פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך פֿאַרשטיי, אַז דאָס קען קלינגען שרעקלעך ציניש, אָבער איך בין אַ ביסל צופֿרידן מיט דער "חזיר־גריפּע". בפֿרט נאָך, אַז זי איז שוין לחלוטין ניט קיין חזירשע און אפֿשר ניט אַזאַ געפֿערלעכע, ווי מע האָט תּחילת געמיינט. איך בין צופֿרידן, ווײַל איצט האָב איך שוין ניט מורא אײַנצושליסן די טעלעוויזיע. פֿריִער איז דאָך געווען ממש אוממעגלעך עס אויסצוהאַלטן, ווײַל מע האָט גערעדט נאָר וועגן איין זאַך: צי באַראַק אָבאַמאַ איז גוט אָדער שלעכט, און פֿאַר וואָס איז ער גוט (אויב ער איז טאַקע גוט) און פֿאַר וואָס איז ער שלעכט (אויב ער איז טאַקע שלעכט).

געשיכטע, פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די מײַ-מאַניפֿעסטאַציע אין ניו־יאָרק, 1934

איך בין ניט זיכער, צי עמעצער פֿון די "פֿאָרווערטס"-לייענער וועט נעמען אָט דעם נומער פֿון דער צײַטונג און גיין פֿײַערן דעם ערשטן מײַ. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דער יונגער דור אַמעריקאַנער האָט, בדרך-כּלל, קיין אַנונג ניט וועגן דעם דאָזיקן פּראָלעטאַרישן יום-טובֿ. מע האָט דאָך בכּיוון אײַנגעפֿירט דעם "לייבאָר דיי" דווקא אָנהייב סעפּטעמבער, כּדי זיך אָפּגרענעצן פֿון אָט דער "געפֿערלעכער" סאָציאַליסטישער טראַדיציע.

קהילה־לעבן
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער 45־יאָריקער אַמעריקאַנער באַפּטיסט, ווײַמאַן ברענט

ווען עס קומט צו ייִדישע זאַכן, האָט ניט ווילנע — און ליטע בכלל — קיין באַזונדערס גוטע רעפּוטאַציע. פֿאַרבונדן איז עס, אפֿשר, מיט דעם, וואָס דער ייִדישער טוריזם, אַרײַנגערעכנט די זומער-פּראָגראַם פֿון ייִדיש, ברענגט ניט קיין גרויסע געלטער אין דעם ביודזשעט. אויב אַזוי, טאָ צו וואָס דאַרף מען זיך ברעכן דעם קאָפּ? אויב אַזוי, קען מען, אַ שטייגער, באַשולדיקן די געוועזענע ייִדישע פּאַרטיזאַנערס אין מערדערײַ. און מע קען אויך — ממש מיט עטלעכע וואָכן צוריק — אַ פּרוּוו טאָן פֿאַרדינען געלט פֿון פֿאַרקויפֿן דעם בנין,

פּובליציסטיק, אײראָפּע
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רעקלאַמע פֿון פּסח־אונטערנעמונגען אין פּעטערבורג, רוסלאַנד

איר ווייסט, אַוודאי, אַליין, ווי איבערגעלאָדן ווערט דער טעלעפֿאָן אין די פּסחדיקע טעג: מע קלינגט פֿון אַנדערע שטעט און לענדער, מע ווינטשט איינער דעם אַנדערן געזונט, מזל וכ׳, און מע שמועסט פּשוט. רעד איך אָט אַזוי מיט אַ גוטן חבֿר מײַנעם, וואָס וווינט אין פּעטערבורג (אין רוסלאַנד, ניט אין פֿלאָרידע), און ער זאָגט מיר: “דו ווייסט, איך וועל דיר באַלד איבערשיקן אַ טשיקאַוון פֿאָטאָ פֿון דער רעקלאַמע, וואָס איך זע פֿון מײַן פֿענצטער".

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע קען איצט הערן צוויי גאָר קעגנזעצלעכע מיינונגען מכּוח דער מעגלעכער השפּעה פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס אויף דער מיגראַציע אין און פֿון ישׂראל. אייניקע עקספּערטן זײַנען זיכער, אַז די צאָל עולים וועט הײַיאָר אויסוואַקסן אַ דאַנק דעם, וואָס אַ סך גלות-ייִדן וועלן פּרוּוון אויף אַזאַ אופֿן לייזן זייערע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען. די אַנדערע, אָבער, האַלטן, אַז דער קריזיס וועט, דער עיקר, ברענגען צוריק, קיין ישׂראל, אַ געוויסע צאָל ישׂראלים, וועלכע זײַנען פֿאַרבליבן אָן אַרבעט מחוץ-לאָרץ.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב שוין, דאַכט זיך, ניט איין מאָל קלאָר געמאַכט מײַן באַציִונג צו רעליגיע: כ׳האָב דרך-ארץ פֿאַר רעליגיעזע געפֿילן פֿון יחידים, אָבער רעליגיע ווי אַן אינסטיטוט האַלט איך פֿאַר אַ מניעה אויפֿן וועג פֿון אויפֿצובויען אַ פֿרידלעכע וועלט-געזעלשאַפֿט, וואָס איז צוגעפּאַסט צום מאָדערנעם, גלאָבאַליזירטן לעבנס-שטייגער. לאָמיר אַ קוק טאָן, וואָס עס קומט פֿאָר אַרום אונדז איצט, נאָך דעם ווי "די געשיכטע האָט זיך פֿאַרענדיקט", ווי עס האָט זיך אויסגעוויזן דעם פֿילאָסאָף פֿרענסיס פֿוקוּיאַמאַ.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי יעדע ריזיקע שטאָט, האָט ניו-יאָרק אויך, קיין עין-הרע, אַ היפּש ביסל צעדרייטע, צי סתּם משוגעים. אין דעם וואַשינגטאָן סקווער איז טעטיק יאָר-אײַן יאָר-אויס אַן עלטערער מענטש, לײַכט אָנגעטאָן אַפֿילו אין דער סאַמער ביטערער קעלט. ער רעגולירט דעם טראַפֿיק. דאָס הייסט, אַז ער מיינט, אַ פּנים, אַז די פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע שאָפֿערן הערן זיך צו צו זײַנע שטרענגע קאָמאַנדעס. אין דער געגנט, וווּ איך וווין, זע איך גאַנץ אָפֿט אַן אַנדערן עלטערן מאַנצביל, תּמיד אין קורצע הייזעלעך און מיט אַ יאַרמלקע. ער טשעפּעט קיינעם ניט, גייט זיך אַרום און שוין.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער האַלבאינדזל קרים האָט אַ רײַכע ייִדישע געשיכטע. אַ מאָל, אין די אַנטישע צײַטן, האָבן דאָרטן געלעבט גריכיש-רעדנדיקע ייִדן. ווען אין קרים האָבן זיך באַזעצט די טאָטערן, זײַנען אין יענע מקומות געווען אויך קהילות פֿון "קרימטשאַקעס" — טאָטעריש-רעדנדיקע ייִדן, און די קאַראַיִמער האָבן דאָרטן אויך געוווינט. אין יאָר 1763, אין דער תּקופֿה פֿון עקאַטערינע II, האָט מען קרים צוזאַמען מיט די טאָטערן, קרימטשאַקעס און קאַראַיִמער אַרײַנגענומען — בגוואַלד,

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב פֿון עמעצן געהערט אַזאַ שפּאַס וועגן די ליובאַוויטשער חסידים — אַז זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר "אַ סעקטע, וואָס איז גאַנץ נאָענט צו דער ייִדישער אמונה". זיי זײַנען טאַקע אַנדערש פֿון די איבעריקע חרדים, בפֿרט ווײַל זיי באַשעפֿטיקן זיך מיט אַגיטאַציע און פּראָפּאַגאַנדע. ווען עס קומט די צײַט פֿון אַ ייִדישן יום-טובֿ, לאָזן זיי ניט לעבן — מע שטעלט דיך אָפּ מיט כּלערליי פֿראַגעס: "דו ביסט אַ ייִד? צי האָסטו שוין הײַנט ... ?" מע זאָגט, אַז זיי ווילן דערמיט מיר דערמאָנען אַז איך בין אַ ייִד. אפֿשר.

פּאָליטיק, געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צו דער צײַט, ווען די צײַטונג מיט אָט דעם אַרטיקל וועט אַרויסגיין, וועלן מיר שוין וויסן וועגן סך-הכּלען פֿון די וואַלן אין ישׂראל. ס׳איז קלאָר, אַז אַ ממשותדיקע השפּעה וועלן אויף די רעזולטאַטן האָבן די אַזוי-גערופֿענע "רוסישע" שטימען. און אויף דעם טאַקע וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

האָט עמעצער פֿון אײַך פֿאַרשטאַנען, ווער עס האָט געוווּנען און ווער עס האָט פֿאַרשפּילט אין דער רוסיש-אוקראַיִנישער גאַז־מלחמה? הגם ביידע צדדים טענהן, אַז זיי האָבן מנצח געווען, געפֿינט זיך אוקראַיִנע זיכער אין אַ שווערן מצבֿ. אַזוי זאָגן, לכל-הפּחות, די עקספּערטן פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס. די עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד צעשיט זיך ממש: די וואַלוטע, הריוונע, ווערט ביליקער; די אינפֿלאַציע וואַקסט; די פּראָדוקציע — פֿאַלט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ביסקופּ ריטשאַרד וויליאַמסאָן

דער אַמעריקאַנער עולם איז בדרך-כּלל צופֿרידן מיט די ערשטע טריט פֿונעם נײַעם פּרעזידענט. 68 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע לויבן באַראַק אָבאַמאַ — אַ העכערע אָפּשאַצונג, 72 פּראָצענט, האָט באַקומען אין די ערשטע טעג נאָר דזשאָן קענעדי, אין יאָר 1961. דאָך זײַנען 12 פּראָצענט אַמעריקאַנער גאָר ניט צופֿרידן מיט זייער פּרעזידענט, און בײַ אַ טייל פֿון זיי האָט עס, בלי-ספֿק, צו טאָן מיט אָבאַמאַס באַציִונג צו אַבאָרטן.