- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
זײַנען דרײַ אַקטיוויסטן געקומען צו אַ היגן פֿאַרמעגלעכן ייִדן, יהושע ראַכלין האָט ער געהייסן. יענער האָט זיי אויסגעהערט, אָבער אין זײַנע אויערן האָט עס תּחילת געקלונגען ווי פּוסטע רייד. האָט ער דער דעלעגאַציע פֿאָרגעלייגט אַזאַ פּלאַן: טאָמער זיי גיט זיך אײַן צו געפֿינען לכל-הפּחות 15 בעלנים צו ווערן באַצאָלטע מיטגלידער פֿון אַ ייִדישער ביבליאָטעק-געזעלשאַפֿט, וועט ער זײַן ברייטהאַרציק אין שטיצן די דאָזיקע געזעלשאַפֿט. עס האָט געדויערט ניט לאַנג ביז דעם טאָג, ווען דער נייטיקער קוואָרום האָט זיך צונויפֿגעקליבן. אַזוי האָט זיך אין מעלבורן דעם 26סטן דעצעמבער 1911 באַוויזן די "קדימה"-ביבליאָטעק. דעם נאָמען האָט פֿאָרגעלייגט דער בעל-צדקה — ראַכלין. עפּעס האָט אים, אַ פּנים, געצויגן צו פּראָגרעס. "קדימה" מיינט דאָך — פּונקט ווי "פֿאָרווערטס" — פֿאָרויס; דאָס הייסט, צו אַ ליכטיקערער צוקונפֿט. עס זעט אויס, אַז קיין שטאַרקע אינסטיטוציע איז די ביבליאָטעק בײַם אָנהייב ניט געווען. די ייִדיש-רעדנדיקע באַפֿעלקערונג איז געווען גאַנץ קליין, אידעאָלאָגיש און סאָציאַל איז זי געווען צעריסן אויף עטלעכע גרופּירונגען. די ערשטע וועלט-מלחמה האָט כּמעט אָפּגעשטעלט די אימיגראַציע. אַזוי, אַז די ביבליאָטעק האָט קוים געזשיפּעט. אַקטיוויטעטן פֿלעגט מען דורכפֿירן זונטיק, ווען דער לייענער-זאַל איז געווען אָפֿן. אַ וויכטיקע ראָלע אין דער טעטיקייט האָט געשפּילט די דראַמאַטישע טרופּע, וואָס האָט אויך געטראָגן דעם זעלבן נאָמען — "קדימה". מע דערציילט, אַז אַן אימפּולס אין דער קולטור-אַרבעט האָט זיי געגעבן דער ייִדישער שרײַבער (מערסטנס באַקאַנט ווי אַ דראַמאַטורג) און זשורנאַליסט פּרץ הירשביין, וואָס איז אויסגעפֿאָרן די גאַנצע וועלט און האָט דערציילט וועגן זײַנע אײַנדרוקן אין דער ניו-יאָרקער צײַטונג "דער טאָג". אַ סך פֿון די רײַזע-נאָטיצן זײַנען שפּעטער אַרײַן אין זײַנע ביכער. אין יאָר 1921 האָט זיך הירשביין אַרײַנגעכאַפּט קיין אויסטראַליע. וועגן זײַנע אײַנדרוקן פֿון מעלבורן לייענען מיר אין זײַן בוך "אַרום דער וועלט" (1927): צווישן היימישע האָב איך געלעבט אין מעלבורן. דער ווינט האָט אַהין פֿאַרטראָגן אַ גרופּע יונגעלײַט פֿון ליטע און פּוילן, אַ טייל דירעקט פֿון רוסלאַנד; אַנדערע, דורך פּאַלעסטינע, און אין דער ווײַטער פֿאַרוואָרפֿענער וועלט האָבן זיי געשאַפֿן אַ ייִדישן ווינקל. גלײַך פֿון באַן האָט מען מיך פֿאַרפֿירט אין אַ ביבליאָטעק און גרויסן לייען-זאַל. ביכער מאָדערנע. ייִדיש. העברעיִש. ייִדישע צײַטונגען פֿון אַלע עקן וועלט. די שפּראַך איז אַ לעבעדיקע. פֿראַגן לעבעדיקע, הײַנטיקע. מיט אַלע נערוון פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן לעבן איבער גאָר דער וועלט. איך האָב אין דער אייגענער צײַט געפֿונען בײַ זיי ליבשאַפֿט און צוגעבונדנקייט צום לאַנד. דאָס באַווײַזט אויף אַ געזונטן שטריך אין זייער לעבן. ווײַל כאָטש ניט רײַך לעבן זיי אין אויסטראַליע, אָבער פֿרײַ און פֿון קיינעם ניט געשטערט לעבן זיי אין אויסטראַליע. פֿאַראַן נאָך אַ סך שול-ייִדן און כּמעט ליידיקע שולן. זייער לעבן אין לאַנד איז ווי אין אַלע לענדער, וווּ ענגליש איז די מדינה-שפּראַך. ניט בעסער ווי אין אַמעריקע און ניט ערגער ווי אין ענגלאַנד. דער מצבֿ האָט זיך היפּש געביטן אין די 1930ער און 1940ער יאָרן, ווען קיין מעלבורן זײַנען געקומען פּליטים פֿון אייראָפּע. זיי האָבן זיך געראַטעוועט פֿון דעם חורבן. צווישן די נײַ-אָנגעקומענע ייִדן זײַנען געווען אַקטיווע בונדיסטן. אין די 1960ער יאָרן האָט מעלבורן געהאַט אַריבער 30 טויזנט ייִדן, 60 פּראָצענט פֿון זיי זײַנען געווען ייִדיש-רעדער. כּמעט אַ דריטל פֿון די ייִדיש-רעדער האָבן גענוצט ייִדיש אין זייער טאָג-טעגלעכן משפּחה-לעבן. אַזאַ דעמאָגראַפֿיע, דערצו נאָך מיט אַ שטאַרקן אידעאָלאָגישן — בונדיסטישן — אָנשפּאַר, האָט געשאַפֿן אַ גינציקע סבֿיבֿה פֿאַר דער מערכה פֿון ייִדיש אין מעלבורן. אין אַ יאָרהונדערט אַרום נאָך איר גרינדונג, בלײַבט די "קדימה" אַן אַקטיווע קולטור-אינסטיטוציע אין דער שטאָט. מיטן אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין מעלבורן קען מען זיך באַקענען אין אינטערנעץ — זען דאָס וועבזײַטל "ייִדיש מעלבורן": http://www.arts.monash.edu.au/yiddish-melbourne. דעם יוביליי פֿון דער "קדימה", מיט וועלכער עס פֿירט איצט אָן דער באַקאַנטער ייִדישער קולטור-אַקטיוויסט אַלעקס דאַפֿנער (אים קען מען זען און הערן אין https://yiddish2.forward.com/node/2189/), וועט מען פֿײַערן אין משך פֿון אַ יאָר. עס זײַנען פֿאַרפּלאַנירט אַ סך אינטערעסאַנטע אונטערנעמונגען מיטן אָנטייל פֿון היגע און אויסלענדישע קולטור-כּוחות. |