פּאָליטיק

דער האַלבאינדזל קרים האָט אַ רײַכע ייִדישע געשיכטע. אַ מאָל, אין די אַנטישע צײַטן, האָבן דאָרטן געלעבט גריכיש-רעדנדיקע ייִדן. ווען אין קרים האָבן זיך באַזעצט די טאָטערן, זײַנען אין יענע מקומות געווען אויך קהילות פֿון "קרימטשאַקעס" — טאָטעריש-רעדנדיקע ייִדן, און די קאַראַיִמער האָבן דאָרטן אויך געוווינט. אין יאָר 1763, אין דער תּקופֿה פֿון עקאַטערינע II, האָט מען קרים צוזאַמען מיט די טאָטערן, קרימטשאַקעס און קאַראַיִמער אַרײַנגענומען — בגוואַלד, פֿאַרשטייט זיך — אין באַשטאַנד פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אין די 1920ער יאָרן האָט מען אין די צפֿונדיקע געגנטן פֿונעם האַלבאינדזל געבויט אַ ייִדישע רעפּובליק, אָבער שפּעטער האָט די סאָוועטישע רעגירונג זיך באַטראַכט און האָט די בויונג אַריבערגעפֿירט אין ביראָבידזשאַן.

ווי עס זאָל ניט זײַן, אָבער ביזן יאָר 1954 איז קיינעם אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן צו באַטראַכטן קרים ווי אַן אוקראַיִנישע טעריטאָריע, כאָטש טויזנטער אוקראַיִנער האָבן זיך דאָרטן באַזעצט, בפֿרט נאָך דעם ווי אַלע טאָטערן האָט מען באַשולדיקט אין לאָיאַלקייט צו די דײַטשן און אין יאָר 1944 האָט מען זיי אַרויסגעשיקט קיין מיטל-אַזיע. די טאָטערישע רעפּובליק האָט מען, ווי עס האָט זיך געפֿירט אין יענע צײַטן, ליקווידירט, און אין רוסלאַנד האָט זיך באַוויזן אַ נײַע — די קרימער — געגנט.

אין צען יאָר אַרום, אין 1954, האָט זיך געמאַכט אַ גרויסער יום-טובֿ — 300 יאָר זינט די רוסן און אוקראַיִנע זײַנען געוואָרן "ברידערלעכע פֿעלקער" און אוקראַיִנע (פּינקטלעכער, דאָס וואָס מע האָט דעמאָלט געהאַלטן פֿאַר אוקראַיִנע) איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער רוסישער מלוכה. דער יוביליי האָט זיך געמאַכט בימי כרושטשיאָוו, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע און האָט דאָרטן פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל יאָרן ווי סטאַלינס סאַטראַפּ. האָט ער באַשלאָסן אָפּצומערקן די 300 יאָר פֿון רוסיש-אוקראַיִנישער צוזאַמענוווינונג מיט אַ ברייטהאַרציקער מתּנה, דהײַנו: אײַנשליסן קרים אין די גרענעצן פֿון אוקראַיִנע.

די היסטאָריקער טענהן, אַז כרושטשיאָווס אײַנפֿאַל האָט דער פּאָליטביוראָ אַרומגערעדט אין משך פֿון אַ פֿערטל שעה, און מיט 55 יאָר צוריק, דעם 19טן פֿעברואַר 1954, איז קרים געוואָרן אַ טייל פֿון אוקראַיִנע. אמת, אין די סאָוועטישע צײַטן האָט אַזאַ שינוי קיין באַזונדערס גרויסע ראָלע ניט געשפּילט, ווײַל ס׳איז אַלץ געווען סײַ-ווי-סײַ אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. גאָר אַנדערש איז עס געוואָרן, ווען דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט זיך צעברעקלט אויף פֿופֿצן באַזונדערע לענדער.

הײַיאָר האָט מען דעם 55־יאָריקן יוביליי אָפּגעמערקט אין סימפֿעראָפּאָל, די הויפּטשטאָט פֿון קרים, מיט אַ ריי אַקציעס, בפֿרט פֿון וואַרפֿן אייער אין ניקיטאַ כרוטשטיאָווס פּאָרטרעט. צוליב אָט דעם ריטואַל האָבן זיך עטלעכע הונדערט מענטשן צונויפֿגעקליבן בײַם בנין, וווּ עס געפֿינט זיך דער היגער אַפּאַראַט פֿונעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט. אַרום 58 פּראָצענט פֿון דער קרימער באַפֿעלקערונג האַלטן זיך פֿאַר רוסן, און סעפּאַראַטיסטישע כּוחות האָבן אַ ברייטע שטיצע מצד דער באַפֿעלקערונג. רוסיש איז די דאָמינירנדיקע שפּראַך אויף די גאַסן און אין די לערנאַנשטאַלטן, כאָטש דאָס שאַפֿט פּראָבלעמען פֿאַר די יונגע לײַט וואָס ווילן זיך לערנען אין אוקראַיִנישע אוניווערסיטעטן.

זייער שאַרף איז די פֿראַגע פֿון סעוואַסטאָפּאָל, וווּ עס געפֿינט זיך די באַזע פֿונעם רוסישן מיליטערישן פֿלאָט אין שוואַרצן ים. אין די סאָוועטישע צײַטן האָבן זיך דאָרטן באַזירט כּמעט 600 שיפֿן מיט אַ 100 טויזנט מיליטערלײַט. איצט זײַנען פֿאַרבליבן אין סעוואַסטאָפּאָל בערך זעכציק רוסישע שיפֿן און 40 טויזנט מיליטערלײַט. דערווײַל האָט רוסלאַנד אַן אָפּמאַך מיט אוקראַיִנע, וואָס דערלויבט צו האַלטן די סעוואַסטאָפּאָלער באַזע ביזן יאָר 2017. דער איצטיקער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע, וויקטאָר יושטשענקאָ, האָט אונטערגעשטראָכן, אַז נאָך דעם וועט רוסלאַנד מוזן באַפֿרײַען די שטאָט פֿון איר מיליטער. פֿאַר רוסישע נאַציאָנאַליסטן איז עס ממש ווי אַ רויטע שמאַטע, זיי ווילן אַפֿילו ניט הערן וועגן "פֿאַרלירן" די באַזע. דער נאַציאָנאַליסטישער מאָסקווער מייאָר, יורי לוזשקאָוו, וואָס רעדט אָפֿן און אָפֿט וועגן ניט אָפּגעבן די שטאָט, איז זינט פֿאַראַיאָרן "פּערסאָנאַ נאָן גראַטאַ" אין אוקראַיִנע.

ס׳איז זייער וויכטיק אויך אַז סעוואַסטאָפּאָל פֿאַרנעמט אַ באַזונדער אָרט אין דער רוסישער מיליטערישער מיטאָלאָגיע. ליטעראַטור און קינאָ דערמאָנען דעם רוסישן עולם עפּישע בילדער פֿון פֿאַרטיידיקן די שטאָט בעת דער קרימער מלחמה, 1853—1856, ווי אויך בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. "די שטאָט פֿון רוסישער מיליטערישער גבֿורה", ווי סעוואַסטאָפּאָל איז באַקאַנט אין רוסלאַנד, האָט געהאַט אַ ספּעציעלן סטאַטוס אין די סאָוועטישע צײַטן — עס איז פֿאַקטיש ניט געווען קיין טייל פֿון דער קרימער געגנט. אַרום דעם האָט מען שוין אין קרים און אין רוסלאַנד אויפֿגעבויט אַ גאַנצע וויסנשאַפֿט וואָס שאַפֿט באַווײַזן, אַז סעוואַסטאָפּאָל איז אין יאָר 1954 כּלומרשט ניט אַרײַן אין אוקראַיִנע און, הייסט עס, געהערט איצט צו דער מאָסקווער רעגירונג.

פֿאַראַיאָרן האָט מען אין סעוואַסטאָפּאָל געעפֿנט צוויי מאָנומענטן — דער צאַרינע עקאַטערינע די צווייטע (אויך באַקאַנט ווי "די גרויסע") און דעם אוקראַיִנישן העלד פֿון 17טן יאָרהונדערט פּעטראָ קאָנאַשעוויטש-סאַהײַדאַטשני. די אוקראַיִנער האָבן זיך, אָבער, געקלאָגט, אַז עקאַטערינע האָט מען אַוועקגעשטעלט אין אַ לײַטישער געגנט פֿון דער שטאָט, און דעם העטמאַן פֿון די זאַפּאָראָזשער קאָזאַקן קאָנאַשעוויטש-סאַהײַדאַטשני האָט מען, נעבעך, אַרײַנגעשטופּט אין עפּעס אַן אויסרײַסעניש. עקאַטערינע האָט מען שוין געהאַט בשתּיקה אויסגעפֿאַרבט אין די קאָלירן פֿון אוקראַיִנישן פֿלאַג, אַזוי אַז די רוסישע נאַציאָנאַליסטן האָבן גענומען טאָג ווי נאַכט היטן דעם מאָנומענט. הקיצור, ס׳איז פֿריילעך.

דער רוסיש-גרוזינישער קאָנפֿליקט האָט מען אין אוקראַיִנע אויפֿגענומען אויך ווי אַ סימן, אַז סעוואַסטאָפּאָל, און קרים בכלל, קען ווערן אַ נײַע הייסע זאָנע אויף דער געוועזענער סאָוועטישער טעריטאָריע. כאַראַקטעריש, אַז אַן אויספֿרעג אין רוסלאַנד, דורכגעפֿירט דעם 14טן און 15טן פֿעברואַר, האָט געוויזן, אַז בערך 70 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע שליסן ניט אויס קיין מעגלעכקייט, אַז די פּראָבלעם פֿון קרים וועט אַרויסרופֿן אַן ערנסטן, קודם-כּל דיפּלאָמאַטישן, קאָנפֿליקט צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע, און 17 פּראָצענט האַלטן אַז דאָס קען זיך פֿאַרענדיקן מיט אַ מלחמה.

אַזוי צי אַזוי, אָבער מע זעט ניט דערווײַל עס זאָל האַלטן בײַם מאַכן אַ סוף צו די רײַסערײַען צווישן די "ברידערלעכע פֿעלקער".