דער רוסישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו באַגריסט די באַטייליקטע אינעם "אַלוועלטלעכן עקאָנאָמישן פֿאָרום" פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין דאַוואָס |
Credit: Getty Images |
דאָס חזרט זיך איבער יעדעס יאָר: רײַכע לײַט, באַקאַנטע פּאָליטיקער און פֿירנדיקע אינטעלעקטואַלן קלײַבן זיך צונויף אין דעם בילד-שיינעם שווייצער שטעטל דאַוואָס. צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דער עליטאַרער דאַוואָסער מחנה איז ניט גרינג. קודם-כּל, מוז מען קריגן אַ פֿאַרבעטונג צי אַ רעקאָמענדאַציע. דערצו קאָסט עס גרויסע געלטער — מע דאַרף זיך צעבײַטלען ניט ווייניקער ווי אויף אַ הונדערט טויזנט דאָלאַר. סײַדן, עס צאָלט פֿאַר דעם אַלץ די מלוכה אָדער די פֿירמע, וואָס שיקט אַהין. די אידעע פֿון אַזאַ יערלעכער צונויפֿקומעניש איז אײַנגעפֿאַלן דעם פּראָפֿעסאָר פֿון עקאָנאָמיע קלאַוס שוואַב — אַ געבוירענער אין דײַטשלאַנד, וווינט ער שוין לאַנג אין דער שווייץ.
הײַיאָר האָט דעם דאַוואָסער פֿאָרום געעפֿנט דער רוסישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו. געווען איז עס צוויי טעג נאָכן טעראָריסטישן אַטאַק אין דעם מאָסקווער אינטערנאַציאָנאַלן אַעראָפּאָרט "דאָמאָדעדאָוואָ", אין וועלכן עס זײַנען טראַגיש אומגעקומען 35 רוסישע און אויסלענדישע בירגער. ווען איך שרײַב די דאָזיקע שורות בלײַבט נאָך אַלץ, פֿאַרן ברייטן עולם, זייער ווייניק באַקאַנט וועגן דעם טעראָריסט-זעלבסטמערדער און דער אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט עס צוגעגרייט און דורכגעפֿירט. ס’איז קלאָר, אָבער, אַז די שפּורן פֿירן אין צפֿון-קאַווקאַז, וווּ עס גייט פֿאַקטיש אָן אַ בירגערקריג.
מיר ווייסן ניט דערווײַל, צי די צײַט פֿאַרן טעראָריסטישן אַטאַק איז טאַקע בכּיוון אונטערגעקליבן געוואָרן ערבֿ דער צונויפֿקומעניש אין דאַוואָס. אפֿשר איז עס פּשוט געווען אַ צונויפֿפֿאַל. אַזוי צי אַזוי, אָבער קיין ערגערע "מתּנה" פֿאַר מעדוועדיעוון איז שווער געווען צוצוטראַכטן. מחמת דער הויפּט-ציל פֿון מעדוועדיעווס שליחות אין דאַוואָס איז געווען דאָך אײַנצורעדן דעם משפּיעדיקן עולם געשעפֿטלײַט, אַז רוסלאַנד שטעלט מיט זיך פֿאָר זייער אַ גוט אָרט פֿאַר אינוועסטיציעס. די רוסישע רעגירונג קלײַבט נחת פֿון די נײַע ריזיקע קאָנטראַקטן, וועלכע עס האָבן לעצטנס אונטערגעשריבן אַזעלכע פֿירמעס ווי דער "בריטיש פּעטראָליום" און דער "פּעפּסיקאָ". אָבער אָט די פּאָר דערפֿאָלגן קענען ניט פֿאַרבאַהאַלטן דעם פֿאַקט, וואָס כּמעט 30 ביליאָן דאָלאַר זײַנען "אַנטלאָפֿן" פֿון רוסלאַנד אין משך פֿון 2010. בינו-לבינו, הערט ניט אויף מעדוועדיעוו צו טענהן וועגן דער נייטיקייט צו מאָדערניזירן די עקאָנאָמיע פֿון זײַן לאַנד. אָבער אָן געלט וועט עס, בלי-ספֿק, בלײַבן פּוסטע רייד.
טעראָריסטישע אַקטן שרעקן, פֿאַרשטייט זיך, די געשעפֿטלײַט, אָבער זיי שאַפֿן ניט די הויפּט-סיבה פֿאַר וואָס עס לויפֿן פֿון רוסלאַנד אַוועק ריזיקע געלטער. נאָך איידער די מענטשן זײַנען אומגעקומען אָדער געליטן בעת דעם אויפֿרײַס אין "דאָמאָדעדאָוואָ", האָט דער "וואָלמאַרט" פֿאַרמאַכט זײַן ביוראָ אין מאָסקווע און באַשלאָסן ניט צו עפֿענען קיין איין געשעפֿט אין רוסלאַנד. דער שוועדישער ריז "אײַקיִאַ" האָט באַשלאָסן זיך אָפּהאַלטן פֿון אַנטוויקלען ווײַטער זײַנע אָפּעראַציעס אין רוסלאַנד — און דאָס איז אויך ניט געווען פֿאַרבונדן מיטן טעראָריסטישן אַטאַק.
רוסלאַנד איז אַ מדינה, וואָס האָט זייער אַ שווערן קלימאַט פֿאַר אינוועסטיציעס. די לעגאַלע סיסטעם, די געריכטן, זײַנען ניט אומאָפּהענגיק פֿון דער מלוכישער מאַכט. דער ענין פֿון דעם געוועזענעם ביליאָנער מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי סימבאָליזירט דעם טרויעריקן מצבֿ. דעם 30סטן דעצעמבער האָט כאָדאָרקאָווסקי באַקומען נאָך זעקס יאָר תּפֿיסה, כאָטש די באַשולדיקונגען האָבן זיך ווייניק געלייגט אויפֿן שׂכל. מע זעט אין דעם אַ "ווענדעטע" קעגן אַ מענטש, וואָס האָט געהאַט די העזה אַרויסצוּווײַזן זײַן גרייטקייט צו פֿינאַנצירן אַ פּאָליטישע אָפּאָזיציע צו וולאַדימיר פּוטינען.
און דאָס איז נאָך איין זאַך, אויף וועלכער עס האַלטן אַן אויג די אויסלענדישע אינוועסטאָרן. מעדוועדיעוו רעדט און זאָגט צו אַ סך, אָבער מע נעמט אים ניט אויף ווי אַן אומאָפּהענגיקן מלוכישן טוער, אויף וועמענס ווערטער מע קען זיך פֿאַרלאָזן. מע זעט אים, פֿון דעסטוועגן, ווי אַ צײַטווײַליקע פֿיגור, אַ מין בימקום, אָדער פּשוט — אַ האַלב-קאָמישע ליאַלקע, וואָס קען ניט קאָנקורירן מיט פּוטינען, וועמען מע פֿאַרגלײַכט מיטן אימפּעראַטאָר אויגוסט. מע רעדט וועגן דעם "פּרינציפּאַט פֿון פּוטינען", פֿירנדיק דורך אַ פּאַראַלעל מיט די געשעענישן אין רוים מיט אַריבער צוויי טויזנט יאָר צוריק, ווען אויגוסט איז געקומען צו דער מאַכט נאָך אַ שווערער תּקופֿה פֿאַרן לאַנד.
די הויפּט-צרה פֿון רוסלאַנד בלײַבט קאָרופּציע. זי שרעקט באַזונדערס אָפּ דעם אויסלענדישן אינוועסטאָר. דער מצבֿ איז אפֿשר רויִקער אין די געביטן פֿון עקאָנאָמיע, וואָס ווערט קאָנטראָלירט דורך דער רעגירונג — אַזעלכע געביטן ווי נאַפֿט און גאַז. אָבער דאָס לאַנד האָט זייער אַ שלעכטן שם, און ער ווערט נאָר ערגער. אַלץ קען מען קויפֿן און יעדן אונטערקויפֿן. די ריזיקע פֿון אַרבעטן אין אַזעלכע באַדינגונגען איז זייער גרויס.
דער טאַנדעם פֿון פּוטינען און מעדוועדיעוון פּרוּווט צו קעמפֿן קעגן קאָרופּציע דורך אַראָפּנעמען און אַפֿילו מישפּטן אייניקע אָנגעשטעלטע, אַרײַנגערעכנט די הויכגעשטעלטע טשינאָווניקעס. אָבער דאָס זעט אויס ווי אַ פּוסטע טירחה, ווײַל ריין־רעפּרעסיווע מיטלען העלפֿן ניט. צוליב דעם מוז מען, קודם-כּל, האָבן אַ פֿרײַע מעדיאַ און אַ שטאַרקע פּאָליטישע אָפּאָזיציע.
ס’איז שווער צו זאָגן, וואָס פֿאַר אַן אָפּקלאַנג עס האָט באמת געהאַט מעדוועדיעווס אַרויסטרעטונג אין דאַוואָס. די רוסישע פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין טראָגט עס אונטער ווי אַ דערפֿאָלג. אפֿשר איז די רעאַקציע טאַקע געווען אַ גוטע. אָבער עס גלייבט זיך ניט, אַז ריידערײַען קענען שאַפֿן אינוועסטיציעס. צוריק גערעדט, אפֿשר וועט די נייטיקייט צו האָבן בעסערע עקאָנאָמישע באַציִונגען מיט דער וועלט סוף-כּל-סוף פֿאָדערן פֿון פּוטין-מעדוועדיעוון איבערצובויען די סיסטעם, מאַכן זי מער דעמאָקראַטיש. זיי האָבן דאָך געלערנט קאַרל מאַרקסן און ווייסן, אַז דווקא די עקאָנאָמיע שאַפֿט דעם יסוד פֿאַר אַלצדינג.