- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך שרײַב עס נאָך דעם דורכקוקן, מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון עטלעכע טעג, אַ דאָקומענטאַלן פֿילם, וואָס די רוסישע טעלעוויזיע האָט געוויזן דעם 31סטן אויגוסט. דער פֿילם הייסט "צי האָט סטאַלין געקענט אָפּשטעלן היטלערן?" דער ציל פֿון אָט דעם "ווערק", ווי אויך פֿון אַ סך פּובליקאַציעס אין רוסישע צײַטונגען, איז אַ קלאָרער, דהײַנו: ריינצוּוואַשן סטאַלינען און, בכלל, דעם סאָוועטישן רעזשים; צו ווײַזן, אַז סטאַלין האָט, נעבעך, פּשוט קיין ברירה ניט געהאַט ווי זיך צונויפֿרעדן מיט היטלערן. ער האָט באַשלאָסן עס צו טאָן, מחמת ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און פּוילן האָבן יאָר-אײַן יאָר-אויס געשפּילט אַ מיאוסע שפּיל פֿון פּרוּוון אָנרייצן דײַטשלאַנד קעגן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. עס מאַכט זיך צו מאָל אַזוי: אַ ייִשובֿ, וועגן וועלכן כּמעט קיינער האָט ניט געהערט, פֿאַרנעמט פּלוצעם אַן אָרט אין דער געשיכטע. אַזאַ זאַך איז לעצטנס געשען מיט דער רוסישער שטאָט פּיקאַליאָוואָ אין דער לענינגראַדער געגנט. (דאָס איז איינער פֿון די מאָדנע דערשײַנונגען אין דער איצטיקער רוסישער געאָגראַפֿיע: די שטאָט לענינגראַד רופֿט מען הײַנט — ווי אַ מאָל — פּעטערבורג, אָבער די געגנט אַרום דער שטאָט טראָגט נאָך אַלץ לענינס נאָמען.) ס׳רובֿ פֿון די בערך 22 טויזנט תּושבֿים פֿון פּיקאַליאָוואָ ציִען זייער חיונה פֿון דרײַ פֿאַבריקן, וואָס אַרבעטן אויס צעמענט און אַנדערע בוי-מאַטעריאַלן. האָבן די דאָזיקע פֿאַבריקן זיך אָפּגעשטעלט. אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז אין דעם "טיוב", ווי די לאָנדאָנער תּושבֿים רופֿן זייער אונטערבאַן, האָב איך זיך ניט אַראָפּגעלאָזט אין משך פֿון עטלעכע יאָר. געוויינטלעך קום איך קיין לאָנדאָן מיט אַן אויטאָ, צו די קינדער. אַן אויטאָבוס האָט פֿון מאָל צו מאָל געלייזט מײַנע פּראָבלעמען פֿון פֿאָרן ערגעץ אין צענטער, וווּ ס׳איז משוגע טײַער איבערצולאָזן אַן אויטאָ. אָבער דעם זומער האָב איך אַ פּאָר מאָל יאָ גענוצט דעם "טיוב" און האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז די דאָזיקע אַלטע טראַנספּאָרט-נעץ איז ניט צו פֿאַרגלײַכן בעסער פֿון דער ניו-יאָרקער אונטערבאַן. דער איטאַליענישער פּרעמיער-מיניסטער סילוויאָ בערלוסקאָני האָט פֿעסט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿונעם הויפּט-קלאַון אין דער הײַנטיקער אייראָפּע. מע דרוקט שוין די טעקסטן פֿון זײַנע שמועסן מיט איינער פֿון די פֿרויען, וועלכע האָבן מיט אים (כּלומרשט) פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין זײַן בעט — אַ מתּנה (כּלומרשט) פֿון וולאַדימיר פּוטין. די לאָנדאָנער "טײַמס" האָט געעצהט די סאַמע מושפּעדיקע לייענער פֿון אָט די שפּאַנענדיקע טראַנסקריפּטן זיי זאָלן ניט גיין ווײַטער פֿון דעם סאַמע אָנהייב, ווען דער גאַסטגעבער (פֿאָרט אַ זײַדענע נשמה!) דער גורל האָט געגעבן רוסלאַנד אַ שיין ביסל מינעראַל-רעסורסן. דאָס העלפֿט גוואַלדיק דער מלוכה אָנצוהאַלטן איר שווער-זשיפּענדיקע עקאָנאָמיע אין אַ מצבֿ, ווען זייער אַ קליינער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג לעבט אַ טאָג, און די איבעריקע באַקומען אויך קרישקעס פֿון דעם פֿעטן פּיראָג, וואָס ווערט אויסגעבאַקן פֿון אַזעלכע אינגרעדיענטן ווי נאַפֿט און גאַז. איז, דאַכט זיך, גוט! אין אויסטראַליע, ניט זייער ווײַט פֿון סידני, איז דאָ אַ שטאָט, וואָס האָט אין גאַנצן צוויי מיט אַ האַלב טויזנט תּושבֿים און טראָגט דעם נאָמען "בונדאַנון". צום ייִדישן "בונד" האָט עס קיין שײַכות ניט. עס מיינט (אויפֿן לשון פֿון די אַבאָריגענען) "אַן אָרט פֿון טיפֿע באַלקנס". אמת, אין דעם — אַ פּנים סימפּאַטישן ייִשובֿ — איז געווען פֿאַראַיאָרן עפּעס אַ ייִדישע צונויפֿקומעניש, מיט קלעזמאָרים. אַזוי, לכ-הפּחות, דערציילט מען אין אינטערנעץ. אָבער אין דער מיל פֿון אינטערנאַציאָנאַלער מעדיאַ איז די שטאָט אַרײַנגעפֿאַלן צוליב אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: וואַסער. באָריס בערעזאָווסקין האָב איך "לעבעדיקערהייט" געזען בלויז איין מאָל, מיט אַ יאָר זיבן צוריק, ווען מיר איז אויסגעקומען צו זײַן אויף זײַן לעקציע אין אָקספֿאָרד. יענע דערפֿאַרונג האָט, אין מײַנע אויגן, געוואָרפֿן אַזאַ אומחן אויף אים, אַז ביזן הײַנטיקן טאָג רופֿט ער אין מיר ניט אַרויס קיין ברעקל סימפּאַטיע. בערעזאָווסקי האָט אויף זיך אַרויפֿגעצויגן די מאַסקע פֿון אַ דיסידענט, אַ קעמפֿער פֿאַר דעמאָקראַטיע, אָבער בײַ מיר — טוט מיט מיר וואָס איר ווילט — האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז זײַן הויפּט-ציל איז נקמה. אין מאָסקווער ייִדישן לעבן האָט די געגנט "טשערקיזאָוואָ" אַ מאָל געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע. דאָרטן, אין די דאָרפֿישע שטיבלעך, גאַנץ ווײַט פֿון צענטער שטאָט, האָבן זיך אין די 1920ער יאָרן באַזעצט טויזנטער ייִדישע מיגראַנטן, דער עיקר, פֿון אוקראַיִנע. דאָרטן האָט זיך אַפֿילו באַוויזן אַן אייגענע הילצערנע שיל, וואָס איז צופֿעליק, צי ניט צופֿעליק, פֿאַרברענט געוואָרן — אויב איך פּלאָנטער ניט, אין די 1960ער יאָרן. שפּעטער, זיכער ביז די מיט-1980ער, איז אין דער מאָסקווער קאָרשיל געווען אַ באַזונדערער טשערקיזאָווער מנין. מע זאָגט, אַז די פּאָליאַקן און די רוסן האָבן ווייניק בשותּפֿות, אַ חוץ דער געאָגראַפֿישער בשכנותדיקייט. ס׳איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ גוזמא. ווי אַ ייִד מיט אַ רוסישן מאָגן, בין איך צופֿרידן, למשל, אַז ניט ווײַט פֿון מײַן הויז האָט זיך באַוויזן אַ פּויליש געשעפֿט, וווּ אַ מרה-שחורהדיקע פֿרוי (וואָס רעדט ניט קיין וואָרט ענגליש) פֿאַרקויפֿט אויך צוואָרעך מיט אַ רוסיש-אוקראיִניש-ווײַסרוסישן טעם. ס׳איז ריכטיק, אָבער, אַז קיין גרויסע ליבע איז צווישן די רוסן און די פּאָליאַקן קיין מאָל ניט געווען. און אַז מע רעדט שוין וועגן דעם — איז קיין הייסע ליבע בדרך-כּלל ניט געווען אויך צווישן די רוסישע (ליטווישע, אַ שטייגער) און פּוילישע ייִדן. דעם 4טן יוני 1989 האָט זיך די מעדיאַ באַשעפֿטיקט, דער עיקר, מיט די געשעענישן אין כינע, אויף דעם טיאַנאַנמען-פּלאַץ. דאָס איז געווען דער מאָמענט, ווען די כינעזישע פֿירער האָבן געמוזט אויסקלײַבן דעם ווײַטערדיקן וועג פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון זייער געזעלשאַפֿט: אָדער בלײַבן אַ קאָמוניסטישע מלוכה, אָדער פֿאַרקערעווען אויפֿן דרך פֿון דעמאָקראַטיע. כּדי ניט אַראָפּגיין פֿון די רעלסן, דורכגעלייגט פֿאַרן ערשטן וועג, האָט מען אומברחמנותדיק דערשטיקט די אַרויסטרעטונג פֿון די יונגע כינעזישע לײַט, וואָס האָבן געחלומט וועגן ערנסטע פּאָליטישע רעפֿאָרמען. מע קען ניט זײַן הונדערט פּראָצענט זיכער, צי דאָס וואָרט "וואָקזאַל" שטאַמט באמת פֿון דעם ענגלישן Vauxhall, אָבער אַזוי קלינגט איינע פֿון די ווערסיעס, דהײַנו: אַז אין רוסיש איז דאָס וואָרט אַרײַנגעפֿאַלן פֿון דעם נאָמען, מיט וועלכן ס׳איז פֿאַרבונדן אין לאָנדאָן אי די געשיכטע פֿון אַ גרויסן פּאַרק אי די געשיכטע פֿון איינער פֿון די עלטסטע אײַזנבאַן-סטאַנציעס. אין דער רוסישער ליטעראַטור (למשל, בײַ אַלעקסאַנדר פּושקינען) ווערט דאָס וואָרט "וואָקזאַל" (צי "וואָקסאַל") גענוצט אויך פֿאַר די ערטער, וווּ די סמעטענע פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט זיך פֿאַרווײַלט. ווען עס האָט זיך ווידער פֿאַרקאָכט דער גאַנצער ענין מיט אַרויסשיקן איוואַן דעמיאַניוק, האָב איך תּחילת ניט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס דײַטשלאַנד האָט זיך אַזוי הייס אָפּגערופֿן און האָט מסכּים געווען אים צו מישפּטן. גלײַך ווי זיי האָבן ווייניק אייגענע — דײַטשישע — געוועזענע נאַציסטן. פֿאָרמעל קלינגט די סיבה אַזוי: דעמיאַניוק, וועמען מע באַשולדיקט אין דינען ווי אַ מערדער פֿון טויזנטער ייִדן, האָט נאָך דער מלחמה אין משך פֿון זעקס יאָר געוווינט און געאַרבעט אין דײַטשלאַנד. |