פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נאַציסטישע מערדער אויף דער פֿאַרברעכן־באַנק,
נירנבערג, 1945

דעם 20סטן נאָוועמבער איז געוואָרן 65 יאָר זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן דער נירנבערגער פּראָצעס איבער די צענטראַלע פֿיגורן אין היטלערס נאַציסטישער מלוכה. הײַיאָר איז די דאָזיקע דאַטע אָפּגעמערקט געוואָרן דורך דער עפֿענונג פֿון אַ מוזיי אין דער זעלבער געבײַדע, וווּ אין משך פֿון עלף חדשים זײַנען דורכגעגאַנגען זיצונגען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט. צו עפֿענען דעם מוזיי זײַנען קיין נירנבערג געקומען די אויסערן-מיניסטאָרן פֿון דײַטשלאַנד און רוסלאַנד, ווי אויך פֿאָרשטייער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גרויס-בריטאַניע און פֿראַנקרײַך. דער דײַטשישער מיניסטער, גידאָ וועסטערוועלט, האָט גערעדט, בפֿרט, וועגן דער אַנומלטיקער "נאַטאָ"-באַגעגעניש אין ליסאַבאָן ווי אַ באַווײַז, אַז די אַמאָליקע שׂונאים זײַנען געוואָרן שותּפֿים און פֿרײַנד.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סעמיאָן דאָמניצער

קיין איין אַנדער ייִדישע אָרגאַניזאַציע זיצט ניט אויף אַזאַ פּותּיקא, ווי די "קליימס קאָנפֿערענס". זי איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1951, כּדי זיך באַשעפֿטיקן מיט די דײַטשישע אויסצאָלונגען — פֿאַר די מאָנונגען אין שײַכות מיטן חורבן. די ייִדן, וואָס האָבן די רעכט צו באַקומען פֿינאַנציעלע קאָמפּענסאַציעס, זײַנען צעטיילט אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. אייניקע באַקומען אַן איינמאָליקע אויסצאָלונג, דער עיקר פֿאַר מוזן אַנטלויפֿן פֿון די דײַטשן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די אָנגעצונדענע ליכט לייגן אויס די ווערטער "קאַטין 1940־2010"; דעם 13טן אַפּריל 2010, אין אָפּאָלע, פּוילן

דאָס דאָרף קאַטין אין דער סמאָלענסקער געגנט פֿון רוסלאַנד האָט געגעבן דעם נאָמען איינעם פֿון די פֿאַרברעכנס פֿונעם סטאַליניסטישן רעזשים — די פּלאַנמעסיקע הריגה פֿון אַריבער צוואַנציק טויזנט פּוילישע אָפֿיצירן. די דאָזיקע מיליטערלײַט זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין געפֿענקעניש אין סעפּטעמבער 1939, נאָך דער סאָוועטישער אינוואַזיע אויף פּוילן, אָרקעסטרירט לויטן מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט. דער ציל פֿון דער מאַסן-הריגה, אין פֿרילינג-זומער 1940, איז געווען צו ליקווידירן דעם טראַכטנדיקן שיכט פֿון דער פּוילישער באַפֿעלקערונג; דאָס הייסט, די מענטשן, וועלכע וואָלטן ניט מסכּים געווען צו דינען געטרײַ די קאָמוניסטן.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דרײַ פֿאַרשלייערטע פֿרויען אויף אַ גאַס אין קרויצבערג־נויקעלן, בערלין

טערקן זעט מען אין דײַטשלאַנד אומעטום. מיט אַ וואָך צוריק האָב איך פֿאַרבראַכט דרײַ טעג אין בערלין, וווּ צווישן די 3.5 מיליאָן הויפּט־שטאָטישע תּושבֿים וווינען נאָענט צו 120 טויזנט טערקן (וואָס פֿאַלט, אַגבֿ, מער אָדער ווייניק צונויף מיט דער צאָל ייִדן, וועלכע זײַנען געקומען פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און האָבן זיך באַזעצט אין בערלין). די טערקן אַרבעטן אין פֿאַרשיידענע אַנשטאַלטן און געשעפֿטן; אָבער די טענה צו זיי בלײַבט תּמיד די זעלבע, דהײַנו: זיי אינטעגרירן זיך שוואַך אין דעם דײַטשישן הויפּט־שטראָם.

דאָס טערקישע זײַטל אין דער דײַטשישער דעמאָגראַפֿישער געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן מיט 49 יאָר צוריק, ווען דײַטשלאַנד און טערקײַ האָבן דעם 30סטן אָקטאָבער 1961 אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, וועלכער האָט דערלויבט צו רעקרוטירן טערקישע אַרבעטער פֿאַר דער גיך וואַקסנדיקער דײַטשישער עקאָנאָמיע.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעזידענט לוקאַשענקאָ (רעכטס) און פּרעזידענט מעדוועדיעוו
(הײַנט קושט מען זיך, מאָרגן קריגט מען זיך)

מאָדנע און, אַ פּנים, וויכטיקע פּראָצעסן קומען פֿאָר אין די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד. ס׳איז גאָר ניט קלאָר, צי ווײַסרוסלאַנד איז בכּוח אויסצולעבן עקאָנאָמיש אָן דער שטיצע, וועלכע די מדינה באַקומט פֿון רוסלאַנד, דער עיקר — דורך נידעריקע פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז. די דאָזיקע שטיצע האָט ווייניק צו טאָן מיט אַלטרויִזם. רוסלאַנד נייטיקט זיך אין דעם ווײַסרוסישן דרך פֿאַר זײַן עקספּאָרט פֿון נאַפֿט און גאַז אין אייראָפּע. ווײַסרוסלאַנד איז ניט ווייניקער, און אפֿשר אַפֿילו מער, וויכטיק פֿאַר רוסלאַנד ווי די "ברידערלעכע מדינה", וווּ מע רעדט די זעלבע שפּראַך און וווּ, בכלל, די גאַנצע קולטור איז זייער ענלעך אויף דער רוסישער.

פֿאַרשײדנס
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די רוסלענדישע פֿײַערלעשער פֿאַרגיסן מיט וואַסער די וואַלד־שׂרפֿה אין שאַטוראַ, 155 קילאָמעטער אויף דרום פֿון מאָסקווע, דעם 13טן אויגוסט.

די זומערדיקע שׂרפֿה אין יאָר 1972 האָט זיך מיר גוט פֿאַרגעדענקט. איך האָב דעמאָלט אַ חודש צײַט פֿאַרבראַכט אין לענינגראַד (די שטאָט האָט נאָך, פֿאַרשטייט זיך, געטראָגן דעם סאָוועטישן נאָמען), געוווינט מיט עטלעכע אַנדערע סטודענטן אין אַ בוידעם-שטיבל אין סאַמע צענטער, וווּ אַפֿילו בײַ נאַכט איז געווען ווי אין אַ שוויצבאָד. פֿון לופֿטקילערס איז ניט געווען וואָס צו רעדן. אין גערעדטן רוסיש פֿון יענער צײַט האָט מען אַפֿילו ניט גענוצט קיין ווערטער, וועלכע באַשרײַבן די קילער־סיסטעמען.

פֿאַרשײדנס
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נאַצי־זעלנער אין טויט־לאַגער בעלזעץ, 1942

אין האַרבסט 1941 האָבן די דײַטשן געשאַפֿן אַ שול פֿאַר עס־עס-מערדער, וועלכע מע האָט רעקרוטירט צווישן געפֿאַנגענע סאָוועטישע זעלנער. די שול, Ubungslager SS, האָט זיך געפֿונען אויף דער טעריטאָריע פֿון אַ צוקער-זאַוואָד, אין טראַווניקי, וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון דער פּוילישער שטאָט לובלין. די דאָזיקע שול האָט צוגעגרייט עטלעכע טויזנט לײַט (מע האָט זיי אָפֿט מאָל גערופֿן "טראַווניקיס"), וואָס האָבן דערנאָך געטרײַ געדינט די דײַטשן, בפֿרט ווי שומרים אין קאָנצענטראַציע-לאַגערס. איינער פֿון די "טראַווניקיס", איוואַן דעמיאַניוק, ווערט איצט געמישפּט אין מינכן.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע אַמעריקאַנער סאָלדאַטן פֿון פֿאָרט־בענינג, דזשאָרדזשיע, גרייטן זיך אָפּצופֿליִען קיין אַפֿגאַניסטאַן, פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק

זשורנאַליסטן טענהן שוין לאַנג וועגן דעם שרעקלעכן זומפּ, אין וועלכן עס געפֿינט זיך די גאַנצע מיליטערישע אָפּעראַציע אין אַפֿגאַניסטאַן. ניט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען און די טויזנטער מיליטער־לײַט, געשיקט אַהין צוליב אַ נעפּלדיק פֿאָרמולירטן ציל, ווערט דער מצבֿ נאָר ערגער און ווײַזט ניט קיין סימנים פֿון פֿאַרבעסערן זיך. אָבער די אַמעריקאַנער, בריטישע און אייניקע אַנדערע מלוכישע פֿירער פֿאַלן בײַ זיך ניט אַראָפּ (אָדער מאַכן אַן אָנשטעל, אַז אַלץ איז גוט) און האַלטן אין איין רעדן וועגן "איבערגעבן" אַלץ אין די הענט פֿון דער אַפֿגאַנישער אַרמיי, כאָטש מע זעט ניט, ווי אַזוי די דאָזיקע אַרמיי קען קאָנטראָלירן דאָס לאַנד. ס׳איז דאָך גוט באַוווּסט, אַז מחוץ דער הויפּטשטאָט, קאַבול, האָט די רעגירונג פֿון פּרעזידענט קאַרזײַ זייער אַ קליינע השפּעה.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 28סטן יוני 1940, מיט 70 יאָר צוריק, האָט רומעניע געמוזט זיך צעשיידן מיט בעסאַראַביע און בוקאָווינע. בעסאַראַביע איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע נאָך דער טערקיש-רוסישער מלחמה אין 1806—1812, אָבער נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה און דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָט דעם שטח איבערגענומען רומעניע. אידעאָלאָגיש, האָט מען דעמאָלט געטענהט, אַז די מאָלדאָוואַנער און די רומענער האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איין פֿאָלק.

געזעלשאַפֿט, פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב שוין אין משך פֿון צוויי חדשים ניט געהאַלטן אין די הענט קיין "לעבעדיקן" נומער פֿון "ניו-יאָרק טײַמס" צי פֿון אַן אַנדער אַמעריקאַנער צײַטונג. אָבער דורך אינטערנעץ קען איך, פֿון דער אַנדערער זײַט פֿון אַטלאַנטיק, אַרײַנקוקן אין דעם אינהאַלט פֿון דער ניו-יאָרקער פּרעסע. אפֿשר דאַכט זיך עס מיר פֿון דער ווײַטנס, אָבער בײַ מיר האָט זיך דערווײַל געשאַפֿן אַ מיינונג, אַז אין ענגלאַנד האָט מען זיך אַפֿילו מער ווי אין אַמעריקע פֿאַראינטערעסירט מיט דעם מנין לײַט, וועלכע ווערן באַשולדיקט אין שפּיאָנירן (אָדער, לכל-הפּחות, זײַן גרייט צו שפּיאָנירן) לטובֿת רוסלאַנד.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם באַגריף פֿון "בלוטיקן זונטיק" אַסאָציִיִרט מען מיט עטלעכע טרויעריקע געשעענישן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות און פֿאַרשיידענע לענדער. אין רוסלאַנד איז עס, פֿאַרשטייט זיך, דער זונטיק דעם 9טן (אָדער דעם 22סטן, לויטן מאָדערנעם קאַלענדאַר) יאַנואַר 1905, ווען די צאַרישע אַרמיי האָט געשאָסן אין אַ פֿרידלעכער דעמאָנסטראַציע. אין בריטישן און אירלענדישן היסטאָרישן זכּרון איז עס גאָר אַן אַנדער טאָג — דער 30סטער יאַנואַר 1972, ווען בריטישע זעלנער פֿון אַ פּאַראַשוטיסטן-רעגימענט האָבן גענומען שיסן אין אירלענדיש-קאַטוילישע דעמאָנסטראַנטן.

פּובליציסטיק, נײַעס
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אוזבעקישע פּליטים בײַ דער גרענעץ, קומען צוריק קיין קירגיזסטאַן פֿון אוזבעקיסטאַן, דעם 17טן יוני 2010

אַ נײַעם קלאַפּ האָבן באַקומען די לײַט, וועלכע בענקען נאָך קאָמוניזם און דער סאָוועטישער סיסטעם. די טראַגישע געשעענישן אין קירגיזסטאַן האָבן ווידער אַ מאָל בולט געוויזן דעם אמתן פּרײַז פֿון דער סאָציאַליסטישער פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט, אַ ווינקלשטיין פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע. אין זײַן צעפֿאַלונג האָט די סאָוועטישע סיסטעם אַנטפּלעקט איר ריכטיקן פּרצוף פֿון אַ קאָלאָניאַלער מלוכה, אַ יורש פֿון דער רוסישער אימפּעריע. ניט צופֿעליק פֿאַרגלײַכט מען איצט די רוסיש-קירגיזישע באַציִונגען מיט די פּאָסט-קאָלאָניאַלע באַציִונגען צווישן פֿראַנקרײַך און אירע קאָלאָניעס, בפֿרט צווישן פֿראַנקרײַך און רואַנדאַ בעת די בלוטיקע שחיטות דאָרטן.