פּובליציסטיק

ווי אַזוי איז די רעליגיעזקייט פֿון אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרבונדן מיט זייער וועלטלעכער הצלחה, דאָס הייסט מיט זייערע דערגרייכונגען אין געשעפֿט, אַרבעט וכ׳? אַזאַ פֿראַגע האָבן פֿאַר זיך געשטעלט האַריעט און משה האַרטמאַן, און אין דעם מאַרץ-העפֿט פֿון Journal of the Scientific Study of Religion קען מען זיך באַקענען מיט די רעזולטאַטן פֿון זייער פֿאָרשונג. דעם רוישטאָף פֿאַרן אַרטיקל האָבן זיי גענומען פֿון דעם פּרטימדיקן אויספֿרעג, וואָס מע האָט אין די יאָרן 2000 און 2001 דורכגעפֿירט צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. די האַרטמאַנס האָבן אויסגעקליבן נאָר אַזעלכע רעספּאָנדענטן, וועלכע זײַנען געווען דערוואַקסענע מענטשן, 25—64 יאָר אַלט, געבוירן געוואָרן בײַ ייִדישע עלטערן, אויפֿגעהאָדעוועט ווי ייִדן און זיך געהאַלטן פֿאַר ייִדן. בסך-הכּל, האָבן זיי געפֿונען נייטיקע דאַטעס פֿאַר אַרום אַ טויזנט מאַנצבילן און אַ טויזנט פֿרויען.

וואָס שייך די פֿרויען, האָבן די האַרטמאַנס אויספֿירן קיין גרויסע סענסאַציע ניט געמאַכט. ס׳איז דאָך אַזוי אויך קלאָר, אַז וואָס שטאַרקער די רעליגיעזקייט, אַלץ ווייניקער האָט די פֿרוי מעגלעכקייטן צו אַנטוויקלען איר קאַריערע. זי (דאָס הייסט, אַ דורכשניטלעכע פֿרומע פֿרוי) האָט חתונה, נאָך זײַענדיק זייער יונג, און זיך קינדלען הייבט זי אָן אין דעם עלטער, ווען אַ וועלטלעכע אָדער, לכל-הפּחות, אַ ווייניקער פֿרומע פֿרוי גייט אין קאַלעדזש צי באַשעפֿטיקט זיך מיט אירע גראַדויִר-לימודים. ווי די זעלבע פֿאָרשונג ווײַזט, שפּילט די בילדונג אַ גרעסערע ראָלע אין דער וועלטלעכער הצלחה איידער די רעליגיעזקייט. אָבער דווקא די פֿרומע פֿרויען האָבן, בדרך-כּלל, אַ קלענערן צוטריט צו בילדונג. זייער לעבן-שטייגער לאָזט זיי ניט עס צו טאָן.

אַן אינטערעסאַנט בילד האָבן די האַרטמאַנס באַקומען פֿאַר די מאַנצבילן. אויב איך האָב ריכטיק פֿאַרשטאַנען די טיפֿע תּורה אין זייער אַרטיקל, זײַנען באַזונדערס הצלחהדיק די קאָנסערוואַטיווע (אין רעליגיזען זין) ייִדן. זיי אַרבעטן זיך אַרויף בעסער פֿון די וועלטלעכע, בעת די רעפֿאָרמיסטישע ייִדן פֿאַרנעמען דאָס דריטע אָרט אויפֿן אַמעריקאַנער ייִדישן לייטער פֿון דערפֿאָלג. די לעצטע זײַנען די אָרטאָדאָקסישע, וועלכע אינוועסטירן זייער אַ סך צײַט אין זייער ייִדישקייט און זײַנען דורכשניטלעך נידעריקער געבילדעט ווי דער אַמעריקאַנער ייִדישער הויפּטשטראָם, אין וועלכן מער ווי אַ העלפֿט זײַנען באַקאַלאַווערס, און מער ווי אַ פֿערטל האָבן הינטער זיך גראַדויִר-שטודיעס.

הקיצור, עס זעט אויס, אַז די קאָנסערוואַטיווע ייִדן זײַנען בעסער ווי אַלע אַנדערע צוגעפּאַסט צום אַמעריקאַנער לעבן. אמת, לעצטנס האָט מען ניט ווייניק געשריבן וועגן די פּראָבלעמען פֿון אָט דעם שטראָם אין ייִדישן לעבן, אַז ער פֿאַרלירט זײַן עולם, וואָס גייט אַוועק אָדער צו ריכטיקע אָרטאָדאָקסן אָדער "לאָזט זיך אַראָפּ" צו די רעפֿאָרמיסטן. אָבער אַנדערע לײַט לאַכן זיך אויס פֿון אַזעלכע פּעסימיסטישע פּראָגנאָזן און טענהן, אַז די רייד גייט, דער עיקר, וועגן צײַטווײַליקע וואַקלענישן.

* * *

לייענער פֿון דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס" געדענקען נאָך, אַ פּנים, דעם נאָמען פֿון אלנה נוהאַוס, וועלכע איז ביז 2008 געווען דער קולטור-רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג. זינט 2009 רעדאַקטירט זי דעם אינטערנעץ-זשורנאַל Tablet: A New Read on Jewish Life. די טעג האָט זיך דאָרטן באַוויזן אַן אינטערסאַנטער אַרטיקל פֿון דעם ברוקלינער זשורנאַליסט אַלכּסנדר זײַטשיק. ער האָט פֿאַר זיך געמאַכט אַ נאָמען מיט אַ בוך וועגן גלען בעק (וועמען איך פֿאַרטראָג פּשוט ניט).

דאָס מאָל שרײַבט זײַטשיק וועגן די רוסיש-ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע. ער איז ניט צופֿרידן — און ווי קען מען זײַן צופֿרידן! — מיטן פּאָליטישן פּרצוף פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה. ס׳איז גוט באַוווּסט, אַז דרײַ פֿערטל פֿון די דאָזיקע אימיגראַנטן זײַנען געשטימט אַנטי-דעמאָקראַטיש. דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס פּוטין געפֿעלט זיי ניט, אָבער ווען די רייד גייט וועגן אַמעריקע, ווילן זיי האָבן אַ "שטאַרקע האַנט". אַ באַזונדערן פֿאַרדראָס רופֿן אַרויס בײַ זײַטשיקן די ראַסיסטישע מאָטיוון, וועלכע האָדעווען אונטער זייער באַציִונג צום פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. ער באַשולדיקט די רוסיש-שפּראַכיקע מעדיאַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס איז בדרך-כּלל זייער אַנטי-דעמאָקראַטיש געשטימט.

בעת ישׂראל שפּילט בכלל אַ גרויסע ראָלע אין דער הײַנטיקער ייִדישער אידענטיטעט, פֿאַרנעמט די ייִדישע מדינה שיִער ניט דעם גאַנצן אידענטיטעט-שטח בײַ די געוועזענע סאָוועטישע ייִדן. צו טאָן האָט עס, מערסטנס, מיט דעם וואָס די אַנדערע קאָמפּאָנענטן פֿון אידענטיטעט — קודם-כּל, די אמונה און ייִדישע קולטור — זײַנען אָדער היפּש אָפּגעשוואַכט אָדער עקזיסטירן גאָר ניט אין אָט דער סבֿיבֿה. בלײַבן נאָר פּראָבלעמען פֿון ישׂראל, וועלכע ווערן אָפֿט אויפֿגענומען דווקא פֿון אַ רעכט-ציוניסטישן קוקווינקל. אין אַזאַ צוגאַנג שטעקט, פֿאַרשטייט זיך, אויך אַ שטיקל צולהכעיס לגבי דער אַמאָליקער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע.

אַלכּסנדר זײַטשיקס אַרטיקל איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ פּאַרטיייִשער, ווײַל בײַ אים באַקומט זיך, אַז צו זײַן דעמאָקראַטיש איז גוט, און רעפּובליקאַניש מיינט אומבאַדינגט שלעכט. איך בין ניט גרייט צו פֿאַרשרײַבן אין "שלעכטע ביכער" אַלע ייִדן (צי ניט ייִדן), וועלכע שטימען פֿאַר די רעפּובליקאַנער. אָבער איך בין תּמיד גרייט צו פֿאַרשרײַבן אין אַזעלכע ביכער אַלע ראַסיסטן.