פּאָליטיק

ווען עס האָט זיך ווידער פֿאַרקאָכט דער גאַנצער ענין מיט אַרויסשיקן איוואַן דעמיאַניוק, האָב איך תּחילת ניט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס דײַטשלאַנד האָט זיך אַזוי הייס אָפּגערופֿן און האָט מסכּים געווען אים צו מישפּטן. גלײַך ווי זיי האָבן ווייניק אייגענע — דײַטשישע — געוועזענע נאַציסטן. פֿאָרמעל קלינגט די סיבה אַזוי: דעמיאַניוק, וועמען מע באַשולדיקט אין דינען ווי אַ מערדער פֿון טויזנטער ייִדן, האָט נאָך דער מלחמה אין משך פֿון זעקס יאָר געוווינט און געאַרבעט אין דײַטשלאַנד. פֿון דאָרטן איז ער, ווי אַ "די-פּי"-פּערזאָן, אין יאָר 1952, אָנגעקומען קיין אַמעריקע, וווּ ער האָט זיך באַזעצט און געלעבט אונטערן נאָמען "דזשאָן דעמיאַניוק". איצט, 57 יאָר שפּעטער, איז דעמיאַניוק ווידער אין דײַטשלאַנד, אין אַ תּפֿיסה פֿון דער שטאָט מינכען (דאָרטן האָט מען אין 1923 געהאַלטן היטלערן), פֿון וואַנען ער איז אַרויסגעפֿאָרן פֿון יענע דרום-דײַטשישע (בײַערישע) מקומות.

דער 21סטער נומער פֿון דעם זשורנאַל "דער שפּיגעל" אַנטפּלעקט, אָבער, אויך דעם אידעאָלאָגישן געדאַנק, וואָס שטעקט הינטער דעמיאַניוקס עקסטראַדיציע דווקא קיין דײַטשלאַנד, דהײַנו: די דײַטשן ווילן ניט מער בלײַבן די איינציקע שולדיקע אין דעם חורבן. אויף דער הילע פֿון דעם זשורנאַל שטייט געשריבן: "די מיטבאַטייליקטע. היטלערס אייראָפּעיִשע אונטערהעלפֿער בײַם הרגענען ייִדן".

מיט אַנדערע ווערטער, וויל מען ווײַזן, אַז ס׳איז, בכלל, געווען אַ מין "אייראָפּעיִשער פּראָיעקט", אין וועלכן עס האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט ניט ווייניקער פֿון צוויי הונדערט טויזנט לײַט פֿון אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן. דער פּאָפּולערער דײַטשישער זשורנאַל רעכנט זיי איבער: "אוקראַיִנישע זשאַנדאַרמען, לעטישע געהילף-פּאָליציאַנטן, רומענישע סאָלדאַטן, אונגאַרישע אײַזנבאַנער, האָלענדישע אָנגעשטעלטע, פֿראַנצויזישע בירגערמײַסטערס, נאָרוועגישע מיניסטאָרן, איטאַליענישע מיליטערלײַט."

פֿאַרשטייט זיך, אַז אין אַלע לענדער האָט בלויז אַ קליינער טייל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג זיך דירעקט באַטייליקט אין כאַפּן און הרגענען ייִדן. אָבער אָן אָט דער מינאָריטעט וואָלט די מאַשין, געשאַפֿן דורך די דײַשטישע נאַציסטן, ניט געקענט דערגרייכן אַזאַ ברייט-מאַסשטאַביקן, זעקס-מיליאָניקן רעזולטאַט. אָן היגע באַהעלפֿער וואָלט מען אָפֿט מאָל פּשוט ניט געקענט אידענטיפֿיצירן די ייִדן אין דער מאַסע פֿון דער באַפֿעלקערונג.

אין קראָאַטיע, אַ שטייגער, האָט מען די ייִדן ליקווידירט כּמעט אָן אַ בײַטראָג פֿון די דײַטשן. אין פֿאַרשיידענע ערטער פֿון מיזרח-אייראָפּע האָבן ניט ווייניק פּאָגראָמען געמאַכט די היגע באַנדעס נאָך איידער די דײַטשן האָבן זיך אַרײַנגעמישט. בעת אין אויסשוויץ איז כּמעט דער גאַנצער מערדערישער פּערסאָנאַל באַשטאַנען פֿון דײַטשן, איז אין אַזעלכע לאַגערן ווי סאָביבאָר און טרעבלינקע, בלויז די אַדמיניסטראַציע געווען אויסליסלעך פֿון דײַטשן, אָבער די פֿאַרניכטונג-מאַשין האָט געאַרבעט, דער עיקר, אַ דאַנק די אוקראַיִנישע, ליטווישע צי אַנדערע ניט-דײַטשישע מערדער.

די פֿאָרשער פֿונעם חורבן האָבן שוין לאַנג באַמערקט די סאָציאַלע "נאָרמאַלקייט" פֿון די מערדער. דאָס הייסט, אַז פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה זײַנען זיי, סײַ די דײַטשן און סײַ די ניט-דײַטשן, געווען, בדרך-כּלל, ווײַט פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן קרימינעלער אַקטיווקייט. אַדרבא, זיי זײַנען געווען געזעץ-האָרכיקע בירגער, און אַזעלכע זײַנען זיי (אַרײַנגערעכנט דעם זעלבן איוואַן דעמיאַניוק) ווידער געוואָרן נאָך דעם סוף פֿון דער מלחמה.

מע האַלט, אַז פּראָפּאָרציאָנעל זײַנען באַזונדערס אַקטיוו אין חורבן געווען פֿאַרטאָן די לעטן, בעת די תּושבֿים פֿון דענמאַרק האָבן זיך געוויזן ווי די סאַמע לײַטישע אייראָפּעער — דעם גרעסטן טייל פֿון די דענעמאַרקישע ייִדן האָט מען דאָך שטילערהייט איבערגעפֿירט קיין שוועדן, וווּ זיי האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. אַ מיאוס בילד האָט געגעבן האָלאַנד, וווּ הונדערטער מענטשן האָבן געהאָלפֿן צו אידענטיפֿיצירן און אַרויסגעבן ייִדן. אָפֿט מאָל האָבן זיי עס געטאָן צוליב זייער זשעדנעקייט — כּדי פֿאַרדינען אַ ביסל מזומן, וואָס די דײַטשן האָבן געצאָלט פֿאַר יעדן געכאַפּטן ייִד: בערך 40 דאָלאַר אין הײַנטיקע געלטער.

אָבער געלט איז, פֿונדעסטוועגן, געווען ניט די הויפּט-מאָטיוואַציע פֿאַר דעם ברייטן אייראָפּעיִשן אָפּקלאַנג, וואָס די "ענדגילטיקע לייזונג" האָט באַקומען, בפֿרט אין די צעטראַל- און מיזרח-אייראָפּעיִשע לענדער. מיטגעהאָלפֿן האָט די אידעע פֿון שאַפֿן ריין-נאַציאָנאַלע מדינות — פּוילן פֿאַר פּאָליאַקן, קראָאַטיע — פֿאַר קראָאַטן, און אַזוי ווײַטער. ניט צופֿעליק איז בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה אָנגעגאַנגען אויך די בלוטיקע קאָנקורענץ צווישן, אַ שטייגער, די אוקראַיִנישע און די פּוילישע נאַציאָנאַליסטן. אין דעם זין האָבן די ייִדן "געשטערט" אַלעמען.

אַ ממשותדיקע ראָלע האָט אויך געשפּילט דאָס אַסאָציִיִרן די ייִדן מיט קאָמוניזם. אין מיזרח-אייראָפּע זײַנען די דײַטשן געקומען אין די געגנטן, וווּ די היגע באַפֿעלקערונג איז טראַוומאַטיזירט געוואָרן דורך דער סאָוועטישער דערפֿאַרונג. אין משך פֿון דער קורצער צײַט, וואָס די באַלטישע לענדער און די געוועזענע פּוילישע און רומענישע געגנטן האָבן זיך געפֿונען אונטער דער סאָוועטישער אָקופּאַציע, איז רויִנירט געוואָרן די געזעלשאַפֿטלעכע און עקאָנאָמישע סטרוקטור, און טויזנטער לײַט האָט מען דעפּאָרטירט. די נאַציאָנאַליסטישע און נאַציסטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט אַרויפֿגעלייגט די שולד אויף די ייִדן, וועלכע זײַנען טאַקע אָפֿט מאָל געווען די גרעסטע ענטוזיאַסטן פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, ווײַל זי האָט ליקווידירט דעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם פֿון דער פּוילישער און אַנדערע מלוכות.

אַזוי צי אַזוי, אָבער איצט איז קלאָר, אַז אַרום דעמיאַניוקס געריכט ווערן אויפֿגעבויט נײַע מאָדעלן פֿאַר אינטערפּרעטירן דעם חורבן. ס׳איז אויך קלאָר, אַז די דאָזיקע מאָדעלן זײַנען גאָר ניט צום האַרצן דעם עולם אין לעטלאַנד, ליטע, פּוילן און אַנדערע לענדער, פֿון וואַנען עס שטאַמען די "מיטבאַטייליקטע". די "נײַע" אייראָפּע האָט, בכלל, אַ היפּש ביסל אידעאָלאָגישע פּראָבלעמען, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט געשיכטע. ניט צופֿעליק קלײַבט זיך רוסלאַנד אָנצונעמען אַ געזעץ, וואָס וועט "פֿאַרטיידיקן" איר געשיכטע. וואָס שייך דעם דײַטשישן צד, וועט אים זײַן ניט גרינג איבערצולייגן אַ טייל פֿון דער חורבן-שולד אויף אַנדערע לענדער.