פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זונטיק, דעם 12טן יוני, האָט די טערקישע באַפֿעלקערונג געשטימט אין די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן, צו וועלכע מע האָט זיך צוגעקוקט אין בשכנותדיקע און געאָגראַפֿיש-ווײַטע לענדער. טערקײַ שפּילט דאָך אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער וועלט — איר עקאָנאָמיע פֿאַרנעמט דאָס 17טע אָרט און אַנטוויקלט זיך זייער גוט. אין "נאַטאָ" האָט טערקײַ די צווייטע — נאָך די פֿאַראייניקטע שטאַטן — גרעסטע אַרמיי. קיין אַנדער מוסולמעניש לאַנד איז ניט אַזוי נאָענט צו אייראָפּע סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל; שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס טערקײַ שאַפֿט אַ מוסטער פֿאַר אַ סך מוסולמענער איבער דער וועלט, בפֿרט אין די אַראַבישע מדינות, ווי אַ געזעלשאַפֿט, וועלכע עס גיט זיך אײַן צו קאָמבינירן וועלטלעכקייט מיט רעליגיעזע טראַדיציעס.

אין אַ היפּשער מאָס ווערט די הײַנטיקע טערקישע מזל-ברכה אַסאָציִיִרט מיט דער פּאַרטיי פֿון יושר און אַנטוויקלונג, בראָש מיט רעדזשעפּ טײַיִפּ ערדאָגאַן, וואָס איז דער פּרעמיער-מיניסטער זינט 2002. תּחילת האָט מען געהאַט גרויסע ספֿקות וועגן אָט דעם, אין תּוך אַרײַן, איסלאַמיסט. אָבער זײַן פּאַרטיי, וואָס קאָמבינירט עקאָנאָמישן ליבעראַליזם מיט רעליגיעזן קאָנסערוואַטיזם, פֿירט, פֿון דעסטוועגן, אַ גאַנץ ראַציאָנעלע פּאָליטיק און, דער עיקר, שפּיגלט אָפּ די מיינונג פֿון דעם גרעסטן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג.

און דאָס איז גאָר ניט גרינג — אונטערצוקלײַבן אַ פּאָליטישן ניגון, וועלכער זאָל געפֿינען אַן אָפּקלאַנג אין טערקײַ, וווּ דער עולם איז צעטיילט אויף דורכויס וועלטלעכע און טראַדיציאָנעל־רעליגיעזע לײַט; אויף די טערקן גופֿא און כּלערליי נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, קודם-כּל — די קורדן, וועלכע שאַפֿן בערך צוואַנציק פּראָצענט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. די קורדישע פּראָבלעם איז די סאַמע אָנגעווייטיקטע. אָפֿט מאָל באַשטימט זי דעם אופֿן, ווי אַזוי די רעגירונג פֿירט זיך אויף כּלפּי דער לאָקאַלער און אינטערנאַציאָנאַלער בינע. מיר געדענקען דאָך, ווי טערקײַ איז געווען ניט צופֿרידן מיט דער אינוואַזיע אין איראַק, ווײַל דאָס האָט געקענט דעסטאַביליזירן די געגנטן, באַפֿעלקערטע דורך די קורדן פֿון ביידע זײַטן פֿון דער איראַקיש-טערקישער גרענעץ.

די קורדישע פּראָבלעם האָט אויך אַ ייִדישן סיפּור-המעשׂה. און די רייד גייט ניט נאָר וועגן די קורדישע ייִדן, וועלכע וווינען הײַנט מערסטנטייל אין ישׂראל. אַ סך וויכטיקער זײַנען די לאַנגיאָריקע פֿאַרבינדונגען צווישן ישׂראל און קורדישע נאַציאָנאַלע באַוועגונגען. גאַנצע פֿעסער טינט זײַנען אויסגעשריבן געוואָרן מכּוח דער שטיצע, וואָס די קורדן אין איראַק, איראַן, סיריע און טערקײַ באַקומען מצד ישׂראל. מע טענהט, אַז די דאָזיקע שטיצע ווערט שטאַרקער, ווען די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די דאָזיקע לענדער ווערן ערגער. הײַנט, אַ שטייגער, רעדט מען וועגן דער גרעסערער שטיצע, וואָס די מיליטאַנטישע קורדישע גרופּעס באַקומען אין טערקײַ, ווײַל די הייסע ליבע, וועלכע עס האָט עקזיסטירט צווישן טערקײַ און ישׂראל, איז אָפּגעקילט געוואָרן אין די לעצטע יאָרן.

אַנטי-ישׂראלדיקע רעטאָריק האָט זיך געהערט בעת דער לעצטער וואַל-קאַמפּאַניע. למשל, ווען דער בריטישער זשורנאַל "עקאָנאָמיסט" האָט אָנגעשריבן, אַז פֿאַר דער טערקישער דעמאָקראַטיע וואָלט געווען בעסער צו האָבן אַ שטאַרקע אָפּאָזיציע, האָט די פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין פֿון ערדאָגאַן-לאַגער באַשריבן דעם זשורנאַל ווי אַ פֿאָרום פֿון ציוניסטן און, בכלל, דערמאָנט דעם טערקישן עולם, אַז שיִער ניט די גאַנצע מעדיאַ אין די מערבֿדיקע לענדער געפֿינט זיך (כּלומרשט) אין ייִדישע הענט.

כאַראַקטעריש, אַז דער ישׂראלדיקער צד האָט אויסגעקליבן די סטראַטעגיע פֿון ניט רעאַגירן אויף אַנטי-ישׂראלדיקע אַרויסזאָגונגען. מע האָפֿט, אַ פּנים, אַז דער שטויב פֿון דער וואַל-היסטעריע וועט זיך אָפּזעצן, און די רעאַלפּאָליטיק וועט אויפֿגעבויט ווערן ניט אויפֿן יסוד פֿון פּראָפּאַגאַנדיסטישע קלינגווערטער. אַזאַ האָפֿענונג איז ניט באַזירט אויף פּוסטע חלומות. ניט געקוקט אויפֿן ערנסטן פּאָליטישן קריזיס אין די ישׂראל-טערקישע באַציִונגען, גייען די געשעפֿטן זייער גוט צווישן די לענדער. דער ישׂראלדיקער עקספּאָרט קיין טערקײַ האַלט אין איין וואַקסן. דאָס זעלבע קומט פֿאָר מיטן טערקישן עקספּאָרט. הקיצור, דער הימל איז ניט בײַ דער ערד.

קיינער האָט קיין ספֿק ניט געהאַט, אַז ערדאָגאַן און זײַן פּאַרטיי וועלן געווינען די וואַלן. די פֿראַגע איז געווען וועגן דעם פֿאַרנעם פֿונעם נצחון. איין זאַך איז צו האָבן אַ מערהייט אין דעם פּאַרלאַמענט און שאַפֿן די רעגירונג. גאָר אַן אַנדער זאַך איז צו באַקומען אַזאַ איבערוועגנדיקע מערהייט, וואָס דערלויבט צו בײַטן די קאָנסטיטוציע.

דער סוף איז, ווי מיר ווייסן שוין, אַז די פּאַרטיי פֿון יושר און אַנטוויקלונג האָט באַקומען אַ העלפֿט פֿון די שטימען און וועט קענען שאַפֿן אַ נײַע רעגירונג, אָבער ניט קענען איבערמאַכן, לויט איר אײַנזען, די פּאָליטישע סיסטעם פֿונעם לאַנד. אין דעם נײַעם פּאַרלאַמענט וועלן פֿאָרגעשטעלט ווערן נאָך צוויי פּאַרטייען — די וועלטלעכע רעפּובליקאַנישע פֿאָלקס-פּאַרטיי (זי האָט באַקומען 26 פּראָצענט שטימען) און די רעכטע נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיי (13 פּראָצענט). צענדליקער כּלומרשט אומאָפּהענגיקע דעפּוטאַטן, וועלכע האָבן אויך באַקומען ערטער אין פּאַרלאַמענט, שטעלן פֿאָר קורדישע פּאָליטישע שטראָמען. בסך-הכּל, האָט טערקײַ אָפּגעהיט איר איצטיקן פּאָליטישן פּרצוף, וואָס איז, אַ פּנים, אַ בשׂורה-טובֿה.