- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הײַיאָר, דעם 22סטן יוני, איז געוואָרן 70 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער סאָוועטיש-דײַטשישער — דער גרעסטער און בלוטיקסטער — פֿאַזע אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. ערבֿ דעם דאָזיקן יוביליי האָט מען אין רוסלאַנד דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג. דער ציל איז געווען אויסצוקלאָרן, ווי אַזוי די רוסן באַציִען זיך הײַנט-צו-טאָג צו אַנדערע נאַציעס, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער מלחמה. דער סך-הכּל איז געווען אַזאַ: מער פֿון אַלעמען האָבן די רוסן פֿײַנט ניט די דײַטשן, נאָר דווקא די פּאָליאַקן און, אַ ביסל ווייניקער, די אַמעריקאַנער. וואָס שייך די דײַטשן, פֿאַרנעמען זיי דאָס פֿערטע אָרט. צו זיי איז די באַציִונג אַן ערך אַזאַ ווי צו די ענגלענדער. מיט וואָס זשע האָבן זיך אַזוי פֿאַרזינדיקט די פּאָליאַקן, מיט וועלכע מע האָט צום לעצטן מאָל געהאַט אַ מלחמה מיט נײַנציק יאָר צוריק, און בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה איז מען אַפֿילו געווען שותּפֿים אין דעם קאַמף קעגן היטלערן? דער ענטפֿער איז אַ קאָמפּליצירטער, בפֿרט נאָך אַז צווישן די פּאָליאַקן האָט רוסלאַנד אויך אַ שלעכטן שם. רוסיש-פּוילישע באַציִונגען האָבן זייער אַ לאַנגע געשיכטע, אין וועלכער עפּיזאָדן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט שפּילן יאָ אַ ראָלע, אָבער עס דאָמינירן פֿון דעסטוועגן קאָנפֿליקטן, ביטערע און בלוטיקע בתוכם. אַפֿילו אין דער תּקופֿה, ווען קאָמוניסטן האָבן אָנגעפֿירט מיט פּוילן, האָט קיין גרויסע ליבע ניט געברענט צווישן ביידע צדדים. פּוילן איז פֿאַרבליבן אַ שווערער קאָמפּאַניאָן, וואָס האָט פֿון צײַט צו צײַט געפֿירט אַן אייגענע פּאָליטיק. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַ שטייגער, אַז אין פּוילן זײַנען ס׳רובֿ פּויערים פֿאַרבליבן אינדיווידועלע פֿאַרמערס, מע האָט זיי ניט "קאָלעקטיוויזירט" אין קאָלכאָזן, און אַז די קאַטוילישע רעליגיע האָט ניט אויפֿגעהערט צו זײַן אַ ממשותדיקער טייל פֿונעם פּוילישן לעבן. אַ מאָדנע גורל האָט אומאַן, די אוקראַיִנישע שטאָט וואָס געפֿינט זיך 125 מײַל פֿון קיִעוו. אייניקע טענהן, אַז זי פֿאַרנעמט דאָס אָרט פֿון דעם געאָגראַפֿישן צענטער אין לאַנד. אומאַן קען זיך אויך גרויסן מיט איר אַלטן שיינעם פּאַרק און מיט דעם וואָס זי איז געוואָרן אַ ברודער-שטאָט מיט אַשקלון. און דאָך ניט אין דעם באַשטייט איר וויכטיקייט אין 21סטן יאָרהונדערט. אומאַן באַווײַזט זיך אין אוקראַיִנישע און אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס יעדן האַרבסט, אַרום ראָש-השנה, ווען אַהין הייבן אָן קומען טויזנטער, און לעצטנס, צענדליקער טויזנטער, חסידים. אין אומאַן געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון רבי נחמן בראַצלעווער (1772—1810) — אין דער דאָזיקער שטאָט איז אים באַשערט געווען צו שטאַרבן פֿון טובערקולאָז. אַזוי איז עס געוואָרן אַ הייליק אָרט פֿאַר דעם זגאַל ייִדן. די איצטיקע געשיכטע פֿון עולה-רגל זײַן קיין אומאַן האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1989, אין דעם סאַמע ברען פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס "פּערעסטרויקע". דעמאָלט זײַנען אין דער פֿאַרשלאָפֿענער פּראָווינציעלער שטאָט פֿון בערך 90 טויזנט תּושבֿים אָנגעקומען אַרום אַ טויזנט חסידים. זיי האָבן דורכגעלייגט דעם וועג, און זינט דעמאָלט האָט די צאָל פּילגרימען געהאַלטן אין איין וואַקסן. פֿון אַלע עקן וועלט לאָזן זיך אין וועג אַרײַן ייִדן, דער עיקר, די "טויטע חסידים". אַזוי רופֿט מען די בראַצלעווער חסידים (דווקא, זייער לעבעדיקע מענטשן), ווײַל זיי האָבן קיין אָפֿיציעלן רבי ניט געהאַט זינט דעם טויט פֿון זייער רבין, ר׳ נחמן בראַצלעווער. די אומאַנער יאַזדעס האָבן אַרײַנגעבלאָזן אַ היפּש ביסל ענערגיע אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה, צוגעצויגן צו זיי מער מענטשן. הײַיאָר, דעם 29סטן סעפּטעמבער, וועט ווערן זיבעציק יאָר זינט דעם טאָג, ווען דער קיִעווער באַבי-יאַר האָט אויפֿגעהערט צו זײַן פּשוט אַ געגנט אין דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט. מיט זיבן יאָרצענדליק צוריק איז עס אַרײַן אין דער געשיכטע ווי אַן אָרט פֿון איינער פֿון די שרעקלעכסטע שחיטות אין דער חורבן-געשיכטע. נאָך דער מלחמה האָט באַבי-יאַר בולט סימבאָליזירט די באַציִונג פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים צו חורבן-מעמאָריאַלן. הגם אַן אַרטיקל פֿון מירע אײַזענשטאַדט — אונטערן טיטל "אַ דענקמאָל אין באַבי-יאַר" — האָט זיך באַוויזן אין דער מאָסקווער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט" נאָך דעם 7טן יולי 1945, האָט דאָס שחיטה-אָרט ניט געהאַט קיין מעמאָריאַל אין משך פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָרצענדליק. און ווען מע האָט שוין יאָ געשטעלט אַ דענקמאָל, האָט עס בכּיוון קיין שײַכות ניט געהאַט צו ייִדן. די סאָוועטישע רעגירונג האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט שאַפֿן קיין באַזונדערן ייִדישן אָנדעק-אָרט, און ס׳איז שווער צו געפֿינען אַ מאָס, וואָס קען אָפּמעסטן דעם חלק פֿון אַנטיסעמיטיזם און דעם חלק, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט די מורא פֿון "שטאַרקער מאַכן דעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם". מע האָט אויך קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן, אַז די שחיטה האָבן דורכגעפֿירט 1,500 גזלנים, צווישן וועלכע עס זײַנען געווען 300 דײַטשן און 1,200 אוקראַיִנער. אַזעלכע פּרטים האָבן געקענט שטערן דעם אָפֿיציעלן געפֿיל פֿון "פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט", וואָס האָט געדאַרפֿט הערשן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בכלל, און אין סאָוועטן-אוקראַיִנע, בפֿרט. זונטיק, דעם 12טן יוני, האָט די טערקישע באַפֿעלקערונג געשטימט אין די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן, צו וועלכע מע האָט זיך צוגעקוקט אין בשכנותדיקע און געאָגראַפֿיש-ווײַטע לענדער. טערקײַ שפּילט דאָך אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער וועלט — איר עקאָנאָמיע פֿאַרנעמט דאָס 17טע אָרט און אַנטוויקלט זיך זייער גוט. אין "נאַטאָ" האָט טערקײַ די צווייטע — נאָך די פֿאַראייניקטע שטאַטן — גרעסטע אַרמיי. קיין אַנדער מוסולמעניש לאַנד איז ניט אַזוי נאָענט צו אייראָפּע סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל; שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס טערקײַ שאַפֿט אַ מוסטער פֿאַר אַ סך מוסולמענער איבער דער וועלט, בפֿרט אין די אַראַבישע מדינות, ווי אַ געזעלשאַפֿט, וועלכע עס גיט זיך אײַן צו קאָמבינירן וועלטלעכקייט מיט רעליגיעזע טראַדיציעס. אויף דער קיניגלעכער חתונה אין לאָנדאָן בין איך ניט געווען צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, האָב איך פּונקט דעמאָלט געמוזט זײַן אין ניו-יאָרק. צווייטנס, האָט מען מיך ניט פֿאַרבעטן — אפֿשר צוליב די זעלבע טעמים ווי מיט די געוועזענע פּרעמיער-מיניסטערס, טאָני בלער און גאָרדאָן בראַון, און אפֿשר האָב איך זיך פֿאַרזינדיקט אויף אַן אַנדער אופֿן. אָבער אַ שעה צי אַפֿילו מער האָב איך פֿאַרבראַכט בײַ דער טעלעוויזיע. דאָס הייסט, געווען איינער פֿון די בערך צוויי ביליאָן נחת-קלײַבער. מע זאָגט דאָך, אַ שטייגער, אַז יעדער פֿינפֿטער ישׂראלי האָט נאָכגעפֿאָלגט די געשעענישן אין צענטער פֿון לאָנדאָן. ס׳איז געווען טאַקע זייער שיין, ממש פּרעכטיק. די ענגלענדער זײַנען גרויסע מײַסטערס פֿון אַזעלכע זאַכן. בפֿרט נאָך, אַז די "דעקאָראַציעס" האָט מען געבויט אין משך פֿון יאָרהונדערטער. אַלץ האָט מען דורכגעטראַכט. די פֿערד. די זעלנער. די מוזיק. און די הוטן, וואָס די פֿרויען האָבן געטראָגן! אָבער, דער עיקר, פֿון דעסטוועגן איז געווען — די כּלה. ווי אַזוי איז די רעליגיעזקייט פֿון אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרבונדן מיט זייער וועלטלעכער הצלחה, דאָס הייסט מיט זייערע דערגרייכונגען אין געשעפֿט, אַרבעט וכ׳? אַזאַ פֿראַגע האָבן פֿאַר זיך געשטעלט האַריעט און משה האַרטמאַן, און אין דעם מאַרץ-העפֿט פֿון Journal of the Scientific Study of Religion קען מען זיך באַקענען מיט די רעזולטאַטן פֿון זייער פֿאָרשונג. דעם רוישטאָף פֿאַרן אַרטיקל האָבן זיי גענומען פֿון דעם פּרטימדיקן אויספֿרעג, וואָס מע האָט אין די יאָרן 2000 און 2001 דורכגעפֿירט צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. די האַרטמאַנס האָבן אויסגעקליבן נאָר אַזעלכע רעספּאָנדענטן, וועלכע זײַנען געווען דערוואַקסענע מענטשן, 25—64 יאָר אַלט, געבוירן געוואָרן בײַ ייִדישע עלטערן, אויפֿגעהאָדעוועט ווי ייִדן און זיך געהאַלטן פֿאַר ייִדן. בסך-הכּל, האָבן זיי געפֿונען נייטיקע דאַטעס פֿאַר אַרום אַ טויזנט מאַנצבילן און אַ טויזנט פֿרויען. אין מײַן סאָוועטישן לעבן האָב איך תּמיד געזען אַרום זיך ייִדן, וועלכע עס האָט געצויגן נאָר צו איין זאַך, דהײַנו: געלט. אין מײַן משפּחה פֿלעגן אַזעלכע טיפּן זיך טרעפֿן זעלטן, ווײַל ס׳רובֿ קרובֿים האָבן געשטאַמט פֿון ייִדישע קאָלאָניסטן, צי פּשוט געזאָגט — פּויערים, האָרעפּאַשניקעס. און אַ געשעפֿט איז דאָך, בדרך-כּלל, אַ שטעטלדיקער, מנחם-מענדלשער (אין שלום-עליכמס זין) ענין. בײַ אַ מנחם-מענדל אַרבעט אַנדערש ניט נאָר דער קאָפּ זײַנער, נאָר אויך דאָס געוויסן. לויט מנחם-מענדלס אייגנאַרטיקער מאָראַל איז אַ גנבֿה כּשר און אַפֿילו יושרדיק, אויב מע גנבֿעט בײַ דער מלוכה צי בײַ פֿרעמדע מענטשן. און יעדער "געשעפֿטמענטש" פֿון אַזאַ סאָרט האָט אַן אייגענעם באַגריף פֿון "אייגענע מענטשן", בײַ וועלכע ער וועט (אפֿשר) קיין איבעריקע פּרוטה ניט נעמען. די דאָזיקע גנבֿישע פּסיכאָלאָגיע איז כאַראַקטעריש ניט נאָר פֿאַרן אַלטן שטעטל. זי לעבט אויך אין זייער מאָדערן-אויסזעענדיקע ייִדן, אין וועלכע מע זעט ניט צו מאָל גלײַך די מאָראַלישע פּרימיטיווקייט פֿון די אַמאָליקע צײַטן. דאָס זײַנען דאָך, אין תּוך אַרײַן, מענטשן, וועלכע זײַנען פּשוט ניט אימשטאַנד צו פֿירן אַ נאָרמאַלן געשעפֿט, אַפֿילו ווען קיינער שטערט זיי ניט עס צו טאָן. זיי מוזן דרייען. וואָס האָט, דאַכט זיך, געשטערט מיידאָפֿן צו זײַן אַ נאָרמאַלער ביזנעסמען? נאָר איין זאַך: ער איז געווען מאָראַליש פֿאַרפֿוילט, האָט געבויט אַלץ אין זײַן לעבן אויף איין פּרינציפּ — אַבי געלט. און ער איז, אַוודאי, גאָר ניט דער איינציקער. אין סאָוועטיש-ייִדיש האָט מען אַ מאָל גענוצט אַזאַ וואָרט: "חודשניק", וואָס איז געווען אַ קאַלקירטע איבערזעצונג פֿונעם רוסישן "מעסיאַטשניק" — אַזוי האָט מען גערופֿן כּלערליי קאַמפּאַניעס צי אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן געדויערט אַ חודש-לאַנג. עס זעט אויס, אַז חודשניקעס זײַנען הײַנט-צו-טאָג אַרײַן אין דער מאָדע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. למשל, מאַרץ איז דורך דער רעגירונג אָנגערופֿן געוואָרן ווי דער חודש פֿאַר ענינים, וואָס זײַנען אַסאָציִיִרט מיט פֿרויען. מיר געפֿעלט עס. בפֿרט נאָך, אַז איך האָב ליב פֿרויען. זיי זײַנען, בדרך-כּלל, אינטערעסאַנטער איידער מאַנצבילן. זייער רעאַקציע אויף געשעענישן איז לעבעדיקער, עמאָציאָנעלער. פֿרויען זײַנען, אין תּוך אַרײַן, קליגער. טראַכט זיך אײַן: מאַנצבילן ווערן פֿיר-פֿינף מאָל אָפֿטער געקלאַפּט דורך בליצן. מיר שײַנט עס ווי אַ בולטער סימן פֿון נאַרישקייט. און איך געדענק תּמיד, אַז די דאָליע פֿון פֿרויען איז געוויינטלעך שווערער. צום אַלעם ערשטן, מוזן זיי אויסהאַלטן פֿון אונדז. שוין אָפּגעשמועסט פֿון אַזעלכע "קלייניקייטן" ווי האָבן קינדער, אַרבעטן, פֿירן אַ באַלעבאַטישקייט, און דערצו נאָך — אויסזען! מיט 55 יאָר צוריק, דעם 25סטן פֿעברואַר 1956, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו איבערגעראַשט די דעלעגאַטן פֿונעם 20סטן פּאַרטיי-צוזאַמענפֿאָר מיט אַ רעדע, וועלכע האָט אַנטפּלעקט אייניקע פֿאַרברעכנס פֿון סטאַלינס רעזשים. אין עטלעכע וואָכן אַרום איז דער טעקסט פֿון דער "געהיימער" רעדע געוואָרן אַ סוד אויף גאַנץ בראָד, לכל-הפּחות, אין אויסלאַנד. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד וועט מען אים פֿאַרעפֿנטלעכן נאָר אין 32 יאָר אַרום, כאָטש מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי האָבן געהאַט אַ מעגלעכקייט צו הערן עס בעת "פֿאַרמאַכטע" פֿאַרזאַמלונגען. צווישן די קרבנות פֿון סטאַלינס גזלנישע מעשׂים האָט כרושטשאָוו ניט אָנגערופֿן די ליקווידאַציע פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס און דאָס אויסהרגענען פֿון די ייִדישע קולטור-טוער. מיר ווייסן ניט פּינקטלעך, פֿאַר וואָס ער האָט עס פֿאַרשוויגן. מע קען עס פֿאַרטײַטשן ווי אַ סימן, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט ניט געוואָלט ווידער אויפֿשטעלן אַזעלכע אינסטיטוציעס. מיט אַזאַ כּוונה איז בעסער געווען צו מאַכן בכלל אַ שווײַג מכּוח די ייִדישע ענינים. און דאָך, אין גאַנצן פֿאַרשווײַגן עס האָט זיך ניט אײַנגעגעבן. אַ געוויסע ראָלע האָט דעמאָלט געשפּילט אין דעם דער "פֿאָרווערטס", בפֿרט דער זשורנאַליסט לעאָן קרישטאָל. פֿאַר אַ סך לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" איז דוד כּ״ץ (פֿריִער דוד קאַץ און צו מאָל הירשע-דוד מעינקעס) ניט קיין פּנים-חדשות. ס׳איז געווען אַ צײַט, ווען ער האָט זיך געשניטן אויף אַ פֿירנדיקן ייִדישן שפּראַך-קענער, אָבער איצט איז שוין שווער צו דערמאָנען זיך, ווען ס׳איז אַרויס זײַן לעצטע באמת וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט. דערנאָך האָט ער זיך געשניטן אויף אַ ייִדישן שרײַבער, געדרוקט ביכער, באַקומען ליטעראַרישע אויסצייכענונג, אָבער דאָס איז אויך, דאַכט זיך, געבליבן אין דעם עבֿר. אַ מענטש פֿון אַ סך כּישרונות, האָט ער ניט קיין איין וויכטיקן טאַלאַנט, צי פּשוט אַ פֿעיִקייט, צו פֿאַרשטיין אַ מאָס אין זײַנע באַציִונגען מיטן כּלל און מיט אַ יחיד. די צײַטן פֿון דער גרויסער עליה, בפֿרט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, איז שוין אַן ענין פֿאַר היסטאָריקער און סאָציאָלאָגן. הײַנט קומען אויך טויזנטער לײַט פֿון יענע מקומות, בערך 7.5 טויזנט זײַנען אָנגעקומען אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, אָבער פֿון דער צוטריטלעכער אינפֿאָרמאַציע איז גאָר ניט קלאָר, אויף וויפֿל זיי קענען בכלל זײַן באַשריבן מיטן טערמין "עולים". איינער אַזאַ "עולה" האָט דעם זומער פֿאַרבראַכט אַ וואָך בײַ אונדז אין ענגלאַנד. זייער אַ וווילער יאַט, אַ קינד פֿון אַן אַלטן חבֿר מײַנעם. ער איז אַוועק פֿון אוקראַיִנע מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, נאָכן פֿאַרענדיקן אַן אוניווערסיטעט, און האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל. אַ פֿעיִקער פּראָגראַמיסט, האָט ער זיך זייער גוט אײַנגעאָרדנט. אָבער מיט ישׂראל האָט דער יונגערמאַן, אין תּוך אַרײַן, זייער ווייניק קאָנטאַקטן. ער איז, פֿאַקטיש, ניט קיין ייִד — נאָר איין זיידע זײַנער, מײַן חבֿרס פֿאָטער, איז געווען אַ ייִדישער. קיין העברעיִש קען ער נאָך אַלץ כּמעט ניט, ווײַל די אַרבעט ווערט געפֿירט אין גאַנצן אויף ענגליש, בשותּפֿות מיט אַן אַמעריקאַנער פֿירמע, און נאָך דער אַרבעט דרייט ער זיך צווישן רוסיש-רעדנדיקע פֿרײַנד. דאָס חזרט זיך איבער יעדעס יאָר: רײַכע לײַט, באַקאַנטע פּאָליטיקער און פֿירנדיקע אינטעלעקטואַלן קלײַבן זיך צונויף אין דעם בילד-שיינעם שווייצער שטעטל דאַוואָס. צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דער עליטאַרער דאַוואָסער מחנה איז ניט גרינג. קודם-כּל, מוז מען קריגן אַ פֿאַרבעטונג צי אַ רעקאָמענדאַציע. דערצו קאָסט עס גרויסע געלטער — מע דאַרף זיך צעבײַטלען ניט ווייניקער ווי אויף אַ הונדערט טויזנט דאָלאַר. סײַדן, עס צאָלט פֿאַר דעם אַלץ די מלוכה אָדער די פֿירמע, וואָס שיקט אַהין. די אידעע פֿון אַזאַ יערלעכער צונויפֿקומעניש איז אײַנגעפֿאַלן דעם פּראָפֿעסאָר פֿון עקאָנאָמיע קלאַוס שוואַב — אַ געבוירענער אין דײַטשלאַנד, וווינט ער שוין לאַנג אין דער שווייץ. |