פּובליציסטיק
נאַציסטישע מערדער אויף דער פֿאַרברעכן־באַנק,
נירנבערג, 1945
נאַציסטישע מערדער אויף דער פֿאַרברעכן־באַנק, נירנבערג, 1945
Credit: Getty Images

דעם 20סטן נאָוועמבער איז געוואָרן 65 יאָר זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן דער נירנבערגער פּראָצעס איבער די צענטראַלע פֿיגורן אין היטלערס נאַציסטישער מלוכה. הײַיאָר איז די דאָזיקע דאַטע אָפּגעמערקט געוואָרן דורך דער עפֿענונג פֿון אַ מוזיי אין דער זעלבער געבײַדע, וווּ אין משך פֿון עלף חדשים זײַנען דורכגעגאַנגען זיצונגען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט. צו עפֿענען דעם מוזיי זײַנען קיין נירנבערג געקומען די אויסערן-מיניסטאָרן פֿון דײַטשלאַנד און רוסלאַנד, ווי אויך פֿאָרשטייער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גרויס-בריטאַניע און פֿראַנקרײַך. דער דײַטשישער מיניסטער, גידאָ וועסטערוועלט, האָט גערעדט, בפֿרט, וועגן דער אַנומלטיקער "נאַטאָ"-באַגעגעניש אין ליסאַבאָן ווי אַ באַווײַז, אַז די אַמאָליקע שׂונאים זײַנען געוואָרן שותּפֿים און פֿרײַנד.

נאָך דעם ערשטן נירנבערגער געריכט זײַנען געווען נאָך אַ צאָל געריכטן, איבער נאַציסטן וואָס האָבן פֿאַרנומען קלענערע שטעלעס אין דער מערדערישער היעראַרכיע. אָבער ביסלעכווײַז איז אין דער מערבֿדיקער וועלט געוואָרן אַלץ קלענער דער פֿאַרלאַנג צו כאַפּן און מישפּטן נאַציסטישע פֿאַרברעכערס. טויזנטער אַזעלכע פֿאַרברעכערס זײַנען אָפּגעזעסן גאַנץ סימבאָלישע טערמינען אין תּפֿיסה צי — מערסטנטייל — האָבן רויִק פֿאַרענדיקט זייער לעבן אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך צי ערגעץ אין לאַטיין-אַמעריקע.

איינע פֿון די סיבות, פֿאַר וואָס די נאַציס האָבן געהאַט דאָס מזל פֿון בלײַבן אויף דער פֿרײַ, איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אַלגעמיינעם קלימאַט פֿון דער קאַלטער מלחמה. די ראָלע פֿונעם הויפּט-שׂונא האָט דאָך געשפּילט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און, ווי אַ פּועל-יוצא, האָט אַ געוועזענער נאַצי שוין אַרויסגערופֿן אַנדערע געפֿילן; צומאָל אַפֿילו סימפּאַטיעס, טאָמער ער איז געווען ניצלעך אין דער סאָוועטיש-מערבֿדיקער קאָנפֿראָנטאַציע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס אַ פֿאַשיסטישער מיטהעלפֿער פֿון, אַ שטייגער, אוקראַיִנע, ליטע צי לעטלאַנד האָט שוין געהאַט אַן אימאַזש פֿון אַ קעמפֿער קעגן דער סאָוועטישער פֿאַרשקלאַפֿונג. איך האָב אַזעלכע "קעמפֿערס" געזען אין ענגלאַנד, וווּ עס האָבן זיך באַזעצט בערך 8,000 אוקראַיִנער פֿון דער "עס־עס"-דיוויזיע "האַליטשינאַ".

ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט ניט קלאָר, וויפֿל נאַצי-פֿאַרברעכערס האָבן זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ניט איין מאָל האָט מען זייער צאָל אָפּגעשאַצט ווי 10,000. איצט טענהט מען, אַז די אמתע צאָל איז געווען, אַ פּנים, קלענער. ס׳איז וויכטיק, אָבער, אַז אייניקע פֿון זיי זײַנען געקומען קיין אַמעריקע ניט בגנבֿה, האַלטנדיק בסוד זייער פֿאַשיסטישן עבֿר, נאָר פֿאַרקערט — מיט דער הילף פֿון די אַמעריקאַנער אָנגעשטעלטע. וועגן אַזעלכע פֿאַלן דערציילט דער באַריכט, וואָס איז לעצטנס אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס". דער באַריכט אַנאַליזירט די טעטיקייט פֿון דעם ביוראָ פֿון ספּעציעלע אויספֿאָרשונגען (Office of Special Investigations, באַקאַנט ווי O.S.I). אים האָט מען געשאַפֿן גאַנץ שפּעט, אין יאָר 1979 (און פֿאַרמאַכט הײַיאָר), מיטן ציל צו פֿירן די ענינים פֿון נאַציס. אין משך פֿון די דרײַ יאָרצענדליק פֿון זײַן טעטיקייט האָט דער ביוראָ בסך-הכּל דעפּאָרטירט, דע-נאַטוראַליזירט און ניט אַרײַנגעלאָזט אין לאַנד אַריבער 300 געוועזענע נאַציס.

צווישן די "ניצלעכע" פֿאַרברעכער ווערט אָנגערופֿן אָטאָ פֿאָן באָלשווינג. אַ מיטגליד פֿון דער נאַציאָנאַל-סאָציאַליסטישער פּאַרטיי זינט 1932, האָט באָלשווינג געאַרבעט צוזאַמען מיט אַדאָלף אײַכמאַנען, זיך באַטייליקט אין אויסאַרבעטן דעם פּלאַן, וועלכער האָט געהאַט דעם ציל "אויסצורייניקן דייטשלאַנד פֿון ייִדן". אַ געוויסע צײַט איז ער געווען דער פֿירנדיקער דײַטשישער אַגענט אין מיטל-אַזיע, געהאַט געהיימע קאָנטאַקטן מיט פֿאָרשטייער פֿון "הגנה". די דײַטשן האָבן געזוכט, ווי אַזוי פּטור צו ווערן פֿון ייִדן, בעת די ציוניסטישע באַוועגונג האָט געוואָלט ברענגען וואָס מער ייִדן קיין ארץ-ישׂראל.

גלײַך נאָך דער מלחמה האָט דער געוועזענער נאַציסטישער אַגענט אָנגעהויבן מיטאַרבעטן מיט דער אַמעריקאַנער אויסשפּיר-דינסט. זײַנע פֿעיִקייטן האָט הויך אָפּגעשאַצט די אַמעריקאַנער צענטראַלע אויסשפּיר-אַגענץ, "סי-אײַ-איי", וועלכע האָט אים אין יאָר 1954 געבראַכט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין 1959 האָט ער אָנגעגעבן דאָקומענטן אויף צו באַקומען אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט. אין זײַנע פּאַפּירן האָט ער אָנגעוויזן, אַז ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון היטלערס פּאַרטיי. אָבער ער איז געוואָרן אַן אַמעריקאַנער בירגער.

עס האָבן זיך אָפּגעהיט, און איצט באַקאַנט געוואָרן, אַ צאָל דאָקומענטן, וואָס ווײַזן ווי אַזוי מע האָט אין "סי-אײַ-איי" דורכגעטראַכט די טאַקטיק פֿון רעאַגירן אויף אַ מעגלעכער אַנטפּלעקונג פֿון באָלשווינגס מיאוסן עבֿר. די רייד איז געגאַנגען וועגן צוויי וואַריאַנטן פֿון רעאַקציע: צו לייקענען די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע אָדער צו פּרוּוו זי דערקלערן. ס׳איז באַוווּסט, אַז באָלשווינג האָט זיך איבערגעשראָקן, ווען אײַכמאַן איז געכאַפּט געוואָרן אין אַרגענטינע אין 1960. ער האָט געבעטן זײַנען באַלעבאַטים פֿון "סי-אײַ-איי" צו פֿאַרטיידיקן אים. אין 1981 האָט דער ביוראָ פֿון ספּעציעלע אויספֿאָרשונגען טאַקע פֿאַרפֿירט אַ דעפּאָרטאַציע-ענין קעגן באָלשווינגן, אָבער ער איז אין קורצן (און בײַ צײַטנס) געשטאָרבן.

דער באַריכט דערציילט אויך אַנדערע עפּיזאָדן פֿון אַזאַ סאָרט. קיין חידוש ניט, אַז די רעגירונג האָט אַ לענגערע צײַט ניט געוואָלט עס פֿאַרעפֿנטלעכן. אין דער אמתן, איז זייער אַ סך שוין געווען פֿריִער באַקאַנט, אָבער איצט האָט די געשיכטע פֿון אויסנוצן נאַציסטישע פֿאַרברעכערס באַקומען נײַע דאָקומענטאַלע באַשטעטיקונגען.