעלקערונג באַשטייט אין גאַנצן פֿון אַ פּאָר צענדליק נפֿשות — מיליטערלײַט מיט זייערע משפּחות און מיטגלידער פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכער עקספּעדיציע. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט מען גענומען פֿירן אַהין טוריסטן, אָבער די ערשטע נסיעה האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ דורכפֿאַל, ווײַל צוליב אַ שטורעם האָט מען ניט געקענט זיך אַרויסזעצן אויפֿן אינדזל.

דאָס דאָזיקע אויסגעטראַכטע דאָרף האָט מען אויפֿגעבויט ערבֿ די זיצונגען פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט אין האַאַג, וווּ מע וועט אין סעפּטעמבער באַטראַכטן דעם אָנגעווייטיקטן ענין פֿונעם שלאַנגען-אינדזל. ביידע צדדים האָבן צוגעזאָגט, אַז זיי וועלן פֿאָלגן דעם באַשלוס פֿונעם געריכט. בראָש דער קאָמאַנדע אַדוואָקאַטן, וואָס שטעלן פֿאָר רומעניע, שטייט זשאַן-פּיער קאָט, דער פּרעזידענט פֿון דער פֿראַנצויזישער אַסאָציאַציע פֿון אינטערנאַציאָנאַלער יוריספּרודענץ. בערנאַרד אָקסמאַן, דער וויצע-פּרעזידענט פֿון דער אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון אינטערנאַציאָנאַלער יוריספּרודענץ, פֿירט אָן מיט דער קאָמאַנדע פֿונעם אוקראַיִנישן צד.

אין דער זאָנע פֿונעם שלאַנגען-אינדזל געפֿינען זיך בערך 10 מיליאָן טאָן נאַפֿט און 100 ביליאָן טאָן גאַז. אין תּוך אַרײַן איז עס ניט קיין ריזיקער קוואַל. אָבער מיט די פּרײַזן, וואָס האַלטן אין איין וואַקסן, ווערט עס אָפּגעשאַצט אין גאַנץ משוגענע געלטער.