|
די רוסלענדישע פֿײַערלעשער פֿאַרגיסן מיט וואַסער די וואַלד־שׂרפֿה אין שאַטוראַ, 155 קילאָמעטער אויף דרום פֿון מאָסקווע, דעם 13טן אויגוסט. |
Credit: Getty Images |
די זומערדיקע שׂרפֿה אין יאָר 1972 האָט זיך מיר גוט פֿאַרגעדענקט. איך האָב דעמאָלט אַ חודש צײַט פֿאַרבראַכט אין לענינגראַד (די שטאָט האָט נאָך, פֿאַרשטייט זיך, געטראָגן דעם סאָוועטישן נאָמען), געוווינט מיט עטלעכע אַנדערע סטודענטן אין אַ בוידעם-שטיבל אין סאַמע צענטער, וווּ אַפֿילו בײַ נאַכט איז געווען ווי אין אַ שוויצבאָד. פֿון לופֿטקילערס איז ניט געווען וואָס צו רעדן. אין גערעדטן רוסיש פֿון יענער צײַט האָט מען אַפֿילו ניט גענוצט קיין ווערטער, וועלכע באַשרײַבן די קילער־סיסטעמען.
אַרום מאָסקווע האָבן אין יענעם זומער געברענט וועלדער און דעם ריח האָט מען גוט געפֿילט אין דער שטאָט גופֿא. דער מאָסקווער עולם, וואָס האָט באַשלאָסן אָפּריכטן גלות-דאַטשע, איז דורך ספּעציעלע פּאַטרולן געווען אָפּגעשניטן פֿון די וועלדער. די מיליציע (פּאָליציי) האָט ניט דערלויבט אַפֿילו אַרײַנצוגיין אַהין אויף אַ שפּאַציר, שוין אָפּגעשמועסט פֿון קלײַבן שוואָמען. אָבער קיין גרויסן וועזן וועגן די שׂרפֿות האָט די סאָוועטישע מעדיאַ ניט געמאַכט. דער סאָוועטישער פּרינציפּ איז געווען אַ פּשוטער, דהײַנו: דאָס פֿאָלק האָט געדאַרפֿט וויסן וואָס ווייניקער, עס זאָלן זיך, חלילה, ניט פֿאַרשפּרייטן קיין פּאַניק-שטימונגען.
די לאַגע איז הײַנט אַן אַנדערע, אָבער די רוסישע מעדיאַ האָט ניט פֿאַרגעסן די דערפֿאַרונג פֿון דעם קאָמוניסטישן אַמאָל. טאָג-אײַן טאָג-אויס זײַנען די טעלעוויזיע-נײַעס אָנגעפֿילט מיט ממש טעאַטראַלישע סוזשעטן וועגן דער אָנפֿירנדיקער ראָלע פֿון דעם מעדוועדיעוו-פּוטינישן פּאָרל. זיי שטייען, כּלומרשט, בײַם רודער פֿון דער ריזיקער מאַשין, וואָס קעמפֿט קײַלעכדיקע מעת־לעתן קעגן דעם שרעקלעכן פֿײַער. מע דאַרף זאָגן, אַז — ווי תּמיד — באַקומט זיך אַזאַ שפּיל אַ סך בעסער בײַ פּוטינען, איידער בײַ מעדוועדיעוון. אויף דער בינע זעט אויס פּוטין נאַטירלעכער, איבערצײַגעוודיקער. וואָס שייך מעדוועדיעוון, איז ער ווי אַן אַמאַטאָר, וועמען די נאַטור האָט ניט געגעבן קיין אַקטיאָרישן טאַלאַנט, אָבער עפּעס אַ בייזער רוח (דער זעלבער פּוטין) האָט אים, אויף לײַטיש געלעכטער, אַרויסגעשטופּט אויף דער פּראָפֿעסיאָנעלער בינע.
דאָס איז אַלע מאָל געווען אַזוי. אין די לעצטע וואָכן האָט עס זיך פּשוט מער געוואָרפֿן אין די אויגן, ווײַל די טעלעוויזיע טיילט פֿאַר זיי אויס מער צײַט ווי שטענדיק. דער סך-הכּל איז, אַז די פּראָפּאַגאַנדע איז היפּש איבערגעזאַלצן געוואָרן, און אַן איבערגעזאַלצענע פּראָפּאַגאַנדע ווערט דאָך גלײַך פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאָנטער-פּראָפּאַגאַנדע. קיין חידוש ניט, אַז אַלע אַנומלטיקע אויספֿרעגן ווײַזן אָן אויף דער נידעריקער שטיצע, וואָס דאָס פּאָרל באַקומט מצד דער באַפֿעלקערונג. דער עולם איז מיד געוואָרן פֿון פּלאַפּלערײַ, וואָס בײַט זייער ווייניק. דערצו קען מען דאָך, פֿון דעסטוועגן, אַרײַנקוקן אין די צײַטונגען און, דער עיקר, אויף די אינטערנעץ-זײַטלעך, וועלכע זײַנען ניט קאָנטראָלירט דורך דער רעגירונג.
די איראָניע באַשטייט אין דעם, וואָס די שׂרפֿות האָבן אָפֿט מאָל אַרויסגערופֿן נאָסטאַלגיע נאָך די סאָוועטישע צײַטן. מע דאַרף דאָך ניט זײַן באַזונדערס אַלט, כּדי צו געדענקען דעם זומער פֿון 1972. איצט דאַכט זיך, אַז דעמאָלט האָט די גאַנצע סיסטעם געאַרבעט ניט צו פֿאַרגלײַכן עפֿעקטיווער ווי איצט. ניט צופֿעליק האָט מען לעצטנס אויף דער מלוכה-קאָנטראָלירטער טעלעוויזיע גענומען דערציילן, ווי אַזוי אין 1972 האָט מען פֿאַרשוויגן דעם פֿאַרנעם פֿון דער פּראָבלעם און די צאָל מענטשן, וועלכע זײַנען אומגעקומען אין פֿײַער. אָבער עס העלפֿט ניט — מענטשן ווילן זען "די אַמאָליקע" עפֿעקטיווקייט פֿון דער רעגירונג.
טיילווײַז איז עס ריכטיק. אין פּוטינס און מעדוועדיעווס צײַטן האָט מען, אין תּוך אַרײַן, רויִנירט די גאַנצע אינפֿראַסטרוקטור, וואָס פֿלעגט זיך נאָך פֿון דער צאַרישער תּקופֿה אָפּגעבן מיט די וועלדער. מע האָט אינוועסטירט ווייניק געלט, און דאָס האָט דערפֿירט צו דעם, אַז ווייניקער מענטשן האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט אָפּהיטן די וועלדער. נאָך מער: די סיסטעם פֿון אָפּהיטן די וועלדער האָט מען דעצענטראַליזירט, זי אָפּגעגעבן אין די בדרך־כּלל קאָרומפּירטע הענט פֿון היגע אַדמיניסטראַציעס. בעת-מעשׂה האָט מען אין די דערפֿער אויפֿגעהערט צו פֿאָדערן, מע זאָל זײַן גרייט צו לעשן שׂרפֿות. די סטאַוון, וועלכע מע פֿלעגט האַלטן ווי רעזערוווּאַרן פֿון וואַסער — כּמו־הידראַנטן אין דאָרפֿישע באַדינגונגען — זײַנען אין די לעצטע יאָרן אָדער פֿאַרוואַקסן געוואָרן און זעען אויס ווי אַ זומפּ, אָדער מע האָט זיי אין גאַנצן פֿאַרשאָטן.
בינו-לבינו, זײַנען אין גאַנצן צי טיילווײַז אויסגעברענט געוואָרן צענדליקער דערפֿער. טויזנטער תּושבֿים זײַנען פֿאַרבליבן נישׂרפֿים אָן אַ דאַך און אָן אַ האָב-און-גוטס. צענדליקער מענטשן האָבן ניט באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿונעם פֿײַער. איצט ציטערט מען, אַז דער פֿײַער קען אויפֿהייבן די קאָנטאַמינירטע, ראַדיאָאַקטיווע רעשטלעך פֿון דער טשערנאָביל-אַוואַריע און ברענגען נאָך אַנדערע, זייער ערנסטע צרות. דערווײַל האָט זיך פֿון דעסטוועגן אײַנגעגעבן אָפּצוהיטן אינדוסטריעלע (אַטאָמישע בתוכם) אָביעקטן און די שטעט.
אַ סבֿרא, אַז די שׂרפֿות וועלן איבערלאָזן אַ טיפֿן שפּור אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט. די רייד גייט ניט נאָר וועגן די אויסגעברענטע וועלדער און דערפֿער. די אַבנאָרמאַלע היצן האָבן גלײַך ווי עקזאַמענירט דאָס לאַנד. מע קען ניט זאָגן, אַז רוסלאַנד האָט אין גאַנצן ניט אויסגעהאַלטן דעם עקזאַמען; אָבער קיין גוטן רעזולטאַט האָט עס אויך ניט געוויזן. אַן אָפּקלאַנג פֿון דעם זומער 2010 וועט זיך נאָך פֿילן.