|
ייִדן דאַווענען אין אומאַן |
Getty Images |
אַ מאָדנע גורל האָט אומאַן, די אוקראַיִנישע שטאָט וואָס געפֿינט זיך 125 מײַל פֿון קיִעוו. אייניקע טענהן, אַז זי פֿאַרנעמט דאָס אָרט פֿון דעם געאָגראַפֿישן צענטער אין לאַנד. אומאַן קען זיך אויך גרויסן מיט איר אַלטן שיינעם פּאַרק און מיט דעם וואָס זי איז געוואָרן אַ ברודער-שטאָט מיט אַשקלון. און דאָך ניט אין דעם באַשטייט איר וויכטיקייט אין 21סטן יאָרהונדערט. אומאַן באַווײַזט זיך אין אוקראַיִנישע און אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס יעדן האַרבסט, אַרום ראָש-השנה, ווען אַהין הייבן אָן קומען טויזנטער, און לעצטנס, צענדליקער טויזנטער, חסידים. אין אומאַן געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון רבי נחמן בראַצלעווער (1772—1810) — אין דער דאָזיקער שטאָט איז אים באַשערט געווען צו שטאַרבן פֿון טובערקולאָז. אַזוי איז עס געוואָרן אַ הייליק אָרט פֿאַר דעם זגאַל ייִדן.
די איצטיקע געשיכטע פֿון עולה-רגל זײַן קיין אומאַן האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1989, אין דעם סאַמע ברען פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס "פּערעסטרויקע". דעמאָלט זײַנען אין דער פֿאַרשלאָפֿענער פּראָווינציעלער שטאָט פֿון בערך 90 טויזנט תּושבֿים אָנגעקומען אַרום אַ טויזנט חסידים. זיי האָבן דורכגעלייגט דעם וועג, און זינט דעמאָלט האָט די צאָל פּילגרימען געהאַלטן אין איין וואַקסן. פֿון אַלע עקן וועלט לאָזן זיך אין וועג אַרײַן ייִדן, דער עיקר, די "טויטע חסידים". אַזוי רופֿט מען די בראַצלעווער חסידים (דווקא, זייער לעבעדיקע מענטשן), ווײַל זיי האָבן קיין אָפֿיציעלן רבי ניט געהאַט זינט דעם טויט פֿון זייער רבין, ר׳ נחמן בראַצלעווער. די אומאַנער יאַזדעס האָבן אַרײַנגעבלאָזן אַ היפּש ביסל ענערגיע אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה, צוגעצויגן צו זיי מער מענטשן.
אין משך פֿון די 22 יאָר האָט זיך שוין געשאַפֿן אַ גאַנצע אינפֿראַסטרוקטור פֿון פּילגרים-נסיעות, מיט פֿאַרבינדונגען מיט די אומאַנער, און העכער ווי די אומאַנער, אוקראַיִנישע מנהיגים, מיט דעם גאַנצן געשעפֿט פֿון באַזאָרגן דעם אינטערנאַציאָנאַל-חסידישן עולם מיט טראַנספּאָרט, אַכילה, אַ דאַך איבערן קאָפּ, און אַנדערע זאַכן, אין וועלכע אַ מענטש בכלל, און אַ חסיד בפֿרט, נייטיקט זיך אין אויסלאַנד.
פֿאַר אַ טייל פֿון דער אומאַנער באַפֿעלקערונג, בפֿרט פֿאַר די בר-מזלס וואָס האָבן דירות אין דער געגנט פֿון דער פּושקין-גאַס, דאָס הייסט ניט ווײַט פֿון דעם הייליקן קבֿר, האָט די נײַע, חסידישע תּקופֿה געעפֿנט אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרדינען נישקשהדיקע געלטער. אין דעם חודש אַרום ראָש-השנה, קען אַ דירה אין דער גוטער געגנט ברענגען אַ רווח פֿון בערך דרײַ טויזנט דאָלאַר, וואָס איז אַ דורכשניטלעכע יערלעכע הכנסה אין אוקראַיִנע. די געסט נייטיקן זיך אין כּלערליי אַנדערע סחורות און טובֿות, און דאָס אַלץ קאָסט געלט און מיינט פּרנסה.
דאָך וואָלט געווען נאַיִוו צו דערוואַרטן, אַז אַלע אומאַנער אײַנוווינער זאָלן קלײַבן נחת פֿון די יערלעכע חסידישע "אינוואַזיעס". ערשטנס, פֿאַרדינען גאָר ניט אַלע פֿון דעם גאַנצן געשעפֿט. צווייטנס, האָבן די אומאַנער אַ חשד — אפֿשר, אַ באַרעכטיקטן — אַז אַ גרויסן, צי אַפֿילו דעם גרעסטן, חלק געלט באַקומען שטילערהייט די שטאָטישע פֿונקציאָנערן. עס פֿאַרדריסט, אַז דאָס געלט בלײַבט אין געוויסע קעשענעס, בעת דער שטאָטישער בודזשעט באַקומט ווייניק פֿון דער גאַנצער ראָש-השנה-אינדוסטריע. דריטנס, ווערט די שטאָט גוואַלדיק שמוציק אין יענע טעג, ווײַל די קאָמונאַלע אַרבעטער באַווײַזן ניט אַרויסצופֿירן דאָס מיסט. פֿערטנס, האָבן גאָר ניט אַלע ליב ייִדן, בפֿרט אַזעלכע "ייִדישע ייִדן" ווי די חסידים.
אייניקע אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן האָבן אַן אײַנפֿאַל, דהײַנו: זאָלן די ייִדן נעמען און אַריבערטראָגן אין ישׂראל דאָס געביין פֿון רבי נחמן בראַצלעווער. אַזוי אַרום וועט אומאַן פּטר ווערן פֿון די חסידים און דער גאַנצער פּראָבלעם אַרום זיי. אַ סבֿרא, אַז נאָר אַ מינאָריטעט האַלט אונטער דעם דאָזיקן "געניאַלן פּלאַן". מע פֿאַרשטייט, אַז אָן דעם קבֿר וועט אומאַן ווערן אַ אָרט אָן פּרנסה. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די פּאָליטיקער ווילן ניט אויסזען מיאוס און אָפּסמן די באַציִונגען מיט אויסלאַנד.
ראָש-השנה איז די צײַט, ווען די אוקראַיִנישע פּאָליציי באַמיט זיך אָפּצוטיילן די אָנגעקומענע ייִדן פֿון דער היגער באַפֿעלקערונג. די געגנט פֿון דער שטאָט, אַרום דער פּושקין-גאַס, ווערט פּאַטרולירט דורך די פּאָליציאַנטן. אין משך פֿון אַ פּאָר וואָכן לאָזט מען ניט אַרײַן אין דער צײַטווײַליקער "זאָנע" פֿון דער שטאָט קיין מענטשן, וועלכע האָבן דאָרטן ניט קיין באַשעפֿטיקונג. הײַיאָר האָט מען אין אומאַן צונויפֿגעקליבן אַרום 500 פּאָליציאַנטן, און מע דערוואַרט נאָך 6 ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן. מע האָט מורא, עס זאָלן זיך ניט איבערחזרן אַזעלכע געשעענישן ווי פֿאַר אַ יאָרן, ווען אין אַ צונויפֿשטויס מיט היגע לײַט איז אומגעקומען אַ יונגער חסיד, ישׂראל טאָראָוו, וועלכער איז געקומען צו פֿאָרן פֿון ישׂראל. זײַן ברודער איז געוואָרן לײַכט פֿאַרוווּנדיקט. דערצו האָט מען אַרעסטירט און אַרויסגעשיקט פֿון אוקראַיִנע אַ צענדליק חסידים. ביידע צדדים באַשולדיקן דעם צד-שכּנגד אין די אינצידענטן.
הײַיאָר קען זײַן באַזונדערס שווער אונטערצוהאַלטן אַן אָרדענונג, ווײַל מע דערוואַרט אַ סך מער געסט — ניט ווייניקער ווי 30 טויזנט נפֿשות. פֿאַרבונדן איז עס מיט דעם וואָס זינט פֿעברואַר 2011 זײַנען אָפּגעשאַפֿן געוואָרן וויזעס צווישן ישׂראל און אוקראַיִנע. הקיצור, עס בלײַבט נאָר צו האָפֿן, אַז ראָש-השנה אין אומאַן זאָל דורכגיין בשלום.