געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז אין דעם "טיוב", ווי די לאָנדאָנער תּושבֿים רופֿן זייער אונטערבאַן, האָב איך זיך ניט אַראָפּגעלאָזט אין משך פֿון עטלעכע יאָר. געוויינטלעך קום איך קיין לאָנדאָן מיט אַן אויטאָ, צו די קינדער. אַן אויטאָבוס האָט פֿון מאָל צו מאָל געלייזט מײַנע פּראָבלעמען פֿון פֿאָרן ערגעץ אין צענטער, וווּ ס׳איז משוגע טײַער איבערצולאָזן אַן אויטאָ. אָבער דעם זומער האָב איך אַ פּאָר מאָל יאָ גענוצט דעם "טיוב" און האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז די דאָזיקע אַלטע טראַנספּאָרט-נעץ איז ניט צו פֿאַרגלײַכן בעסער פֿון דער ניו-יאָרקער אונטערבאַן.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער איטאַליענישער פּרעמיער-מיניסטער סילוויאָ בערלוסקאָני האָט פֿעסט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿונעם הויפּט-קלאַון אין דער הײַנטיקער אייראָפּע. מע דרוקט שוין די טעקסטן פֿון זײַנע שמועסן מיט איינער פֿון די פֿרויען, וועלכע האָבן מיט אים (כּלומרשט) פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין זײַן בעט — אַ מתּנה (כּלומרשט) פֿון וולאַדימיר פּוטין. די לאָנדאָנער "טײַמס" האָט געעצהט די סאַמע מושפּעדיקע לייענער פֿון אָט די שפּאַנענדיקע טראַנסקריפּטן זיי זאָלן ניט גיין ווײַטער פֿון דעם סאַמע אָנהייב, ווען דער גאַסטגעבער (פֿאָרט אַ זײַדענע נשמה!)

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער גורל האָט געגעבן רוסלאַנד אַ שיין ביסל מינעראַל-רעסורסן. דאָס העלפֿט גוואַלדיק דער מלוכה אָנצוהאַלטן איר שווער-זשיפּענדיקע עקאָנאָמיע אין אַ מצבֿ, ווען זייער אַ קליינער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג לעבט אַ טאָג, און די איבעריקע באַקומען אויך קרישקעס פֿון דעם פֿעטן פּיראָג, וואָס ווערט אויסגעבאַקן פֿון אַזעלכע אינגרעדיענטן ווי נאַפֿט און גאַז. איז, דאַכט זיך, גוט!

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אויסטראַליע, ניט זייער ווײַט פֿון סידני, איז דאָ אַ שטאָט, וואָס האָט אין גאַנצן צוויי מיט אַ האַלב טויזנט תּושבֿים און טראָגט דעם נאָמען "בונדאַנון". צום ייִדישן "בונד" האָט עס קיין שײַכות ניט. עס מיינט (אויפֿן לשון פֿון די אַבאָריגענען) "אַן אָרט פֿון טיפֿע באַלקנס". אמת, אין דעם — אַ פּנים סימפּאַטישן ייִשובֿ — איז געווען פֿאַראַיאָרן עפּעס אַ ייִדישע צונויפֿקומעניש, מיט קלעזמאָרים. אַזוי, לכ-הפּחות, דערציילט מען אין אינטערנעץ. אָבער אין דער מיל פֿון אינטערנאַציאָנאַלער מעדיאַ איז די שטאָט אַרײַנגעפֿאַלן צוליב אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: וואַסער.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס בערעזאָווסקין האָב איך "לעבעדיקערהייט" געזען בלויז איין מאָל, מיט אַ יאָר זיבן צוריק, ווען מיר איז אויסגעקומען צו זײַן אויף זײַן לעקציע אין אָקספֿאָרד. יענע דערפֿאַרונג האָט, אין מײַנע אויגן, געוואָרפֿן אַזאַ אומחן אויף אים, אַז ביזן הײַנטיקן טאָג רופֿט ער אין מיר ניט אַרויס קיין ברעקל סימפּאַטיע. בערעזאָווסקי האָט אויף זיך אַרויפֿגעצויגן די מאַסקע פֿון אַ דיסידענט, אַ קעמפֿער פֿאַר דעמאָקראַטיע, אָבער בײַ מיר — טוט מיט מיר וואָס איר ווילט — האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז זײַן הויפּט-ציל איז נקמה.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין מאָסקווער ייִדישן לעבן האָט די געגנט "טשערקיזאָוואָ" אַ מאָל געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע. דאָרטן, אין די דאָרפֿישע שטיבלעך, גאַנץ ווײַט פֿון צענטער שטאָט, האָבן זיך אין די 1920ער יאָרן באַזעצט טויזנטער ייִדישע מיגראַנטן, דער עיקר, פֿון אוקראַיִנע. דאָרטן האָט זיך אַפֿילו באַוויזן אַן אייגענע הילצערנע שיל, וואָס איז צופֿעליק, צי ניט צופֿעליק, פֿאַרברענט געוואָרן — אויב איך פּלאָנטער ניט, אין די 1960ער יאָרן. שפּעטער, זיכער ביז די מיט-1980ער, איז אין דער מאָסקווער קאָרשיל געווען אַ באַזונדערער טשערקיזאָווער מנין.

געשיכטע, פּובליציסטיק
פֿון רעכטס שטייען דער סאָוועטישער פֿירער יאָסיף סטאַלין און דער דײַטשישער אויסערן־מיניסטער, יאָאַכים פֿאָן ריבענטראָפּ; דער סאָווaעטישער אויסערן־מיניסטער, וולאַדיסלאַוו מיכאַילאָוויטש מאָלאָטאָוו, זיצט בעתן אונטערשרײַבן דעם סאָוועטיש־דײַטשישן נישט־אַגרעסיע־אָפּמאַך, אין אויגוסט 1939

מע זאָגט, אַז די פּאָליאַקן און די רוסן האָבן ווייניק בשותּפֿות, אַ חוץ דער געאָגראַפֿישער בשכנותדיקייט. ס׳איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ גוזמא. ווי אַ ייִד מיט אַ רוסישן מאָגן, בין איך צופֿרידן, למשל, אַז ניט ווײַט פֿון מײַן הויז האָט זיך באַוויזן אַ פּויליש געשעפֿט, וווּ אַ מרה-שחורהדיקע פֿרוי (וואָס רעדט ניט קיין וואָרט ענגליש) פֿאַרקויפֿט אויך צוואָרעך מיט אַ רוסיש-אוקראיִניש-ווײַסרוסישן טעם. ס׳איז ריכטיק, אָבער, אַז קיין גרויסע ליבע איז צווישן די רוסן און די פּאָליאַקן קיין מאָל ניט געווען. און אַז מע רעדט שוין וועגן דעם — איז קיין הייסע ליבע בדרך-כּלל ניט געווען אויך צווישן די רוסישע (ליטווישע, אַ שטייגער) און פּוילישע ייִדן.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 4טן יוני 1989 האָט זיך די מעדיאַ באַשעפֿטיקט, דער עיקר, מיט די געשעענישן אין כינע, אויף דעם טיאַנאַנמען-פּלאַץ. דאָס איז געווען דער מאָמענט, ווען די כינעזישע פֿירער האָבן געמוזט אויסקלײַבן דעם ווײַטערדיקן וועג פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון זייער געזעלשאַפֿט: אָדער בלײַבן אַ קאָמוניסטישע מלוכה, אָדער פֿאַרקערעווען אויפֿן דרך פֿון דעמאָקראַטיע. כּדי ניט אַראָפּגיין פֿון די רעלסן, דורכגעלייגט פֿאַרן ערשטן וועג, האָט מען אומברחמנותדיק דערשטיקט די אַרויסטרעטונג פֿון די יונגע כינעזישע לײַט, וואָס האָבן געחלומט וועגן ערנסטע פּאָליטישע רעפֿאָרמען.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע קען ניט זײַן הונדערט פּראָצענט זיכער, צי דאָס וואָרט "וואָקזאַל" שטאַמט באמת פֿון דעם ענגלישן Vauxhall, אָבער אַזוי קלינגט איינע פֿון די ווערסיעס, דהײַנו: אַז אין רוסיש איז דאָס וואָרט אַרײַנגעפֿאַלן פֿון דעם נאָמען, מיט וועלכן ס׳איז פֿאַרבונדן אין לאָנדאָן אי די געשיכטע פֿון אַ גרויסן פּאַרק אי די געשיכטע פֿון איינער פֿון די עלטסטע אײַזנבאַן-סטאַנציעס. אין דער רוסישער ליטעראַטור (למשל, בײַ אַלעקסאַנדר פּושקינען) ווערט דאָס וואָרט "וואָקזאַל" (צי "וואָקסאַל") גענוצט אויך פֿאַר די ערטער, וווּ די סמעטענע פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט זיך פֿאַרווײַלט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען עס האָט זיך ווידער פֿאַרקאָכט דער גאַנצער ענין מיט אַרויסשיקן איוואַן דעמיאַניוק, האָב איך תּחילת ניט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס דײַטשלאַנד האָט זיך אַזוי הייס אָפּגערופֿן און האָט מסכּים געווען אים צו מישפּטן. גלײַך ווי זיי האָבן ווייניק אייגענע — דײַטשישע — געוועזענע נאַציסטן. פֿאָרמעל קלינגט די סיבה אַזוי: דעמיאַניוק, וועמען מע באַשולדיקט אין דינען ווי אַ מערדער פֿון טויזנטער ייִדן, האָט נאָך דער מלחמה אין משך פֿון זעקס יאָר געוווינט און געאַרבעט אין דײַטשלאַנד.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב די טעג געהערט ווי אַ לאָנדאָנער געשעפֿטסמאַן האָט דערציילט וועגן זײַנע פֿרילינג-וואַקאַציעס אין יאָרדאַניע. קודם-כּל, האָט ער זיך געקלאָגט אויף דעם נידעריקן ניוואָ פֿון דעם האָטעל בײַם רויטן ים. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט אים אַפֿילו אומגעקערט אַ היפּש ביסל געלט, ווײַל די רעאַלקייט האָט ניט אָפּגעשפּיגלט דעם פּירסום. מיר איז אויסגעקומען צו הערן אויך באַגײַסטערטע אָפּרופֿן מכּוח יאָרדאַניע, וווּ מע אַנטוויקלט די טוריסטישע אינדוסטריע.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איר האָט עס אפֿשר אויך שוין באַמערקט: די האָליוווּד-אינדוסטריע האָט פֿאַקטיש אויפֿגעהערט צו פּראָדוצירן פֿילמען וועגן דעם אָנטייל פֿון אַמעריקע אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. וועגן וואָס קען מען זיך דערמאָנען? וואָס איז אַרויס אין משך פֿון די לעצטע צען יאָר? דער סאָלדאַט רײַען האָט סטיווען ספּילבערג געראַטעוועט אין יאָר 1998. “פּערל האַרבאָר" איז אַרויס אין 2001. אויף דעם טעלעוויזיע-עקראַן איז עס זייער אַ מאַרגינאַלע טעמע, וואָס מע באַהאַנדלט מערסטן טייל אין דאָקומענטאַלע פּראָגראַמען פֿון דעם “געשיכטע-קאַנאַל".