|
דער טערקישער שרײַבער אָרהאַן פּאַמוק, געווינער פֿון נאָבעל־פּרײַז פֿאַר ליטעראַטור, 2006 |
|
צװײ געשעענישן האָבן אומגעקערט דעם אַלטן ענין פֿונעם מאַסן־מאָרד פֿון דער אַרמענישער באַפֿעלקערונג אין דער אָטאָמאַנער אימפּעריע, בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, אױף דעם סדר־היום פֿון דער אײראָפּעיִשער פּאָליטיק. דאָס ערשטע איז די באַלױנונג פֿונעם טערקישן שרײַבער אָרהאַן פּאַמוק מיט דער נאָבעל־פּרעמיע, װאָס די טערקישע נאַציאָנאַליסטן האָבן אױסגעטײַטשט װי אַן אױסצײכענונג פֿאַר זײַן דרײסטער קריטישער פּאָזיציע, לגבי דעם ענין פֿון דעם מאַסן־מאָרד פֿון די אַרמענער און קורדן.
אין דעם זעלבן טאָג האָט דער פֿראַנצױזישער פּאַרלאַמענט אָנגענומען אַ געזעץ־פּראָיעקט, װאָס דערקלערט דאָס אָפּלײקענען פֿונעם אַרמענישן גענאָציד אין 1915 פֿאַר אַ פֿאַרברעכן, גלײַך װי דאָס אָפּלײקענען פֿונעם ייִדישן חורבן בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. די דאָזיקע אַקציע האָט גורם געװען אַ נײַע שפּאַנונג אין די פֿראַנצױזיש־טערקישע באַציִונגען. סײַ די ליבעראַלע און סײַ די נאַציאָנאַליסטישע טערקישע פּאָליטיקער זײַנען אַרױס מיט פּראָטעסטן, און אין אַ סך ערטער האָבן זיך אָנגעהױבן ספּאָנטאַנע בױקאָטן פֿון פֿראַנצױזישער פּראָדוקציע.
פּאַמוק איז בלי־ספֿק דער סאַמע באַקאַנטסטער טערקישער שרײַבער הײַנט־צו־טאָג, און קײנער לײקנט ניט אָפּ די קינסטלערישע מעלות פֿון זײַן שאַפֿונג. אָבער זײַן װעלט־באַנעם באַשיצט אים ניט קעגן רדיפֿות בײַ זיך אין דער הײם. אין דעצעמבער איז ער באַשולדיקט געװאָרן אין גרינגשאַצן די "טערקישקײט" בעת אַן אינטערװיו אין אַ שװײצער צײַטונג. זײַן גאַנץ "פֿאַרברעכן" איז באַשטאַנען אין דעם, װאָס ער האָט געזאָגט, אַז קײנעם אין דער טערקײַ גײט ניט אָן דער גורל פֿון די דערמאָרדעטע אַרמענער און קורדן. די טערקישע פּראָקוראַטור האָט אָנגעהױבן אַ געריכט־פּראָצעס קעגן פּאַמוק, אָבער אונטער דעם דרוק פֿון אויסלאַנד איז דער פּראָצעס אָפּגעשטעלט געװאָרן. אַן ענלעכע מעשׂה האָט זיך געטראָפֿן מיט עליף שאַפֿאַק, דער סאַמע באַרימטסטער טערקישער שרײַבערין. אָבער דער באַקאַנטער טערקישער זשורנאַליסט פֿונעם אַרמענישן אָפּשטאַם הראַנט דינק װאַרט נאָך אױף זײַן געריכט, װאָס װעט אים מין־הסתּם פֿאַרמישפּטן פֿאַר "באַלײדיקן די װירדע פֿונעם טערקישן פֿאָלק". אינטערעסאַנט איז, װאָס דינק האָט שאַרף קריטיקירט דעם פֿראַנצױזישן געזעץ־פּראָיעקט. די באַלױנונג פֿון פּאַמוק מיט דער נאָבעל־פּרעמיע האָט אַרױסגערופֿן גאָר פֿאַרשידענע רעאַקציעס אין טערקײַ. די רעגירונג האָט עס אָפֿיציעל באַגריסט, װי אַ בשׂורה־טובֿה פֿאַרן לאַנד, בעת די נאַציאָנאַליסטן האַלטן, אַז פּאַמוק איז באַלױנט געװאָרן פֿאַר זײַן אַטני־טערקישער פּאָזיציע.
דער פֿראַנצױזישער געזעץ־פּראָיעקט איז פֿאַרטײַטשט געװאָרן אין טערקײַ װי אַ סימן־מובֿהק, אַז פֿראַנקרײַך װעט ניט באַװיליקן דעם אױפֿנעם פֿון טערקײַ אין דעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. װי עס װײַזן די לעצטע אויספֿרעגן, איז די מערהײט פֿון דער פֿראַנצױזישער באַפֿעלקערונג געשטימט קעגן טערקײַ. בראָש פֿון דער אַנטי־טערקישער באַװעגונג שטײט די אײַנפֿלוסרײַכע און פֿאַרמעגלעכע אַרמענישע קהילה, װאָס פֿאַרמאָגט כּמעט אַ האַלב־מיליאָן נפֿשות. דװקא זײ האָבן איניציִיִרט דעם נײַעם געזעץ־פּראָיעקט, װאָס דאַרף איצט באַשטעטיקט װערן דורכן סענאַט און דעם פּרעזידענט. דערװײַל, זײַנען די אױסזיכטן פֿון אַזאַ אױסקום גאַנץ שװאַך, אָבער דער פֿירער פֿון די סאָציאַליסטן האָט צוגעזאָגט, אַז אױב זײַן פּאַרטײ װעט געװינען די פּרעזידענטישע װאַלן אין 2007, װעט פֿון דעם פּראָיעקט װערן אַ געזעץ. אין דעם פֿאַל קאָן יעדער פֿאָרשטײער פֿון דער טערקישער רעגירונג אױטאָמאַטיש פֿאַררעכנט װערן װי אַ "פֿאַרברעכער" אין פֿראַנקרײַך. די טערקישע רעגירונג טענהט, אַז קײן "גענאָציד" פֿון די אַרמענער איז ניט געװען. די טערקן זײַנען גרײט צו אָנערקענען, אַז הונדערטער טױזנטער (אָבער ניט קײן אָנדערטהאַלבן מיליאָן) אַרמענער זײַנען אומגעקומען בעתן "בירגערקריג, הונגער און אַנדערע אומגליקן", װעלכע זײַנען באַפֿאַלן די אָטאָמאַנישע אימפּעריע אין די לעצטע יאָרן פֿון איר עקזיסטענץ. צו באַשולדיקן די טערקן אינעם גענאָציד, הײסט צו באַלײדיקן זײער נאַציאָנאַלע װירדע, אַזױ זאָגט דער געזעץ, װאָס איז אָנגענומען געװאָרן דורך דער איצטיקער קאָנסערװאַטיװער רעגירונג.
דער נײַער פֿראַנצױזישער געזעץ־פּראָיעקט האָט אַרױסגערופֿן פּראָטעסטן ניט נאָר אין טערקײַ. אין אַ טעלעפֿאָן־שמועס מיטן טערקישן פּרעמיער־מיניסטער ערדאָגאַן האָט דער פֿראַנצױזישער פּרעזידענט שיראַק אַרױסגעזאָגט זײַן "אַנטױשונג" אין דער אַקציע פֿון זײַן פּאַרלאַמענט. אַן ענלעכע פּאָזיציע איז אױסגעדריקט געװאָרן דורך דעם פֿראַנצױזישן אױסערן־מיניסטעריום. פֿראַנקרײַכס אָפֿיציעלע פּאָזיציע באַשטײט אין דעם, װאָס טערקײַ מוז אָנערקענען דעם פֿאַקט פֿונעם אַרמענישן גענאָציד, װי אַ תּנאַי פֿאַרן אַרײַנטריט אינעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד; אָבער די רעגירונג האַלט ניט פֿאַר נײטיק צו האָבן אַ ספּעציעל געזעץ קעגן אָפּלײקענען דעם פֿאַקט פֿונעם גענאָציד. די אײראָפּעיִשע קאָמיסיע אין בריסל האָט אױך פֿאַראורטײלט דעם אַקט פֿונעם פֿראַנצױזישן פּאַרלאַמענט װי אַ מניעה אױפֿן װעג צו אַ "דיאַלאָג און פּשרה". די קאָמיסיע האָט געװאָרנט, אַז דער נײַער געזעץ װעט שטערן אַרײַנצוברענגען דעם ענין פֿונעם אַרמענישן גענאָציד אין דעם טערקישן עפֿנטלעכן װיכּוח, און פֿאַרשטאַרקן די פּאָזיציעס פֿון די נאַציאָנאַליסטן. דערצו קומט די מײנונג פֿון אײניקע פֿראַנצױזישע היסטאָריקער, װעלכע זײַנען קעגן דעם, אַז די פּאָליטיקער זאָלן באַשליסן, װאָס איז דער ריכטיקער היסטאָרישער "אמת".
דער זכר פֿון דעם מאַסן־מאָרד איז זײער טיף אַרײַן אינעם קאָלעקטיוון זכּרון פֿון אַרמעניע און בלײַבט די גרעסטע שטערונג אין די באַציִונגען מיט טערקײַ. ביז הײַנט איז די אַרמעניש־טערקישע גרענעץ געשלאָסן און עס זײַנען ניטאָ קײן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צװישן די צװײ שכנישע לענדער. דער אַרמענישער אױסערן־מיניסטער האַלט, אַז די טערקישע רעגירונג, ניט נאָר זי פֿאַרשװײַגט די געשיכטע פֿונעם גענאָציד, אָבער פֿירט װײַטער איר אַנטי־אַרמענישע פּאָליטיק.
דער אַקט פֿונעם פֿראַנצױזישן פּאַרלאַמענט האָט אַ קלאָרן פּרעצעדענט׃ דאָס געזעץ, װאָס פֿאַרװערט דאָס אָפּלײקענען פֿונעם ייִדישן חורבן. אָבער װי װײַט קאָן מען ציִען פּאַראַלעלן צװישן די צװײ היסטאָרישע טראַגעדיעס, איז אַ קאָמפּליצירטער ענין, װאָס האָט היסטאָרישע, פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע אַספּעקטן. דאָס איז אַן ענין פֿאַר היסטאָרישע פֿאָרשונגען, פּאָליטישע דעבאַטן און ליטעראַרישע רעפּרעזענטאַציעס, װאָס קאָן ניט געלײזט װערן אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל דורך אַ געזעץ, װאָס איז מאָטיװירט געװאָרן דורך פּאָליטישע אינטערעסן.