- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ צײַט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ לעקציע פֿון אַ ישׂראלדיקן היסטאָריקער, וואָס האָט גערעדט, בפֿרט, וועגן אַזאַ אינטערעסאַנטן פֿענאָמען פֿון די ערשטע עליות: ס׳רובֿ אָנגעקומענע ייִדן קיין ארץ-ישׂראל זײַנען געווען גאַנץ ווײַט פֿון ציוניזם, אָבער די וואָס זײַנען לסוף פֿאַרבליבן אין לאַנד זײַנען, בדרך-כּלל, געוואָרן הייסע אָנהענגער פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע. עפּעס ענלעכס זעט מען אויך איצט צווישן מײַנע באַקאַנטע, וועלכע זײַנען געקומען קיין ישׂראל אין די לעצטע צוואַנציק יאָר. אוקראַיִנע און רוסלאַנד זײַנען פֿאַר מיר ניט קיין טעאָרעטישע באַגריפֿן. איך בין געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין אוקראַיִנע און שפּעטער האָב איך געלעבט יאָרנלאַנג אין רוסלאַנד. כ׳קען ביידע שפּראַכן, האָב אַ נישקשהדיקן באַגריף פֿון דער געשיכטע און קולטור פֿון ביידע מדינות. מיט אַזאַ הינטערגרונט בין איך זיכער, אַז צווישן זייער אַ גרויסן טייל אוקראַיִנער און רוסן איז דער אונטערשייד ניט גרעסער ווי צווישן אַ ניו-יאָרקער און אַ מאַיאַמי-ביטשער. די "קאָלירטע" רעוואָלוציעס אויפֿן שטח פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָבן לעצטנס אַ ביטערע דאָליע. די "אָראַנזש"-רעפֿאָרמאַטאָרן פֿון אוקראַיִנע האָט דאָס פֿאָלק דעמאָקראַטיש פֿאַרביטן מיט מער קאָנסערוואַטיווע און פּראָ-רוסישע טוער. אין קירגיזסטאַן קומט די טעג פֿאָר — אין אַ גאָר ניט קיין דעמאָקראַטישער פֿאָרעם — אַ פּראָצעס, וואָס איז ענלעך (לכל-הפּחות, אין אַ געוויסער מאָס) צו די געשעענישן אין אוקראַיִנע: מע האָט אַראָפּגעוואָרפֿן דעם פּרעזידענט קורמאַנבעק באַקיִעוו, דעם פֿירער פֿון דער "טוליפּ"-רעוואָלוציע מיט פֿינף יאָר צוריק. דעם 14טן מאַרץ איז אין רוסלאַנד געווען אַ טאָג פֿון וואַלן. אַזוי איז איצט פֿאַרפֿירט דאָרטן — צוויי מאָל אַ יאָר אָרגאַניזירט מען וואַלן אויף אַ קאָאָרדינירטן אופֿן. מע קלײַבט אויס דעפּוטאַטן און מייאָרס אין די ערטער, וווּ ס׳איז געקומען די צײַט עס צו טאָן. די איצטיקע וואַלן זײַנען געווען פּראָווינציעלע. און דאָך האָבן זיי קלאָר געוויזן, ווי עס אַרבעט די פּאָליטישע סטרוקטור, וועלכע עס האָט זיך געשאַפֿן אין דעם לעצטן יאָרצענדליק, וואָס איז אין רוסלאַנד אַסאָציִיִרט מיטן "נאַציאָנאַלן פֿירער", וולאַדימיר פּוטין, און זײַן קאָמאַנדע. די פֿראַגע פֿון ביראָבידזשאַן איז, דאַכט זיך, אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן פֿון דעם הײַנטיקן סדר-היום פֿון ייִדישן לעבן, לכל-הפּחות פֿון זײַן הויפּטשטראָם. די ווײַט-מיזרחדיקע, נאָך אַלץ כּלומרשט ייִדישע געגנט אינטערעסירט, דער עיקר, היסטאָריקער פֿון ייִדישע נסיונות אין 20סטן יאָרהונדערט. ס׳רובֿ יונגע לײַט אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער האָבן בכלל קיין מאָל ניט געהערט וועגן אַזאַ זאַך. אָבער לאָזט זיך אויס, אַז ביראָבידזשאַן האָט געפֿונען הייסע חסידים צווישן גאָר ווילדע פּאָליטישע אַקטיוויסטן, בפֿרט צווישן די וואָס טענהן, אַז די געשיכטע פֿונעם חורבן איז "איבערגעטריבן געוואָרן". ייִדישע טעאַטערס זײַנען פֿאַרבליבן אין אייניקע ווינקלען פֿון מיזרח-אייראָפּע. דאָס זײַנען טעאַטערס-אַטאַוויזמען. די מלוכות האַלטן זיי אויס, ווײַל עס פּאַסט ניט צו פֿאַרמאַכן זיי. לויט דעם זעלבן פּרינציפּ האַלט מען דאָך אויס אין רוסלאַנד אַ גאַנצע ייִדישע געגנט — ביראָבידזשאַן, וואָס איז אויך אַ פּאָליטישער אַטאַוויזם. ווער דאַרף האָבן דאָס דאָזיקע איבערבלײַבס? סײַדן די (אָפֿט מאָל צופֿעליקע) מענטשן, וואָס האָדעווען זיך אַרום דער כּלומרשטער, צופֿעליקער ייִדישקייט. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט זיך דערפֿילט אין אַלע ווינקלען פֿון אייראָפּע. אָבער אין אייניקע לענדער איז דער מצבֿ באַזונדערש אַ שווערער. אין דער דאָזיקער רשימה געפֿינט זיך אויך לעטלאַנד. דעם 3טן פֿעברואַר האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿון דער שקאַלע, וועלכע עס שאַפֿט Standard & Poor’s — די קאָמפּאַניע וועלכע שאַצט אָפּ אונטערנעמונגען און לענדער ווי אַן אָביעקט פֿון אינוועסטיציעס. אין דער שקאַלע זײַנען דאָ פֿיר גראַדאַציעס, AAA, AA, A, און BBB, וואָס באַשרײַבן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון אַ געשעפֿט צי אַ מדינה, אין וועכלע ס׳איז כּדי צו אינוועסטירן. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט זיך דערפֿילט אין אַלע ווינקלען פֿון אייראָפּע. אָבער אין אייניקע לענדער איז דער מצבֿ באַזונדערש אַ שווערער. אין דער דאָזיקער רשימה געפֿינט זיך אויך לעטלאַנד. דעם 3טן פֿעברואַר האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿון דער שקאַלע, וועלכע עס שאַפֿט Standard & Poor’s — די קאָמפּאַניע וועלכע שאַצט אָפּ אונטערנעמונגען און לענדער ווי אַן אָביעקט פֿון אינוועסטיציעס. אין דער שקאַלע זײַנען דאָ פֿיר גראַדאַציעס, AAA, AA, A, און BBB, וואָס באַשרײַבן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון אַ געשעפֿט צי אַ מדינה, אין וועכלע ס׳איז כּדי צו אינוועסטירן. איך שרײַב די דאָזיקע שורות מאָנטיק, אַ טאָג נאָך די פּרעזידענטישע וואַלן אין אוקראַיִנע, אין וועלכע עס האָט געוווּנען וויקטאָר יאַנוקאָוויטש. בסך-הכּל האָט ער אָנגעקליבן נאָר דרײַ מיט אַ האַלב פּראָצענט מער שטימען, איידער זײַן קאָנקורענטקע, יוליאַ טימאָשענקאָ. אָבער דאָס זײַנען שוין טעכנישע פּרטים. דער מאַצביל, וואָס זעט אויס און רעדט ווי אַ מוזשיק (אין זײַן יוגנט איז ער אַפֿילו געזעסן אין טורמע), ניט ווי אַ פּאָליטישער טוער, וועט איצט זײַן דאָס פּנים פֿון דער אוקראַיִנישער נאַציע. צוריק גערעדט, אפֿשר האָט טאַקע די נאַציע הײַנט-צו-טאָג אַזאַ פּנים? די לעצטע טעג האָב איך כּמעט אויפֿגעהערט צו קוקן די טעלעוויזיע-נײַעס, ווײַל מע קײַעט דאָרטן איבער די גאַנצע צײַט די זעלבע פֿראַגע: וואָס מיינט דער נצחון פֿון סקאָט בראַון אין די אַנומלטיקע סענאַט-וואַלן — אַז דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זיך באַנאַרישט אָדער אַז דער מאַסאַטשוסעטער המון איז אין גאַנצן אַראָפּ פֿון זינען? אָדער נאָך עפּעס אַזוינס. וועגן דעם וועט מען איצט רעדן און רעדן; כאָטש קיינער, דאַכט זיך, גיט ניט קיין קלאָרן ענטפֿער. מאָדנע לענדער, ווי אויך כּמו-לענדער און כּמעט-קיין-לענדער-ניט, האָבן זיך באַוויזן אין אייראָפּע מיט צוויי יאָרצענדליק צוריק, אויף די חורבֿות פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און יוגאָסלאַוויע. באָסניע איז איינע פֿון אַזעלכע מדינות. נאָך דער בלוטיקער מלחמה אין די 1990ער יאָרן, האָט מען, אונטערן פּאָליטישן און מיליטערישן דרוק מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מערבֿ-אייראָפּע, קוים-קוים געפֿונען עפּעס אַ פּשרה. די שחיטה איז אָפּגעשטעלט געוואָרן. יאָ, צוליב לעגאַלע טעמים ווייסן מיר ניט דעם נאָמען פֿון דעם ייִנגל, כאָטש זײַן ענין איז איצט אין צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין ענגלאַנד, ווי אויך מחוץ דעם לאַנד. איך בין זיכער, אַז די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" געדענקען די געשיכטע, ווי אַזוי זײַנע עלטערן האָבן געפּרוּווט אים אײַנאָרדערן פֿאַר אַ תּלמיד אין דער לאָנדאָנער "ייִדישער פֿרײַער שול". ניט צו הערן צי ניט צו לייענען וועגן דעם האָט, דאַכט זיך, געקענט נאָר אַ מענטש, וואָס האָט פֿאַרבראַכט אין אַ קאָמע דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר. |