שׂרה יודקאָף |
מיט אַ צײַט צוריק בין איך געזעסן אין אַ קאַפֿע. מײַן חבֿר און איך האָבן געגעסן וואַרמעס. מיר ביידע זײַנען גראַדויִר-סטודענטן אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. ער שרײַבט אַ דאָקטאָראַט וועגן דער אוראַלטער געשיכטע. איך לערן זיך אויף אַ מאַגיסטער אין העברעיִשע און ייִדישע לימודים. האָב איך אים דערציילט וועגן מײַן אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ מאַנצביל, וואָס איז געזעסן בשכנות, האָט זיך צוגעהערט צו מײַנע ווערטער. נאָך אַ פּאָר מינוט האָט ער איבערגעריסן אונדזער שמועס. מיט אַ שמייכל, האָט ער אָנגעהויבן רעדן צו מיר אויף ייִדיש! ס'איז געווען ווידער אַ מאָל אַ סימן, אַז ייִדיש לעבט אין ענגלאַנד.
אַז מע טראַכט וועגן ייִדישע לימודים, אָדער וועגן אַ קרײַז ליבהאָבער פֿון ייִדיש, מיינט מען געוויינטלעך — געאָגראַפֿיש — די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָדער ישׂראל. אָבער מע דאַרף ניט פֿאַרגעסן, אַז אויך אין אַנדערע לענדער, אויף דער גאַנצער וועלט, איז דאָ אַ לעבעדיקער אינטערעס צו ייִדיש. למשל, דאָ, אין ענגלאַנד, זײַנען פֿאַראַן פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן אין עטלעכע אוניווערסיטעטן, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדיש.
אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט זײַנען פֿאַראַן עטלעכע געלערנטע, וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש: איינער פֿון זיי איז אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, און ס'איז דאָ אַ פֿאָרשערין פֿון ייִדישער לינגוויסטיק. אויך דער פֿאָרשער פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור אינטערעסירט זיך שטאַרק מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז אין די היגע ביבליאָטעקן זײַנען די פּאָליצעס געפּאַקט מיט ייִדישע ביכער.
אין דעם "ווײַטער", וואָס איז אַרויס אין נאָוועמבער 2006, האָט דער רעדאַקטאָר געפֿרעגט די לייענער, וואָס זיי טוען לטובֿת ייִדיש. ווי אַ סטודענטקע פֿון ייִדישער ליטעראַטור קען איך גלײַך ענטפֿערן, אַז איך לערן זיך ייִדיש, כּדי צו לייענען ייִדישע טעקסטן — ניט אין אַן איבערזעצונג, נאָר אויף ייִדיש. אָבער אַ חוץ לייענען און שרײַבן, פֿיל איך דעם חובֿ צו דערציילן יעדן (וואָס וויל הערן) וועגן ייִדיש. אַ מאָל פֿיל איך זיך ווי אַ פּראָפּאַגאַנדיסטקע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור.
מיט אָט דעם בריוו וויל איך אײַך דערמאָנען, אַז ייִדיש לערנט מען אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. איך האָף, אַז נאָכן איבערלייענען דעם בריוו וועט עמעצער האָבן חשק זיך צו ווענדן צום אַלטן ענגלישן אוניווערסיטעט און אויסגעפֿינען מער וועגן לערנען זיך ייִדיש דווקא דאָ.
הײַיאָר בין איך אין אָקספֿאָרד די איינציקע גראַדויִר-סטודענטקע, וואָס לערנט זיך ייִדיש. כ'האָב דאָס מזל צו לערנען זיך אין קליינע קלאַסן. געוויס, עס זײַנען פֿאַראַן אַנדערע לייענער פֿון "ווײַטער", וואָס וואָלטן געוואָלט שטודירן אין אָקספֿאָרד. טאָמער ווילט איר זיך דערוויסן מער וועגן די ייִדישע לימודים אין אָקספֿאָרד, זײַט אַזוי גוט, און גיט אַ קוק אויפֿן ווײַטערדיקן וועבזײַטל:www.ochjs.ac.uk/index.html