פּאָליטיק

אין מאָסקווער ייִדישן לעבן האָט די געגנט "טשערקיזאָוואָ" אַ מאָל געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע. דאָרטן, אין די דאָרפֿישע שטיבלעך, גאַנץ ווײַט פֿון צענטער שטאָט, האָבן זיך אין די 1920ער יאָרן באַזעצט טויזנטער ייִדישע מיגראַנטן, דער עיקר, פֿון אוקראַיִנע. דאָרטן האָט זיך אַפֿילו באַוויזן אַן אייגענע הילצערנע שיל, וואָס איז צופֿעליק, צי ניט צופֿעליק, פֿאַרברענט געוואָרן — אויב איך פּלאָנטער ניט, אין די 1960ער יאָרן. שפּעטער, זיכער ביז די מיט-1980ער, איז אין דער מאָסקווער קאָרשיל געווען אַ באַזונדערער טשערקיזאָווער מנין.

פֿון "טשערקיזאָוואָ" שטאַמט מײַן ווײַב. אָבער ווען מיר האָבן זיך באַקענט, אין 1976, האָט זי שוין געהערט צו דער טשערקיזאָווער דיאַספּאָרע. די גאַנצע געגנט האָט מען צו יענער צײַט איבערגעבויט, און דער עולם איז געווען גליקלעך אַריבערצופֿאָרן פֿון די פּרימיטיווע הילצערנע הײַזער אין מאָדערנע דירות — קליינע, אָבער מיט גרויסשטאָטישע באַקוועמלעכקייטן. מיסחר, די פֿאַרשפּרייטע באַשעפֿטיקונג פֿון די מיגראַנטן, איז בדרך-כּלל ניט געוואָרן דער פֿאַך פֿון זייערע קינדער, וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט אויף דאָקטוירים, לערער, אינזשענירן צי אַנדערע "אינטעליגענטע פּראָפֿעסיעס". הקיצור, דאָס טשערקיזאָווער זײַטל אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון מאָסקווע האָט זיך פֿאַרמאַכט. אַזוי האָט עס אויסגעזען.

איצט ווערט דאָס וואָרט "טשערקיזאָוואָ" אַסאָצייִרט, דער עיקר, מיטן טשערקיזאָווער מאַרק, וואָס האָט זיך באַוויזן אין יאָר 1993. דאָס איז אַ נײַ זײַטל אויך אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון דעם כּרך, ווײַל דער מאַרק געפֿינט זיך אין די הענט פֿון אַ פּאָר באַרג-ייִדן. ביז סוף 1980ער יאָרן איז דער דאָזיקער סאָרט ייִדן געווען ווייניק פֿאָרגעשטעלט אין מאָסקווע. איצט שאַפֿן זיי אויך אַ קליינעם חלק פֿון דעם שטאָטישן ייִשובֿ, ווייניקער פֿון 20 טויזנט נפֿשות. אָבער זייער השפּעה איז אַ סך שטאַרקער פֿון דער סטאַטיסטישער פּראָפּאָרץ. אַ סימן האָט איר: דער טשערקיזאָווער מאַרק, וווּהין עס קומען טאָג-אײַן טאָג-אויס בערך אַ מיליאָן קונים, האָט אַן אייגענע שיל פֿאַר די באַרג-ייִדן.

מיר איז ניט אויסגעקומען צו זען דעם מאַרק. אָבער מע באַשרײַבט עס ווי אַ באַזונדערע מלוכה, וווּ עס דאָמינירן צוויי שפּראַכן — רוסיש און כינעזיש, אָבער עס אַרבעטן דאָרט מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע נאַציאָנאַליטעטן. די צאָל טאַדזשיקן איז דאָרטן אַזוי גרויס, אַז לעבן דעם מאַרק האָט מען געעפֿנט אַ קאָנסול-ביוראָ פֿון דער טאַדזשיקישער אַמבאַסאַדע. מע זאָגט, אַז אייניקע אַרבעטער גייען קיין מאָל ניט אַרויס פֿון דעם מאַרק, בפֿרט די וואָס האָבן ניט קיין פּאַפּירן, וועלכע דערלויבן זיי צו לעבן לעגאַל אין מאָסקווע. אויף דער טעריטאָריע פֿונעם מאַרק פֿילן זיי זיך רויִק, ווײַל די פּאָליציי האַלט זיך וואָס ווײַטער פֿון דעם דאָזיקן געפֿערלעכן אָרט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז די פּאָליציי איז גוט "אונטערגעשמירט".

דער הויפּט-באַלעבאָס פֿונעם מאַרק איז דער באַרג-ייִד טעלמאַן איסמאַיִלאָוו, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין 1956 אין באַקו, די הויפּטשטאָט פֿון אַזערבײַדזשאַן. ביז לעצטנס האָט ער זיך אויפֿגעפֿירט לויטן פּרינציפּ, אַז "געלט האָט ליב שטילקייט". אמת, פֿון אײַזן איז דער קורח ניט געמאַכט געוואָרן און פֿון מאָל צו מאָל פֿלעגט מען וועגן אים יאָ שרײַבן אין דער פּרעסע. למשל, ווען דזשעניפֿער לאָפּעז איז געקומען ווי אַ גאַסט אויף זײַן 50־יאָריקן יוביליי און האָט באַקומען (אַ חוץ מזומן) אַ גאָלדענעם מיקראָפֿאָן, אין וועלכן זי האָט געזונגען "העפּי ביאָטהדיי..."; אָדער ווען איסמאַיִלאָוו איז געקומען צו פֿליִען אויף אַ הוליאַנקע אין דרום-פֿראַנקרײַך מיט אַן עראָפּלאַן, וואָס איז געווען באַדעקט מיט גאָלד. און דאָך האָט מען צוליב אים עד-היום ניט אויסגעגאָסן אַזויפֿיל טינט, ווי צוליב ראָמאַן אַבראַמאָוויטשן צי באָריס בערעזאָווסקין.

אָבער לעצטנס, האָט טעלמאַן איסמאַיִלאָוו זיך, אַ פּנים, באַנאַרישט. ער האָט געעפֿנט אין טערקײַ אַ האָטעל, וואָס קאָסט 1.5 ביליאָן דאָלאַר. דער "מאַרדאַן האָטעל" (מאַרדאַן איז דער נאָמען פֿון טעלמאַנס פֿאָטער) האָט 560 צימערן און אַ באַסיין, וווּ עס קענען גלײַכצײַטיק שווימען ביז אַ טויזנט מענטשן. כּדי אויסצופֿאַרטיקן ווי עס דאַרף צו זײַן די פּלאַזשע, האָט מען פֿון מצרים געבראַכט 8,000 טאָן זאַמד. מע זאָגט, אַז ס׳איז עפּעס אַזוינס, וואָס די אַראַבער שייכן האָבן אַפֿילו אין זייערע חלומות ניט געזען.

באַזונדערס האָט געריסן די אויגן די עפֿענונג פֿון דעם האָטעל. מע האָט צונויפֿגעפֿירט שטערנס אי פֿון רוסלאַנד, אי פֿון דער גאַנצער וועלט: ריטשאַרד גיר, מאָניקאַ בעלוטשי, שאַראָן סטאָון, פּעריז הילטאָן וכ׳. מע האָט די געסט ממש באַשאָטן מיט געלט — 61 מיליאָן דאָלאַר האָט מען צעוואָרפֿן ווי קאָנפֿעטי. לויט דעם פֿאַרנעם, פֿאַרגלײַכט מען די דאָזיקע אונטערנעמונג מיט דער עפֿענונג פֿון די אָלימפּישע שפּילן. און דאָס אַלץ — אויפֿן אונטערגרונט פֿון די זייער ערנסטע פּראָבלעמען, וואָס אַ דורכשניטלעכער רוסישער בירגער האָט אין די קריזיס-צײַטן.

מע זאָגט, אַז וולאַדימיר פּוטין איז געווען מלא-כּעס. אין קורצן נאָך אָט דער גאַנצער שׂימחה האָט מען גענומען ערנסט נישטערן אין דעם טשערקיזאָווער מאַרק. שוין איצט האָט מען געפֿונען געשמוגלטע סחורה אויף אַ פּאָר ביליאָן דאָלאַר. עטלעכע מענטשן זיצן שוין אין תּפֿיסה. מע רעדט אַפֿילו וועגן צעוואַלגערן דעם גאַנצן מאַרק.

טעלמאַן איסמאַיִלאָוו פֿאַלט בײַ זיך ניט אַראָפּ. יעדנפֿאַלס, טענהט ער, אַז דאָס אַלץ האָט צו אים קיין שײַכות ניט. דער מאַרק איז טאַקע זײַנער, אָבער די סחורה געהערט צו אַנדערע לײַט. דאָך, האָט ער אָנגעגעבן פּאַפּירן אויף צו באַקומען פֿאַר זיך אַ טערקישע בירגערשאַפֿט.