- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די עזה-מלחמה האָט זייער ברייטע אימפּליקאַציעס אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ישׂראלדיקן לעבן, אַרײַנגערעכנט, פֿאַרשטייט זיך, די עקאָנאָמישע אַספּעקטן. אַ שטייגער, ס'איז אַן ערנסטער קלאַפּ פֿאַר טוריזם, וואָס גיט פּרנסה פֿאַר צענדליקער טויזנטער ישׂראלים און איז אַ וויכטיקער קוואַל פֿאַרן בודזשעט. מע דאַרף ניט זײַן זייער באַהאַוונט אין עקאָנאָמיע און פּאָליטיק, כּדי פֿאָרויסזען אַ ממשותדיקן באַרג-אַראָפּ אין דעם דאָזיקן סעקטאָר. איך האָב לעצטנס געלייענט אַן אינטערוויו מיט איינעם פֿון די ראָטשילדס, מיט עטלעכע חדשים צוריק, אין אויגוסט חודש, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז כ'געהער, לאָזט זיך אויס, צו דער קאַטעגאָריע פֿון "גלאָבאַלע ייִדן". אַזוי האָט געטענהט דער דענווערער פּראָפֿעסאָר דוד שניר אין זײַן אַרטיקל פֿאַרן לאָנדאָנער "דזשויִש קראָניקל" (זען www.thejc.com/articles/we-are-all-global-jews-now) און אין זײַן נײַ בוך, וואָס מיר איז דערווײַל ניט אויסגעקומען צו לייענען. די אידעע איז, ווי איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ס'איז שוין געקומען די צײַט אויפֿצוהערן צו נוצן דעם באַגריף פֿון "גלות", ווײַל עס טראָגט אין זיך עפּעס אַ באַציִונג צו ישׂראל. אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז די גאַליציאַנער שטאָט, וועגן וועלכער די רייד וועט גיין ווײַטער, באַקאַנט געוויינטלעך ווי סטאַניסלאַוו. דעם איצטיקן נאָמען איוואַנאָ-פֿראַנקאָווסק, צי איוואַנאָ-פֿראַנקיווסק אויף אוקראַיִניש, האָט די שטאָט באַקומען נאָר אין 1962 — זינט דעמאָלט טראָגט עס דעם נאָמען פֿונעם גרויסן אוקראַיִנישן שרײַבער איוואַן פֿראַנקאָ (וואָס האָט, אַגבֿ, געקענט ייִדיש און זיך באַשעפֿטיקט מיט ייִדישן פֿאָלקלאָר). איינער פֿון די הויפּט-אונטערשיידן צווישן אַ דעמאָקראַטישער סיסטעם און אַ סיסטעם, וועלכע מאַכט נאָר אַן אָנשטעל פֿון זײַן אַ דעמאָקראַטישע, באַשטייט אין דעם, וואָס די ערשטע האָט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן דעם יחיד, דעם בירגער, און די צווייטע האָט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן די קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס שטייען בײַם רודער פֿון דער מלוכה. די סאָוועטישע "דעמאָקראַטיע" האָט געאַרבעט לויט דעם צווייטן פּרינציפּ, ווײַל פֿון סאַמע אָנהייב פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה האָט דער מענטש קיין ווערט ניט געהאַט. איך האָב אַן אַלטן פֿרײַנד, וואָס וווינט נאָך אַלץ אין אוקראַיִנע — ער קלײַבט זיך און קלײַבט זיך אַריבערפֿאָרן קיין ישׂראל, וווּ זײַן זון איז גאַנץ גוט אײַנגעאָרדנט געוואָרן. רעדן מיר צו מאָל אויפֿן טעלעפֿאָן צי שרײַבן מיר איינער דעם אַנדערן בליצבריוו. די טעג האָט ער מיר דערציילט וועגן דעם מצבֿ אין דער שטאָט: צוויי גרויסע מעטאַלורגישע פֿאַבריקן זײַנען פֿאַרמאַכט, אַ פּאָר אַנדערע אַרבעטן נאָר עטלעכע טעג אַ וואָך. "חב״דיזאַציע", ווי מע רופֿט איצט צו מאָל די טעטיקייט פֿון די ליובאַוויטשער חסידים, איז געוואָרן אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר פֿון ייִדישן לעבן. דער חב״ד האָט 4,000 שליחים, וואָס זײַנען טעטיק אין זיבעציק לענדער. אַ היפּש ביסל פֿון זיי זײַנען פֿינאַנציעל אָפּהענגיק פֿון איין מענטשן — לעוו לעווײַעוו, דער רײַכסטער ישׂראלי אין יאָר 2006. אַ פֿרומער מענטש, פֿון די בוכאַרער ייִדן, פֿלעגט לעווײַעוו יאָר-אײַן יאָר-אויס געבן דעם חב״ד צו 30–50 מיליאָן דאָלאַר. אַזוי, לכל-הפּחות, שאַצט מען אָפּ זײַן בײַטראָג. לעווײַעווס געלטער זײַנען אַרײַנגעלייגט אין פֿאַרשיידענע געשעפֿטן, אָבער ער איז, דער עיקר, באַקאַנט צוליב זײַן דיאַמאַנטן-אימפּעריע, באַזירט אין אַפֿריקע און רוסלאַנד. די רוסישע סאָציאָלאָגן האָבן מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק געשטעלט אַזאַ פֿראַגע: אונטער וועמעס ממשלה איז רוסלאַנד אין די לעצטע הונדערט יאָר געגאַנגען לויט דעם סאַמע ריכטיקן וועג? 80 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע רוסישע תּושבֿים האָבן אָנגערופֿן וולאַדימיר פּוטינס נאָמען. אויפֿן צווייטן אָרט האָט מען אַוועקגעשטעלט לעאָניד ברעזשניעוון, אויפֿן דריטן — וולאַדימיר לענינען. אַ ביסל ווייניקער פֿון לענינען האָבן אָנגעקליבן שטימען יאָסיף סטאַלין און ניקאָלײַ דער צווייטער. באָריס יעלצין און מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו האָבן פֿאַרנומען די צוויי העכסטע פּאָזיציעס צווישן די סאַמע ניט פּאָפּולערע פֿירער פֿונעם לאַנד. אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרעזידענטישער וואַל-קאַמפּאַניע האָבן די צוויי הויפּט-צדדים געהאַט אַ סך אונטערשיידן. איינער פֿון זיי איז געווען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס דער דעמאָקראַטישער צד איז געווען מער אינטעליגענט, אין דעם אַלטן אייראָפּעיִשן זין פֿון דעם באַגריף. עס זײַנען דאָ ניט ווייניק דערקלערונגען פֿון "אינטעליגענטישקייט", אָבער איך וועל ברענגען די דעפֿיניציע, וועלכע עס האָט בשעתּו געגעבן הלל ראָגאָף, איינער פֿון די געוועזענע "פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָרן. דער איצטיקער עקאָנאָמישער קריזיס קען אַרײַנטראָגן היפּשע ענדערונגען אויך אין דער פּאָליטישער אַטמאָספֿער פֿון דער געוועזענער אייראָפּעיִשער קאָמוניסטישער וועלט, און קיינער ווייסט ניט, וואָס פֿון דעם אַלץ וועט זיך באַקומען. רוסלאַנד בלײַבט אַ מעכטיקער פֿאַקטאָר אין דער גאַנצער מעשׂה. ניט געקוקט אויפֿן פֿאַרלירן לעצטנס צענדליקער ביליאָנען דאָלאַרן בײַ די פֿאַלנדיקע פּרײַזן פֿון נאַפֿט און אויף דעם פֿינאַנציעלן קריזיס גופֿא, זיצט נאָך אַלץ מעדוועדיעוו-פּוטינס רעזשים אויף ריזיקע געלט-זאַפּאַסן, אַקומולירטע אין די גוטע יאָרן. אונדזער קלאַסיקער, שלום-עליכם, האָט געעצהט, אַז ווען עפּעס אַן ענין ווערט נימאס-ומאָוס, דאַרף מען בײַטן די טעמע און זיך ווענדן צו מער פֿריילעכע זאַכן, אַזעלכע ווי כאָלערע אין אָדעס. איך לייג פֿאָר צו פֿאַרגעסן, לכל-הפּחות, אויף עטלעכע מינוט, וועגן די וואַלן אין אַמעריקע און אַ קוק טאָן, וואָס עס קומט פֿאָר מיט די וואַלן אין די לענדער, בשכנות מיט רוסלאַנד. אין יענעם טייל פֿון דער וועלט פֿילט מען באַזונדערס שאַרף די נאָכווייענישן פֿון דער רוסיש-גרוזינישער מלחמה. זי האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל סײַ אויף די צווישן-מלוכישע באַציִונגען, סײַ אויף דער צעשטעלונג פֿון די פּאָליטישע כּוחות אין די לענדער גופֿא. אין אַ געוויסן זין, האָב איך לעצטנס ניט שלעכט אָפּגעשניטן. די רייד גייט וועגן דעם, אַז מיר האָבן מיט עטלעכע חדשים צוריק געקויפֿט אַ נײַ הויז און האָבן, צוליב דעם, געמוזט אויסרייניקן אַלע אונדזערע זאַפּאַסן, סײַ אין מזומן, סײַ אין פֿינאַנציעלע פֿאָנדן. לעבן מיר איצט ניט אין עגמת־נפֿש צוליב די קאָנטעס אין דער באַנק און וועגן די אַקציעס. דערצו האָט מען אַנומלטן גענידעריקט דעם פּראָצענט אויף דער הלוואה — צאָלן מיר ווייניקער. הקיצור, געהער איך, אַ פּנים, צו דער קאַטעגאָריע לײַט, וואָס לייענען וועגן די פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, אָבער פֿילן זיי ניט. אין אויגוסט איז מיר אויסגעקומען צו פֿאַרברענגען אַ פּאָר וואָכן אין בערלין. כ'בין געקומען אַהין נאָך אַ פֿינף-יאָריקן איבעררײַס, און איך מוז זאָגן, אַז די שטאָט איז מיר נאָך מער געפֿעלן געוואָרן. ס'איז אַ ריזיקער כּרך, וווּ עס בלײַבט אַ היפּש ביסל פּראָווינציעלער רויִקייט, מע ווערט ניט דאָרטן אַזוי אויסגעמאַטערט ווי, אַ שטייגער, אין ניו-יאָרק, מאָסקווע צי לאָנדאָן. דערצו האָב איך ליב צו לייענען דײַטשישע צײַטונגען — מע פֿילט זייער אָפֿט אַ הויכן ניוואָ פֿון זשורנאַליזם און אַ דרך-ארץ פֿאַרן אינטעלעקטועלן ניוואָ פֿונעם לייענער. |