פּאָליטיק

איך שרײַב עס נאָך דעם דורכקוקן, מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון עטלעכע טעג, אַ דאָקומענטאַלן פֿילם, וואָס די רוסישע טעלעוויזיע האָט געוויזן דעם 31סטן אויגוסט. דער פֿילם הייסט "צי האָט סטאַלין געקענט אָפּשטעלן היטלערן?" דער ציל פֿון אָט דעם "ווערק", ווי אויך פֿון אַ סך פּובליקאַציעס אין רוסישע צײַטונגען, איז אַ קלאָרער, דהײַנו: ריינצוּוואַשן סטאַלינען און, בכלל, דעם סאָוועטישן רעזשים; צו ווײַזן, אַז סטאַלין האָט, נעבעך, פּשוט קיין ברירה ניט געהאַט ווי זיך צונויפֿרעדן מיט היטלערן. ער האָט באַשלאָסן עס צו טאָן, מחמת ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און פּוילן האָבן יאָר-אײַן יאָר-אויס געשפּילט אַ מיאוסע שפּיל פֿון פּרוּוון אָנרייצן דײַטשלאַנד קעגן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

די שפּיל איז טאַקע געווען אַ מיאוסע, אָבער דער גאַנצער מצבֿ האָט געפֿירט אין אָט דער ריכטונג. איצט קען מען זײַן קלוג און טענהן, אַז די מערבֿדיקע רעגירונגען האָבן דעמאָלט געדאַרפֿט שאַפֿן אַן אַנטי-נאַצישע קאָאַליציע מיט סטאַלינען און אַז אַזאַ שותּפֿות וואָלט ניט דערלאָזט די צווייטע וועלט-מלחמה. אָבער דעמאָלט האָבן סײַ דײַטשלאַנד און סײַ רוסלאַנד אויסגעזען ווי צוויי גזלנים-רעוואַנזשיסטן, זשעדנע צו פֿאַרכאַפּן די גאַנצע וועלט.

ווי פּאַראַדאָקסאַל זאָל עס הײַנט ניט קלינגען, האָט דײַטשלאַנד אין די אויגן פֿון אַ סך מענטשן אַפֿילו אויסגעזען "לײַטישער" פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דער "גולאַג" האָט שוין אַרײַנגעשלונגען מיליאָנען קרבנות און מיליאָנען סאָוועטישע פּויערים זײַנען נאָך פֿריִער אומגעבראַכט געוואָרן דורך הונגער, בעת דער חורבן האָט זיך נאָך אַפֿילו ניט אָנגעהויבן. ייִדן האָבן נאָך געקענט, זאָל זײַן מיט גרויסע שוועריקייטן, זיך אַרויסרײַסן פֿון די נאַצישע הענט.

אין רוסלאַנד הײַט, איז דער 1טער סעפּטעמבער 1939, אפֿשר צום ערשטן מאָל, געוואָרן אַ ברייט באַקאַנטע דאַטע. פֿריִער האָט מען וועגן דעם היסטאָרישן מאָמענט זייער ווייניק גערעדט. ניט צופֿעליק האָט אַן אויספֿרעג לעצטנס געוויזן, אַז ס׳רובֿ רוסישע תּושבֿים האָבן קיין אַנונג ניט וועגן דעם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. זיי ווייסן, בדרך-כּלל, אַז דעם 22סטן יוני 1941 איז די מלחמה געקומען אויף דער סאָוועטישער ערד. וועגן דעם, אַז די רויטע אַרמיי איז אין סעפּטעמבער 1939 אַרײַן אין פּוילן, האָבן צווישן די אויסגעפֿרעגטע געוווּסט בלויז 16 פּראָצענט.

איצט זײַנען די געשעענישן פֿון יאָר 1939 — בפֿרט פֿון אונטערשרײַבן דעם סאָוועטיש-דײַטשישן אָפּמאַך, צעטיילן פּוילן, אָפּבײַסן אַ שטיקל רומעניע און פֿאַרכאַפּן די באַלטישע לענדער — געוואָרן זייער אַקטועל און אַפֿילו אָנגעווייטיקט. די העלדישקייט פֿון רוסישע סאָלדאַטן אין די מלחמה-יאָרן געפֿינט זיך אין דעם סאַמע צענטער פֿון דער נאַציאָנאַלער מיטאָלאָגיע פֿון הײַנטיקן רוסלאַנד. מיט וואָס וועט זיך אַ רוסישער פּאַטריאָט גרויסן, אויב מע וועט עס בײַ אים צונעמען? ווי אַזוי קען מען דערקלערן דעם פֿאַקט פֿון זײַן אַ שותּף פֿון היטלערן אין די ערשטע פּאָר יאָר פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה?

נאָך ערגער האָט די גאַנצע מעשׂה אָנגעהויבן אויסצוזען, ווען דער אייראָפּעישער פּאַרלאַמענט האָט פֿאַקטיש פֿאַרגליכן היטלערן מיט סטאַלינען. דעם 2טן אַפּריל האָט דער פּאַרלאַמענט פֿאָרגעלייגט אָפּצומערקן דעם 23סטן אויגוסט (ווען אין 1939 איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער סאָוועטיש-דײַטשישער פּאַקט) ווי אַן אייראָפּעיִשן טאָג פֿון די קרבנות פֿון אַלע טאָטאַליטאַרע און אויטאָריטאַרע רעזשימען. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אין אַזעלכע לענדער ווי פּוילן, לעטלאַנד, ליטע, עסטלאַנד און אוקראַיִנע האָט מען (לכל-הפּחות, אין דעם הויפּטשטראָם) אַן אַנדער אָפּשאַצונג פֿון די "גוטע" און די "שלעכטע" צדדים אין די מלחמה-יאָרן. ניט צופֿעליק האָט מען זיך אין רוסלאַנד איבערגעשראָקן און אַפֿילו צוגעזאָגט, אַז די מלוכה וועט האַלטן אַן אויג אויף די לערנביכער און אַנדערע מאַטעריאַלן, זיי זאָלן, חס-וחלילה, ניט "פֿאַרקריפּלען" די געשיכטע.

וולאַדימיר פּוטין האָט געגעבן אַ פֿרישע היסטאָרישע אָפּשאַצונג פֿון 1939 אין זײַן אַרטיקל פֿאַר דער פּוילישער צײַטונג "גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ", וואָס האָט זיך באַוויזן ערבֿ זײַן יאַזדע קיין גדאַנסק, וווּ מע האָט אָפּגעמערקט דעם טרויעריקן יוביליי פֿון דער מלחמה. ער האָט פֿאַרבראַקירט ווי אַ "מאָראַליש ניט קראַנטן, פּאָליטיש און פּראַקטיש אומזיניקן, שעדלעכן און געפֿערלעכן" דעם פּאַקט צווישן סטאַלינס סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און היטלערס דײַטשלאַנד. (דאָס הייסט, אַגבֿ, אַז דער דאָקומענטאַלער פֿילם פֿון דעם אָפֿיציעלן רוסישן טעלעוויזיע-קאַנאַל האָט אָפּגעשפּיגלט אַ מער נאַציאָנאַליסטישן קוקווינקל — פֿאַרן אייגענעם עולם). אָבער פּונקט אַזוי האָט פּוטינס אַרטיקל דעפֿינירט אַלע עפּיזאָדן פֿון מיטאַרבעטן מיט די נאַציס אין די יאָרן 1934—1939; דאָס הייסט, זינט דעם פּויליש-דײַטשישן אָפּמאַך און אַרײַננעמענדיק די מינכענער צונויפֿגערעדקייט אין 1938, וואָס האָט דערלויבט היטלערן אײַנצושלינגען טשעכאָסלאָוואַקײַ.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַזאַ "רעלאַטיוויזם" האָט באַפֿרידיקט בלויז אַ באַגרענעצטע צאָל פּאָליאַקן, וועלכע האָבן אַ לאַנגע רשימה חשבונות מיט רוסלאַנד. דרײַ-פֿערטל פּאָליאַקן האַלטן, אַז רוסלאַנד מוז אָפֿיציעל בעטן מחילה בײַ פּוילן פֿאַר צעשיסן טויזנטער אָפֿיצירן, ווי אויך אַנדערע פֿאַרברעכנס אין די מלחמה-יאָרן. אין רוסלאַנד וויל מען ניט אַפֿילו הערן וועגן אַנטשולדיקונגען, ווײַל דאָרטן טענהט מען, אַז פּוילן איז אין די 1930ער יאָרן געווען אַ שותּף פֿון פֿאַשיסטישן דײַטשלאַנד.

בינו-לבינו, האָט מען — ניט פֿאַרן ברייטן עולם — גערעדט וועגן הײַנטיקע דאגות, דאָס הייסט וועגן גאַז. עס רוקט זיך אָן ווינטער, און עס שמעקט שוין מיט אַ נײַעם גאַז-קאָנפֿליקט צווישן רוסלאַנד, אוקראַיִנע, פּוילן, דײַטשלאַנד — די גאַנצע געאָגראַפֿיע פֿון יאָר 1939.