פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די "קאָלירטע" רעוואָלוציעס אויפֿן שטח פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָבן לעצטנס אַ ביטערע דאָליע. די "אָראַנזש"-רעפֿאָרמאַטאָרן פֿון אוקראַיִנע האָט דאָס פֿאָלק דעמאָקראַטיש פֿאַרביטן מיט מער קאָנסערוואַטיווע און פּראָ-רוסישע טוער. אין קירגיזסטאַן קומט די טעג פֿאָר — אין אַ גאָר ניט קיין דעמאָקראַטישער פֿאָרעם — אַ פּראָצעס, וואָס איז ענלעך (לכל-הפּחות, אין אַ געוויסער מאָס) צו די געשעענישן אין אוקראַיִנע: מע האָט אַראָפּגעוואָרפֿן דעם פּרעזידענט קורמאַנבעק באַקיִעוו, דעם פֿירער פֿון דער "טוליפּ"-רעוואָלוציע מיט פֿינף יאָר צוריק.

דעמאָלט, אין יאָר 2005, אויך פֿרילינג-צײַט (משמעות, אַ געפֿערלעכער סעזאָן אין יענע מקומות), איז דער קירגיזישער המון, געפֿירט דורך אָפּאָזיציע-אַקטיוויסטן, אַרויס אין דרויסן מיט פּראָטעסטן קעגן דעם פּרעזידענט אַסקאַר אַקאַעוו. יענער איז געווען ווייניקער אויטאָקראַטיש איידער זײַנע קאָלעגן אין די איבעריקע צענטראַל-אַזיאַטישע לענדער און האָט ניט אַזוי דערקוועטשט די אָפּאָזיציע. אָבער מע האָט אַקאַעוון באַשולדיקט אין קאָרופּציע און אין פֿאַרפֿירן די עקאָנאָמיע פֿון לאַנד אין אַ טעמפּן ווינקל.

קיין בלוט האָט זיך מיט פֿינף יאָר צוריק ניט פֿאַרגאָסן. אַן אַקאַדעמיקער און, בכלל, לויט אַלע סימנים נאָך אַן אינטעליגענטער מענטש, איז אַקאַעוו אַוועק פֿון זײַן שטעלע. ער איז אַריבער קיין רוסלאַנד, וווּ ער האָט זיך אומגעקערט צו זײַן פֿריִערדיקער, ניט קיין פּאָליטישער טעטיקייט. באַקיִעוו, אָבער, האָט געפּרוּווט בלײַבן בײַ דער מאַכט און האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט פֿון אויסנוצן צוליב דעם כּוח. 75 מענטשן זײַנען אומגעקומען, 400 האָט מען פֿאַרוווּנדעט, און ווען איך שרײַב עס, איז נאָך ניט קלאָר, צי מע קען שוין רעדן וועגן אַ סוף פֿון גוואַלד-מעשׂים.

די איצטיקע לאָזונגען פֿון דער אָפּאָזיציע זײַנען, אין תּוך אַרײַן, פֿאַרבליבן די זעלבע ווי אין דער וועסנע פֿון 2005. מע טענהט הײַנט, אַז אין באַקיִעווס צײַטן איז דער מצבֿ געוואָרן נאָך ערגער, בפֿרט צוליב דעם עצם פֿאַרנעם פֿון קאָרופּציע. אַקאַיעווס משפּחה איז כאָטש געווען ניט קיין גרויסע — ער, זײַן ווײַב, אַ זון און אַ טאָכטער. אָנצוהאָדעווען באַקיִעווס געזינדל איז געווען אַ סך שווערער: פֿינף ברידער, צוויי זין, און דערצו רעדט מען וועגן באַקיִעווס צוויי ניט-אָפֿיציעלע ווײַבער מיט קינדער. באַזונדערס האָט געריסן די אויגן דער 32־יאָריקער זון מאַקסים, צו וועמענס הענט האָט זיך זייער אַ סך צוגעקלעפּט. (די טעג געפֿינט זיך מאַקסים באַקיִעוו ערגעץ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פּרוּווט פֿירן אונטערהאַנדלונגען מיט דער אַמעריקאַנער רעגירונג.) די איצטיקע, נײַע רעגירונג האָט געמאָלדן, אַז די מלוכישע געלט-רעזערוון זײַנען כּמעט אין גאַנצן צעגנבֿעט געוואָרן. אין דער אויסגעליידיקטער מלוכישער קאַסע זײַנען פֿאַרבליבן בסך-הכּל 22 מיליאָן דאָלאַר.

די "טוליפּ"-רעוואָלוציע, מיט פֿינף יאָר צוריק, האָט אויך אָפּגעשפּיגלט דעם קאָנפֿליקט צווישן פֿאַרשיידענע טיילן פֿון דער באַפֿעלקערונג. גאָר ניט צופֿעליק איז קולמאַנבעק באַקיִעוו אַנטלאָפֿן פֿון דער הויפּטשטאָט, בישקעק, אין דרום פֿון לאַנד, וווּ ער האָט טויזנטער אָנהענגער. ער איז בשעתּו געקומען צו דער מאַכט ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון יענע געגנטן. דרום איז אָרעמער פֿון דעם בעסער אַנטוויקלטן, אורבאַניזירטן און מער רוסיפֿיצירטן צפֿון. אמת, די איצטיקע איבערקערעניש ווײַזט ניט, דאַכט זיך, אַזאַ אויסגעשפּראָכענע דרום-צפֿונדיקע צעטיילונג, ווי די געשעענישן מיט פֿינף יאָר צוריק. ראָזאַ אָטונבאַיעוואַ, די פֿירערין פֿון דער נײַער רעגירונג, איז ווייניק פֿאַרבונדן מיט דעם צי יענעם קלאַן, בפֿרט נאָך אַז זי — אַ דיפּלאָמאַט — האָט אַ היפּש ביסל צײַט פֿאַרבראַכט אין אויסלאַנד.

קירגיזסטאַן איז זייער אַן אָרעם לאַנד, צווישן די אָרעמסטע ניט נאָר אין צענטראַל-אַזיע, אָבער אין דער גאַנצער וועלט. אין די בשכנותדיקע לענדער — קאַזאַכסטאַן, אוזבעקיסטאַן און טורקמעניסטאַן — האַלטן זיך פֿעסט אויטאָקראַטישע רעזשימען צוליב אַ צאָל פֿאַקטאָרן, אָבער איינער פֿון די וויכטיקסטע צווישן זיי איז, בלי-ספֿק, די עקאָנאָמיע. די לענדער זײַנען רײַך מיט נאַפֿט און גאַז, דערפֿאַר קענען די רעגירונגען אונטערהאַלטן אַ דערטרעגלעכן ניוואָ פֿון מענטשלעכן לעבן. קירגיזסטאַן האָט די נאַטור געקריוודעט מיט מינעראַלע אוצרות, בעת אַנדערע מינים עקאָנאָמיע זײַנען שלעכט אַנטוויקלט. דאָס מאַכט די מדינה פֿון 5.3 מיליאָן תּושבֿים אָפּהענגיק פֿון די מער מעכטיקע מלוכות, וואָס שאַצן אָפּ די סטראַטעגישע פּאָזיציע פֿון איר טעריטאָריע.

אין דער גאָרער וועלט איז קירגיזסטאַן די איינציקע מדינה, וואָס האָט מיליטערישע באַזעס סײַ פֿון אַמעריקע און סײַ פֿון רוסלאַנד. באַקיִעוו האָט געפּרוּווט מילקן ביידע קי. רוסלאַנד, אָבער, זעט קירגיזסטאַן אין איר ספֿערע פֿון השפּעה און, ווי אַן אייפֿערזיכטיקער קאָכאַנעק, פֿאָדערט פֿולע לאָיאַלקייט. פֿאַראַיאָרן האָט רוסלאַנד אויסגעטיילט קירגיזסטאַן אַריבער צוויי ביליאָן דאָלאַר קרעדיטן מיט אַ תּנאַי, אַז די אַמעריקאַנער מיליטער וועט מען פֿאַרטרײַבן. באַקיִעוו האָט דעם קרעדיט אַרײַנגעשלונגען (און ס׳רובֿ געלטער זײַנען פּשוט פֿאַרשוווּנדן), און מיטן אַמעריקאַנער צד האָט ער זיך דערווײַל צונויפֿגערעדט וועגן גרעסערע דירה-געלט (ריכטיקער — באַזע-געלט). די באַזע איז דאָך זייער וויכטיק ווי אַ טראַנזיט-פּונקט אויפֿן וועג אין אַפֿגאַניסטאַן.

די רוסישע טעלעוויזיע — וואָס איז זייער פּאָפּולער אין קירגיזסטאַן (רוסיש איז די צווייטע שפּראַך אין לאַנד) — האָט גענומען קריטיקירן די קירגיזישע רעגירונג. מע האַלט, אַז דאָס האָט אַרײַנגעוואָרפֿן אַ פֿונק אין דער פֿײַער-געפֿערלעכער סבֿיבֿה. מע טענהט אויך, אַז רוסלאַנד האָט זיך אפֿשר ניט באַגרענעצט מיט פּראָפּאַגאַנדע און האָט שטילערהייט געשפּילט אַ מער ממשותדיקע ראָלע אין די געשעענישן, וועלכע האָבן געבראַכט צו דעם קריזיס אין קירגיזסטאַן. אַ סבֿרא, אַז דאָס אַלץ וועט טעסטירן די באַציִונגען צווישן מאָסקווע און דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע.