פּאָליטיק
פֿון יוסף לאַכמאַן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טוט מיט מיר וואָס איר ווילט, אָבער דער רוסישער (און ייִדישער, פֿאַרשטייט זיך) קורח באָריס בערעזאָווסקי רופֿט אין מיר ניט אַרויס קיין ברעקל סימפּאַטיע. די זאַך איז, אַז מיט בערך פֿינף יאָר צוריק בין איך געווען אויף זײַן לעקציע אין אָקספֿאָרד, און זײַן פּלאַפּלערײַ (קיין אַנדער פּאַסיק וואָרט פֿאַר זײַן דרשה, מישטיינס געזאָגט, קען איך ניט אונטערקלײַבן) האָט אויף מיר געמאַכט זייער אַ שלעכטן אײַנדרוק.

פּאָליטיק, אײראָפּע
בראָניסלאַוו גערעמעק

דער סקאַנדאַל אַרום דעם באַקאַנטן פּוילישן היסטאָרי­קער און פּאָליטיקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם בראָניסלאַוו גערעמעק איז אַ באַווײַז, אַז די פּאָסט־קאָמוניסטישע מיזרח־אייראָפּע איז אַרײַן אין אַ נײַער תּקופֿה פֿון איר געשיכטע. סײַ פֿון דער, און סײַ פֿון יענער זײַט פֿון דעם פּלויט, וואָס טיילט אָפּ די "דעמאָקראַטישע" מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿון זייערע פּאָסט־סאָוועטישע שכנים, האַלטן אין איין וואַקסן קאָנסערוואַטיווע, שאָוויניס­טי­שע און אַנטי־ליבעראַלע שטימונגען.

פּאָליטיק
פֿון ג. יעקבֿי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סײַ די קאַסירערין, סײַ דער קונה זענען כינעזער (און אויך דער אַבאַקוס, וואָס די קאַסירערין ניצט איז אַ כינעזישער רעכן־מיטל) אין דער שפּײַזקראָם אין כאַבאַראָווסק, רוסלאַנד, דעצעמבער 2005
אין מיזרח-אייראָפּע קומען פֿאָר אינטע­רע­סאַנטע דעמאָגראַפֿישע און מיגראַציע-פּראָצעסן. גאַנץ אָפֿט זעט מען אַזאַ בילד: די באַפֿעלקערונג ווערט קלענער סײַ צוליב דעם, וואָס דער עולם פֿאַרהאַלט זיך ניט אויף דער וועלט און האָט ווייניק קינדער, סײַ צוליב דעם, וואָס די יונגע און אַקטיווע לײַט זוכן אַ בעסער לעבן אין דער מערבֿ­דיקער וועלט. אָבער דאָס איז נאָר אַ טייל פֿון דער מעשׂה. דער צווייטער טייל באַ­שטייט אין דעם, וואָס מיזרח-אייראָפּע ציט צו מיגראַנטן פֿון אַנדערע לענדער, וווּ דער מיזרח-אייראָפּעיִשער חודשלעכער געהאַלט פֿון עטלעכע הונדערט דאָלאַר קלינגט ווי אַן אוצר. צווישן די נײַ-אָנגעקומענע זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק כינעזער, בפֿרט פֿון די ערגער אַנטוויקלטע געגנטן פֿונעם ריזיקן לאַנד.

פּאָליטיק
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער רוסישער עקאָנאָמישער פֿאָרום אין לאָנדאָן, פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק, וואָס אַ צאָל הויך־באַאַמטע רוסישע געשעפֿטסלײַט האָבן הײַיאָר באַשלאָסן צו בויקאָטירן, לויט פּוטינס ווילן
לאָנדאָן פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אינעם לעבן פֿון די נײַע רוסישע עשירים. אַן ערך צען רוסישע ביליאָנערן און טויזנט מיליאָנערן האָבן לעצטנס געקויפֿט הײַזער און דירות אין לאָנדאָן און אין די סבֿיבֿות. די סיבות דערפֿון זײַנען פֿאַרשיידענע: רוסן האַלטן אַ וועלט פֿון ענגלאַנד און בפֿרט פֿון דער ענגלישער אַריסטאָקראַטיע; די ענגלישע שפּראַך איז די סאַמע פֿאַרשפּרייטע אין דער וועלט, פּריוואַטע שולן און אַלטע אוניווערסיטעטן ציִען צו רײַכע משפּחות מיט קינדער, און ליבעראַלע געזעצן דערלויבן די רײַכע אויסלענדישע תּושבֿים ניט צו צאָלן שטײַערן אויף זייערע הכנסות מחוץ־לארץ. די לאָנדאָנער בערזע ציט צו די גרעסטע רוסישע קאָמ­פּאַניעס מיט אירע ליבעראַלע רע­גי­סטראַ­ציע־באַדינגוגנען. אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר איז די רוסישע באַפֿעלקערונג אין לאָנ­דאָן און דרום־ענגלאַנד געוואַקסן מער ווי צען מאָל.

פּאָליטיק
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער לאַנגער קאָנפֿליקט צווישן די צוויי צווײַגן פֿון מאַכט אין אוקראַיִנע האָט דעם צווייטן אַפּריל אָנגענומען אַ קריטישע פֿאָרעם. דער פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ האָט באַשלאָסן צו צעלאָזן די אויבער־ראַדע (פּאַרלאַמענט) און באַשטימט נײַע וואַלן אויף דעם 27סטן מײַ. זײַנע קעגנער, מיט דעם פּרעמיער־מיניסטער וויקטאָר יאַנוקאָוויטש בראָש, טענהן, אַז דער דאָזיקער דעקרעט שטימט ניט מיט דער קאָנסטיטוציע, און זיי האָבן זיך באַקלאָגט אויף דעם פּרעזידענט אינעם אויבער־געריכט. די וואָרצלען פֿון דער שפּאַנונג צווישן דעם פּרעזידענט און דער "ראַדע" קומען אַרויס פֿון דער "אָראַנזש־רעוואָלוציע" פֿון 2004.

שׂרה יודקאָף

מיט אַ צײַט צוריק בין איך געזעסן אין אַ קאַפֿע. מײַן חבֿר און איך האָבן געגעסן וואַרמעס. מיר ביידע זײַנען גראַדויִר-סטודענטן אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. ער שרײַבט אַ דאָקטאָראַט וועגן דער אוראַלטער געשיכטע. איך לערן זיך אויף אַ מאַגיסטער אין העברעיִשע און ייִדישע לימודים. האָב איך אים דערציילט וועגן מײַן אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ מאַנצביל, וואָס איז געזעסן בשכנות, האָט זיך צוגעהערט צו מײַנע ווערטער. נאָך אַ פּאָר מינוט האָט ער איבערגעריסן אונדזער שמועס. מיט אַ שמייכל, האָט ער אָנגעהויבן רעדן צו מיר אויף ייִדיש! ס'איז געווען ווידער אַ מאָל אַ סימן, אַז ייִדיש לעבט אין ענגלאַנד.

פּאָליטיק, נײַעס
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די רעדע פֿון וולאַדימיר פּוטין אין מינכן בעת דער יערלעכער זיכערהייט־קאָנפֿערענץ האָט דערמאָנט דער וועלט, אַז די צײַטן פֿון דער "קאַלטער מלחמה" זײַנען נאָך ניט פֿאַרבײַ. צום ערשטן מאָל זינט דעם צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט דער רוסישער פּרעזידענט גערעדט אַזוי שאַרף קעגן אַמעריקע. פּוטין האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע פֿון אַן אַלגעמיינער דעקלאַרירונג׃ "מען קאָן ניט אָננעמען די וועלט מיט איין פּאָלוס פֿון מאַכט. אַזאַ מצבֿ איז זעלבסט־צעשטערעריש". געמיינט האָט פּוטין אַוודאי די סטראַטעגישע העגעמאָניע פֿון אַמעריקע אין דער וועלט־פּאָליטיק נאָך 1991.

פּאָליטיק
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קאַ משפּחה אין טורקמעניסטאַן קוקט אויף דער טעלעוויזיע די לוויה פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם פּרעזידענט סאַפּאַרמוראַט ניִיאַזאָוו, דינסטיק
דער טויט פֿונעם סאַמע אויסטערלישן דיקטאַטאָר פֿון דער איצטיקער צײַט, דעם טורקמענישען פּרעזידענט "טורקמען־באַשי" סאַפּאַרמוראַט ניִיאַזאָוו, האָט איבערגעלאָזט די פּאָליטיקער און אַנאַליטיקער אין אַ פֿאַרלעגנהייט. קיינער איז ניט גרייט אַרויסצוזאָגן קלאָרע נבֿואות וועגן דער צוקונפֿט פֿון טורקמעניסטאַן, די אַמאָליקע סאָוועטישע רעפּובליק, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מיטל־עלטערלעכן טיראַנישן מלכות. אין תּוך גענומען, האָט ביז אַהער די דעמאָקראַטישע צוקונפֿט פֿונעם טורקמענישן פֿאָלק ווינציק באַזאָרגט די וועלט — אַנדערש וואָלט מען ניט טאָלערירט די ווילדקייטן פֿון דעם טורקמען־באַשי אַזוי לאַנג. מען זאָרגט זיך, דער עיקר, וועגן דרײַ זאַכן׃ גאַז, נאַרקאָטיקן און ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן.

פּאָליטיק
פֿון ג. יעקבֿי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן, איז געווען אַ רעסטאָראַן, וואָס האָט געהייסן "לאַכטי" — לויטן נאָמען פֿון דער שטאָט אין דרום-פֿינלאַנד. בכלל, דאָס פּיצינקע פֿינלאַנד האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער סאָוועטישער געשיכטע. די צוויי לענדער, וואָס האָבן געהאַט געפֿירט צווישן זיך בלוטיקע מלחמות, זײַנען נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה געוואָרן בוזעם-פֿרײַנד און געפֿירט אַ זשוואַוון מיסחר אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה.

פּובליציסטיק
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער טערקישער שרײַבער אָרהאַן פּאַמוק, געווינער פֿון נאָבעל־פּרײַז פֿאַר ליטעראַטור, 2006
צװײ געשעענישן האָבן אומגעקערט דעם אַלטן ענין פֿונעם מאַסן־מאָרד פֿון דער אַרמענישער באַפֿעלקערונג אין דער אָטאָמאַנער אימפּעריע, בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, אױף דעם סדר־היום פֿון דער אײראָפּעיִשער פּאָליטיק. דאָס ערשטע איז די באַלױנונג פֿונעם טערקישן שרײַבער אָרהאַן פּאַמוק מיט דער נאָבעל־פּרעמיע, װאָס די טערקישע נאַציאָנאַליסטן האָבן אױסגעטײַטשט װי אַן אױסצײכענונג פֿאַר זײַן דרײסטער קריטישער פּאָזיציע, לגבי דעם ענין פֿון דעם מאַסן־מאָרד פֿון די אַרמענער און קורדן.

פּאָליטיק, אײראָפּע
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער קאַנדידאַט פֿיליפּ דעווינטער, בעת אַ זיצונג פֿון דער פֿלעמישער עקסטרעם־רעכטערפּאַרטיי ״וולאַאַמס בעלאַנג״, אין אַנטווערפּן, פֿאַראַכטאָגן זונטיק
אײנע פֿון די קלאָרע טענדענצן פֿונעם איצטיקן פּאָליטישן האַרבסט אין מערבֿ־אײראָפּע איז די װאַקסנדיקע פּאָפּולאַריטעט פֿון די עקסטרעם־רעכטע און נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטײען. אַ בולטער סימן פֿון אַזאַ װוּקס איז דער דערפֿאָלג פֿון דער פֿלעמישער פּאַרטײ "װלאַאַמס בעלאַנג" (פֿלאַנדרישער אינטערעס) אין צפֿון־בעלגיע, בעת די װאַלן דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק. אין עטלעכע שטעט איז זי געקומען די ערשטע. דאָס שפּיגלט אָפּ ניט בלויז די פּאָלאַריזירונג אין דער בעלגישער געזעלשאַפֿט, נאָר אויך אַן אַלגעמײנע מערבֿ־אײראָפּעיִשע טענדענץ, האַלטן אײניקע אַנאַליטיקער.

פּאָליטיק, אַמעריקע
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

היציקע מאָסקװער זשורנאַליסטן רעדן שױן װעגן אַ קומעדיקער מלחמה מיט גרוזיע. די סיבה? דער אַרעסט פֿון פֿיר רוסישע אָפֿיצירן אין טביליסי, װאָס די גרוזינישע רעגירונג באַשולדיקט זיי אין שפּיאָנירן לטובֿת רוסלאַנד. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, בעת דער זיצונג פֿון רוסלאַנדס זיכערקײט־ראַט, האָט פּרעזידענט פּוטין אָנגערופֿן די דאָזיקע אַקציע "מלוכישער טעראָריזם" מצד גרוזיע. רוסלאַנד האָט עװאַקויִרט כּמעט אַלע דיפּלאָמאַטן מיט זײערע משפּחות, האָט אױפֿגעהערט אַרױסצוגעבן װיזעס פֿאַר גרוזינישע בירגער, און האָט אײַנגעפֿירט שטרענגע פּאָליציייִשע מיטלען, כּדי צו קאָנטראָלירן כּמעט אײן מיליאָן גרוזינער, װעלכע װױנען און אַרבעטן אין רוסלאַנד. דערבײַ דערקלערט מען אָפֿן, אַז אָט די אַלע אַקציעס האָבן אַ פּאָליטישן באַטײַט. לױט אַלע סימנים, נעמט מאָסקװע אױף די איצטיקע לאַגע זײער ערנסט.