- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַלע, וואָס הערן זיך און קוקן זיך צו צו די געשעענישן אין ייִדישע אַקאַדעמישע קרײַזן אין דעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָבן די טעג גרינגער אָפּגעאָטעמט: דער "אייראָפּעיִשער אוניווערסיטעט" אין פּעטערבורג האָט באַקומען אַ דערלויבעניש זיך אומצוקערן אין זײַן לאָקאַל. עטלעכע חדשים האָט די דאָזיקע לערן-אינסטיטוציע געטרייסלט דער באַשלוס צו פֿאַרמאַכן דעם לאָקאַל, ווײַל דער בנין, אויפֿגעבויט מיט יאָרהונדערטער צוריק, האָט, כּלומרשט, ניט אָפּגעשפּיגלט די הײַנטיקע תּקנות פֿון פֿײַערלעשער. און עס האָט שוין געהאַלטן שמאָל, מע האָט ניט געגלייבט, אַז די גזירה וועט זיך אײַנגעבן אָפּצושרײַען, כאָטש געשריגן האָבן טויזנטער קאָלעגן פֿון דער גאָרער וועלט. דאָך — און דווקא אויף פּורים — איז געקומען די בשׂורה-טובֿה. דאָס הייסט, אַז דער ייִדישער אָפּטייל בײַם אוניווערסיטעט וועט לעבן ווײַטער! דער מזל פֿון די ייִדישע געלערנטע, וואָס אַרבעטן אינעם "אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט", באַשטייט אין דעם, וואָס זיי געפֿינען זיך אונטערן דאַך פֿון אַן אינסטיטוציע מיט אַ גלענצנדיקער וועלט-רעפּוטאַציע און וואָס די סובווענצן פֿאַר די פּראָיעקטן זייערע קומען פֿון קוואַלן (אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, דער עיקר, אויסלענדישע), וועלכע רופֿן ניט אַרויס קיין חשד בײַ דער מאַכט. גאָר אַנדערש זעט איצט אויס דער מצבֿ פֿון די אינסטיטוציעס, וועלכע האָבן באַזירט זייער טעטיקייט אויף די געלטער פֿון דעם "נײַ-רוסישן" נאַפֿט-קורח לעאָניד נעווזלין. עס זײַנען געווען יאָרן, ווען מע האָט געגלייבט, אַז נעווזלין וועט, מעשׂה משה רבנו, אַרויספֿירן די ייִדישע וויסנשאַפֿט אויף די רחבֿותן, וועגן וועלכע זי האָט ביז יענער צײַט ניט געקענט אַפֿילו חלומען. אין יאָר 1993, האָט זיך אויף דער עקאָנאָמישער לאַנדשאַפֿט פֿון באָריס יעלצינס רוסלאַנד, באַוויזן אַ מעכטיקע אונטערנעמונג מיטן נאָמען "יוקאָס". איין קלייניקייט — אין אירע הענט האָבן זיך קאָנצענטרירט צוואַנציק פּראָצענט פֿון דער גאַנצער נאַפֿט-פּראָדוקציע פֿונעם לאַנד. די יונגע מענטשן, וועלכע האָבן זיך (ווער ווייסט ווי אַזוי!) געשטעלט בראָש אָט דעם קוואַל פֿון ביליאָנען דאָלאַרן, האָבן זייער גיך פֿאַרגעסן, אַז עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע כּוחות, וואָס ווילן קאָמאַנדעווען מיטן געוועזענעם קאָמוניסטישן לאַנד. דער סוף איז גוט באַוווּסט: מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי, דער ראָש פֿון "יוקאָס", און עטלעכע זײַנע "לייטענאַנטן" זײַנע פֿעסט פֿאַרשפּאַרט אין תּפֿיסות. אָבער אייניקע האָבן באַוויזן צו אַנטלויפֿן. די הויפּט-פֿיגור צווישן די דאָזיקע פּלטים איז לעאָניד נעווזלין, וועלכער איז אין 2004, אין דעם לעצטן מאָמענט, אַרויסגעפֿלויגן פֿון רוסלאַנד און זיך באַזעצט אין ישׂראל. נאָך זײַענדיק אין רוסלאַנד, האָט נעווזלין אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו ייִדישער וויסנשאַפֿט, און צו וויסנשאַפֿט בכלל. מע האָט אַפֿילו גערעדט וועגן דעם, אַז ער האָט געשריבן אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע. אַ געוויסע צײַט איז ער געזעסן אין דעם פֿאָטעל פֿונעם רעקטאָר אין אַ מאָסקווער אוניווערסיטעט. אין די ישׂראלדיקע יאָרן האָט נעווזלין ניט אויפֿגעהערט צו געבן געלט אויף אַקאַדעמישע פּראָיעקטן, און ניט בלויז אין ישׂראל. אַ חוץ דעם אַקאַדעמישן נעווזלין-צענטער פֿאַר מיזרח-אייראָפּעיִשע פֿאָרשונגען בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט, האָט דער בעזשענעץ געשטיצט ענלעכע צענטערס אין מאָסקווע, קיִעוו און ווילנע. מע דאַרף זאָגן, אַז זייער טעטיקייט האָט געבראַכט אַן אויפֿלעבונג אין דעם גאַנצן פֿעלד. מע האָט דורכגעפֿירט קאָנפֿערענצן, געדרוקט ביכער, געגעבן סטיפּענדיעס. עס בלײַבט אונדז נאָר צו האָפֿן, אַז די דאָזיקע וויכטיקע אינסטיטוציעס וועלן ניט אונטערגיין. די רייד גייט דאָך וועגן אַקאַדעמישע צענטערס, וואָס האָבן נאָר אָנגעהויבן אַרײַנגיין אין די פֿעדערן, און זייער ירידה וואָלט זיך זייער פּײַנלעך אָפּגערופֿן אין דער אַקאַדעמישער וועלט. אָבער מע הערט פֿון אַלע זײַטן קלאַנגען, אַז נעווזלין האָט שוין אָדער אויפֿגעהערט צו געבן געלט, אָדער גיט אַלץ ווייניקער און ווייניקער. עס זעט אויס, אַז ער געהערט צו דער קאַטעגאָריע בעלי-טובֿות, וואָס שאַפֿן ניט קיין פֿעסטן עקאָנאָמישן יסוד פֿאַר זייערע וווילטוערישע פּראָיעקטן. זיי גיבן "ווייכע געלט", ווײַל דאָס דערלויבט זיי צו קאָנטראָלירן דאָס געשעפֿט. מע זאָגט, אַז נעווזלין געפֿינט זיך איצט ערגעץ אין אַמעריקע. די זאַך איז, אַז סײַ אין רוסלאַנד, סײַ אין ישׂראל פֿירט מען קעגן אים לעגאַלע ענינים. אין רוסלאַנד האָט מען צו אים גאָר ערנסטע טענות. מע באַשולדיקט אים אין באַשטעלן מאָרדן פֿון עטלעכע יחידים, וואָס האָבן זיך געשטעלט אויפֿן וועג פֿון "יוקאָס" און זײַנע שוועסטער-געשעפֿטן. בסך-הכּל, איז עס עלף עפּיזאָדן. נעווזלינס צד וואַרפֿט עס אַלץ אָפּ און דעפֿינירט עס ווי אַ פּאָליטיש־מאָטיווירטע קאַמפּאַניע. אין ישׂראל קלינג די באַשולדיקונג קעגן נעווזלינען גאָר אַנדערש. דאָרטן האָט אויף אים אָנגעגעבן אַן אָנקלאָג אין געריכט יולי נודעלמאַן. אַ פֿעיִקער כירורג, איז נודעלמאַן געקומען פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד קיין ישׂראל מיט אַ יאָר פֿינף-און-דרײַסיק צוריק. געמאַכט דאָרטן אַ גוטע מעדיצינישע קאַריערע, זיך באַטייליקט ווי אַ דאָקטער אין אַ פּאָר מלחמות, און געשריבן אין די צײַטונגען אויך. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט ער אַרויסגעגעבן אַ בוך "שטשאַראַנסקי אָן אַ מאַסקע", אין וועלכן ער האָט געפּרוּווט ווײַזן, אַז די געשיכטע פֿון נתן שטשאַראַנסקי טראָגט אין זיך אַ סך מיטאָלאָגיע. פֿאַר אָט דעם "פּרוּוו" מוז ער איצט אויסצאָלן אַ שיין ביסל געלט — אַזוי האָט באַשלאָסן אַ ישׂראלדיק געריכט. ס׳איז ניט קלאָר, פֿאַר וואָס איז נודעלמאַן געוואָרן אַזוי אַנגאַזשירט אין דעם נעווזלין-ענין. נעווזלין האָט — אַזוי האַלט נודעלמאַן — פֿאַרפֿירט די ישׂראלדיקע ביוראָקראַטיע, ווען ער האָט בײַם אַפּליקירן צו באַקומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט ניט אָנגעוויזן אויף זײַנע לעגאַלע פּראָבלעמען אין רוסלאַנד. פֿאָדערט נודעלמאַן, מע זאָל בײַ נעווזלינען צונעמען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט. ער פֿאַררופֿט זיך אויף דעם פּרעצעדענט פֿון אַנטאָן מאַלעווסקי. דעמאָלט, אין די 1990ער יאָרן, האָט דער קרימינעלער טיפּ פֿון רוסלאַנד געפּרוּווט זיך פֿאַרבאַהאַלטן אין ישׂראל, האָט מען אים געשיקט צוריק. מיר ווייסן ניט, פֿאַרשטייט זיך, וועלכע צדדים זײַנען גערעכט אין דעם קאָמפּליצירטן נעווזלין-ענין. אַזוי צי אַזוי, איז עס שלעכט פֿאַר דער ייִדישער וויסנשאַפֿט אין דעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. זי מוז וואָס גיכער געפֿינען פֿאַר זיך אַנדערע פֿינאַנציעלע קוואַלן, וואָס שמעקן ניט מיט קיין קרימינעלע געשיכטעס. Di idishe vizenshaftlerSubmitted by leonlab on Sat, 2008-03-29 21:37.
Ich ken nisht farshteen far vos dize idishe vizenshaftler tzien zich nisht um kein Birobidzhan. Dos iz a idishe gegent in Rusland vu men finansirt farsheidene idishe programen. Tzum baishpil es iz faran in der birobidzhaner universitet a program vos lernt idish tzu di hige pedagogishe shtudenten. Birobidzhan iz a tzimlich raiche gegent un ich bin zicher az zei zainen berait tzu finansiren farshidene idishe vizenshaftliche unternemungen, ober di vizenshaftler muzn farlozen Peterburg un zich umtzien kein EAO(Birobidzhan). |