פּערזענלעכקײטן
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ד״ר דוד כּ״ץ
ד״ר דוד כּ״ץ
Credit: Rimantas Dichavicius

פֿאַר אַ סך לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" איז דוד כּ״ץ (פֿריִער דוד קאַץ און צו מאָל הירשע-דוד מעינקעס) ניט קיין פּנים-חדשות. ס׳איז געווען אַ צײַט, ווען ער האָט זיך געשניטן אויף אַ פֿירנדיקן ייִדישן שפּראַך-קענער, אָבער איצט איז שוין שווער צו דערמאָנען זיך, ווען ס׳איז אַרויס זײַן לעצטע באמת וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט. דערנאָך האָט ער זיך געשניטן אויף אַ ייִדישן שרײַבער, געדרוקט ביכער, באַקומען ליטעראַרישע אויסצייכענונג, אָבער דאָס איז אויך, דאַכט זיך, געבליבן אין דעם עבֿר. אַ מענטש פֿון אַ סך כּישרונות, האָט ער ניט קיין איין וויכטיקן טאַלאַנט, צי פּשוט אַ פֿעיִקייט, צו פֿאַרשטיין אַ מאָס אין זײַנע באַציִונגען מיטן כּלל און מיט אַ יחיד.

אין 2005, אין אַ בוך-רעצענזיע פֿאַרן זשורנאַל "קאָמענטאַרי", האָט דער באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור דוד ראָסקעס באַשריבן כּ״צן ווי "אַ געמיש פֿון פֿאַלסטאַף, קאַרל מאַרקס און אַ כאַריזמאַטישן חסידישן רבי". צו אָט דער טרעפֿלעכער באַשרײַבונג קען מען איצט צוגעבן נאָך איין אַנאַלאָגיע — מיט אַ קאָמפּיוטער־חסיד. דוד כּ״ץ, וואָס האָט אין משך פֿון לאַנגע יאָרן ניט געהאַט אַפֿילו קיין טעלעפֿאָן, האָט, אַ פּנים, פֿאַרשטאַנען, אַז אינטערנעץ איז גלײַך ווי צוגעמאָסטן פֿאַר אַזעלכע מענטשן ווי ער. דער סוף איז, אַז די נעץ ווערט ממש "פֿאַרנעצט" מיט זײַנע טעקסטן, וואָס זײַנען דורכויס פּאָליטישע — אַנטי-ליטווישע.

דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, אַ באַנאַלע מעשׂה — מכּוח אַ ליבע, וועלכע איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שׂינאה. דאָס גאַנצע לעבן פֿון כּ״צן קען מען צעטיילן אויף תּקופֿות פֿון בויען און פֿון רויִנירן דאָס אויפֿגעבויטע פֿון אים אַליין. בעת קהלת לערנט אונדז, אַז נאָכן צעוואַרפֿן די שטיינער קלײַבט מען זיי צונויף, טוט ער פּונקט פֿאַרקערט: קלײַבט צונויף, כּדי דערנאָך צעוואַרפֿן. מיט אַ טוץ יאָרן צוריק איז אַרום אים אין ווילנע אויסגעוואַקסן אַן אינסטיטוט פֿאַר ייִדיש. ס׳איז שווער צו זאָגן, וואָס דער דאָזיקער אינסטיטוט האָט אויפֿגעטאָן, אַ חוץ דער פּאָפּולערער יערלעכער זומער פּראָגראַם (אין וועלכער כּ״ץ אַליין האָט זיך ווייניק באַטייליקט). ווען מע לייענט דעם פּינקס פֿון דוד כּ״צעס אויפֿטוען (זען http://www.dovidkatz.net/ToyShop/_Events.htm ), באַקומט זיך, אַז אין אַפּריל 2010 האָט ער באַקומען די אײַנלאַדונג פֿון דעם סענאַט פֿון דעם קאָוונער אוניווערסיטעט צו זײַן דער בעל-יועץ פֿון דער ערשטער אין גאַנץ ליטע דאָקטאָר-דיסערטאַציע אין הילכות ייִדיש. מיט אַנדערע ווערטער, זײַנען אַזעלכע דאָקטאָראַנטן בײַם ווילנער ייִדיש-אינסטיטוט ניט געווען אין משך פֿון דער גאַנצער געשיכטע פֿון דער אינסטיטוציע, דאָס הייסט זינט 1999.

מיר ווייסן ניט, צי די אַקאַדעמישע פּראָבלעמען צי גאָר אַנדערע סיבות האָבן סוף-כּל-סוף אַרויסגעשטויסן ד״ר כּ״צן פֿון דעם אינסטיטוט. אָבער ס׳איז קלאָר, אַז דוד כּ״ץ אַרבעט שוין דאָרטן ניט. אין זײַן "סי-ווי" (זען www.dovidkatz.net/dovid/dovid_cv.htm ) שטייט בפֿירוש געשריבן, אַז ער איז שוין אַן "אומאָפּהענגיקער געלערנטער און מחבר", און דערצו איז ער דער "הויפּט-אַנאַליטיקער פֿון דעם אינסטיטוט פֿאַר ליטוואַק-שטודיעס אין ווילנע". אַזאַ אַקאַדעמישער ליטוואַקישער אָלימפּ איז אויך בנימצא אין דער ווירטואַלער וועלט פֿון אינטערנעץ: www.litvakstudiesinstitute.org. דער אינסטיטוט באַשרײַבט זיך ווי אַ "פֿילזײַטיקע און הויך-אַמביציעזע אָרגאַניזאַציע", אָבער ס׳איז שווער צו זאָגן מיט וואָס זי באַשעפֿטיקט זיך, חוץ דעם פֿירן אַ מלחמה מיט דער ליטווישער רעגירונג.

אַ סבֿרא, אַז אין אַ יאָר צען אַרום נאָך זײַן באַזעצן זיך אין ווילנע, האָט דוד כּ״ץ זיך פֿאַנאַנדערגעקליבן אין דער היגער פּאָליטיק לגבי דעם חורבן און פֿאַרשטאַנען, אַז זי געפֿעלט אים ניט. האַלט ער אין איין שרײַבן וועגן דער "פֿאַרברעכערישער פּאָליטיק". באַזונדערס איז ער אויפֿגעבראַכט געוואָרן מיט דער אידעע (וואָס איז גאַנץ שטאַרק אין די באַלטישע לענדער), אַז די סאָוועטישע און דײַטשישע אָקופּאַציעס מוז מען באַטראַכטן ווי ענלעכע פֿאַרברעכנס.

אַ נאָרוואָסיקע (אַ מאָל האָט מען גענוצט אַזאַ וואָרט) געשעעניש: דעם 6טן און 7טן פֿעברואַר איז אין לאָנדאָן דורכגעפֿירט געוואָרן אַ סעמינאַר וועגן די ליטוויש-ייִדישע באַציִונגען, און דוד כּ״צן — דער הויפּט-אַנאַליטיקער וכ׳ — האָט מען אויף אָט דער צונויפֿקומעניש ניט גערופֿן. אפֿשר האָט מען באַשלאָסן, אַז ער, אַ ייִדיש-געלערנטער, איז ניט גענוג קוואַליפֿיצירט פֿאַר אַזאַ פֿאָרום, און אפֿשר זײַנען געווען אויך אַנדערע סיבות אים ניט צו פֿאַרבעטן. אַזוי צי אַזוי, אָבער ער האָט עס אויפֿגענומען ווי אַ שפּײַ אין פּנים, און די אינטערנעץ איז פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט פּראָטעסטן, אונטערגעשריבן דורך אַ צאָל מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער און באַשעפֿטיקונגען.

עוואַן זימראָט, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קווינס-קאָלעדזשע, האָט דעם פּראָטעסט ניט אונטערגעשריבן און דערקלערט זײַן באַשלוס (זען www.davidpaulbooks.wordpress.com/2011/02/10/99/). קודם-כּל, האָט ער געהאַט ספֿקות וועגן אייניקע טיטלען און אינסטיטוציעס. למשל, אים האָט געחידושט צו זען "פּראָפֿעסאָר דוד כּ״ץ" בײַ אַ מענטש אָן אַן אוניווערסיטעטישער אַפֿיליאַציע. אָבער, דער עיקר, האַלט ער, אַז די ליטווישע רעגירונג טוט דווקא זייער אַ סך אין דעם געביט פֿון ליטוויש-ייִדישע באַציִונגען און פֿאַרדינט ניט אַזאַ ביטערע און אָפֿט מאָל אומבאַרעכטיקטע קריטיק.

כ׳בין ניט קיין מומחה אין פּאָליטישע געשעענישן אין הײַנטיקער ליטע און האָב ניט קיין פֿאַראיבל אויף די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער לאָנדאָנער צונויפֿקומעניש. אָבער איך האָב אַ קוק געטאָן אויף דער רשימה געלערנטע, וועלכע זײַנען יאָ פֿאַרבעטן געוואָרן אויף דעם סעמינאַר. אייניקע פֿון זיי קען איך פּערזענלעך ווי ערנסטע היסטאָריקער — זיכער ניט קיין מענטשן פֿון פּראָ-ליטווישער (אָדער בכלל פּראָ-"עפּעסער") פּאָליטיק. באַשולדיקן זיי אין טאַנצן אונטער אַ ליטוויש-פּאָליטישן פֿײַפֿל הייסט אַרויסצושטעלן זיך אַליין אויף לײַטיש געלעכטער.

אן עקלדיגער

אן עקלדיגער ארטיקל, זאלט איר מיר מוחל זיין. אזוי מיאוס און אזוי פערזענליך. אויב איך וואלט אפגעשריבן אן ענטפער, וואלט דער טיטל מסתמא געווען, "קליינע מענטשעלעך מיט קליינע השגות." אפשר וואלט "קליין מענטשעלע מיט קליינע השגות" געווען מער טרעפליך.