פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי יעדע ריזיקע שטאָט, האָט ניו-יאָרק אויך, קיין עין-הרע, אַ היפּש ביסל צעדרייטע, צי סתּם משוגעים. אין דעם וואַשינגטאָן סקווער איז טעטיק יאָר-אײַן יאָר-אויס אַן עלטערער מענטש, לײַכט אָנגעטאָן אַפֿילו אין דער סאַמער ביטערער קעלט. ער רעגולירט דעם טראַפֿיק. דאָס הייסט, אַז ער מיינט, אַ פּנים, אַז די פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע שאָפֿערן הערן זיך צו צו זײַנע שטרענגע קאָמאַנדעס. אין דער געגנט, וווּ איך וווין, זע איך גאַנץ אָפֿט אַן אַנדערן עלטערן מאַנצביל, תּמיד אין קורצע הייזעלעך און מיט אַ יאַרמלקע. ער טשעפּעט קיינעם ניט, גייט זיך אַרום און שוין.

איך האָב רחמנות אויף אַזעלכע אומגליקלעכע לײַט. זיי זײַנען דאָך ניט שולדיק, וואָס עפּעס האָט זיך בײַ זיי אין מוח באַקומען אַנדערש, ווי בײַ דעם מענטשלעכן הויפּטשטראָם, וועלכער האַלט זיך פֿאַר "נאָרמאַלע" יחידים. די פּסיכיש-אַנדערע מענטשן לעבן אין אַן אייגענער וועלט, וואָס האָט צו מאָל אַ קנאַפּן שײַכות צו אונדזער טאָג-טעגלעכקייט. זי — די טאָג-טעגלעכקייט אונדזערע — איז אויך משוגע, אָבער דאָס איז אַ "נאָרמאַלער" שגעון.

מיט עטלעכע טעג צוריק, בײַם פֿאָרן אין אונטערבאַן, האָב איך תּחילת זיך ניט צוגעהערט צו דעם, וואָס אַ פֿרוי האָט געשריגן אין אַ ווײַטן ווינקל פֿונעם וואַגאָן. אָבער זי האָט זיך צוגערוקט נעענטער און איבערגעחזרט אירע שרײַערײַען. דעמאָלט האָב איך שוין קיין ברירה ניט געהאַט און געמוזט זיך צוהערן צו דער תּורת-לאָקשן: די פֿרוי האָט געוואָרנט דעם עולם, אַז ס׳איז פֿאַרבליבן רעלאַטיוו ווייניק צײַט ביזן דראַמאַטישן מאָמענט, בעת וועלכן אַזעלכע ווי זי, רופֿן rapture; וואָס מיינט, זיך אַריבערטראָגן אין גאָטס גן-עדנדיקן רשות. אָבער ניט יעדער לעבעדיקער בשׂר-ודם וועט באַקומען אַזאַ פּריווילעגיע. עס וועט זײַן שטרענג באַגרענעצט, דהײַנו: נאָר די ריכטיקע גלויביקע קריסטן וועלן באַקומען אַ בילעט אין דער ליכטיקער אייביקייט.

ווי איך פֿאַרשטיי, בלײַבן דערווײַל ניט קלאָר אייניקע פּרטים פֿון דעם גאַנצן פּראָצעס. למשל, וואָס וועט זײַן מיט פּראָטעזן צי מיט ציין-אינפּלאַנטן? אָבער דאָס זײַנען שוין פֿילאָסאָפֿישע קלייניקייטן. כאָטש פֿאַר אייניקע לײַט קען עס זײַן אַ וויכטיקער ענין. אַרײַנצושטעלן די ציין ערבֿ דער געשעעניש צי דאָס וועט זײַן אַ פּוסטע טירחה?

די דאַטע, ווען די קריסטלעכע "פּערעסטרויקע" וועט כּלומרשט פֿאָרקומען, איז — וועדליק דער פֿרויס וואָרענונג — באַשטימט אַזאַ: דעם 21סטן מײַ 2011. אַזוי אַז האַלט עס אין זינען, טאָמער איר האָט אַנדערע פּלענער אויף אָט דעם טאָג, וואָס איז, אַגבֿ, שבת. די דאַטע איז ניט סתּם אַזוי פֿון אַ פֿינגער אויסגעזויגן געוואָרן. איך האָב דערנאָך קאָנטראָלירט, און עס לאָזט זיך אויס, אַז דער טאָג איז לחלוטין ניט קיין צופֿעליקער. אַקוראַט מיט זיבן טויזנט יאָר פֿריִער, דווקא דעם 21סטן מײַ, האָט נח און דער גאַנצער זאָאָלאָגישער אַנטוראַזש זײַנער זיך שטילנע פֿאַרמאַכט אין דער תּיבֿה, כּדי דאָרטן איבערוואַרטן דעם מבול.

מיליאָנען עוואַנגעליסטן גלייבן באמונה-שלמה אין אַזעלכע זאַכן. איך ווייס ניט, וואָס זייערע מנהיגים וועלן זיי זאָגן דעם 22סטן מײַ 2011. צוריק גערעדט, עפּעס אַ תּירוץ וועט מען בלי-ספֿק צוטראַכטן, און דער המון וועט אָנהייבן הכנעהדיק וואַרטן אויף אַ נײַער דאַטע, וואָס מע וועט פֿאַרבונדן ניט מיט נחס געשיכטע, נאָר — אַ שטייגער — מיטן טאָג, ווען מע האָט אין פּאַריז פֿאַרכאַפּט די באַסטיליע אָדער ווען מע האָט אַרעסטירט דעם שווינדלער מיידאָף. מענטשן גלייבן דאָך ניט צוליב אַן איבערצײַגעוודיקער לאָגיק, נאָר צוליב דעם וואָס זיי ווילן גלייבן.

ס׳איז גוט באַוווּסט, אַז דער דאָזיקער עוואַנגעליסטישער עולם איז אויך זייער איבערגעגעבן דער מדינת-ישׂראל. זיי קלײַבן צונויף יעדעס יאָר צענדליקער מיליאָנען דאָלאַר, כּדי שטיצן די ייִדישע מלוכה. אמת, זייער חשבון האָט ווייניק צו טאָן מיט ציוניזם און מיט ייִדישע אינטערעסן בכלל. ישׂראל איז פֿאַר זיי וויכטיק, ווײַל זיי טײַטשן אויס די ייִדישע מדינה ווי אַ סימן, אַז דער קריסטלעכער ביבלישער סצענאַר ווערט ביסלעכווײַז רעאַליזירט.

ווי אַזוי באַציט מען זיך אין ישׂראל צו אָט דער קריסטלעכער ברייטהאַרציקייט, צו די עוואַנגעליסטישע געלטער, וואָס גיסן זיך אַרײַן אין דעם לאַנד? דעם מצבֿ האָט אָפּגעשאַצט אַן אויספֿרעג, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט נאָך פֿאַראַיאָרן, אָבער נאָר לעצטנס האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע רעזולטאַטן. זיי האָבן געוויזן אַ קאַרדינאַלן אונטערשייד אין די ענטפֿערס, וועלכע עס האָבן געגעבן די וועלטלעכע און די דתּים. עס לאָזט זיך אויס, אַז אַריבער 40 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע ישׂראלים — אַרײַנגערעכנט כּמעט 80 פּראָצענט חרדים, אָבער נאָר 30 פּראָצענט וועלטלעכע — זאָגן זיך אַרויס קעגן דעם מע זאָל בכלל נעמען די עוואַנגעליסטישע ממתּקים.

דער אונטערשייד צווישן די וועלטלעכע און די פֿרומע איז זייער קלאָר אויך אין די ענטפֿערס אויף דער פֿראַגע, צי אַ ייִד קען אַרײַנגיין אין אַ קלויסטער. 80 פּראָצענט וועלטלעכע ישׂראלים האָבן ניט קיין פּראָבלעמען מיט אַזעלכע באַזוכן, בעת 83 פּראָצענט פֿרומע ישׂראלים האָבן געענטפֿערט, אַז קיין ייִד טאָר עס ניט טאָן. אינטערעסאַנט, אַז 75 פּראָצענט ישׂראלים האַלטן, אַז מע טאָר ניט דערלויבן קיין קריסטלעכע גרופּעס צו קויפֿן ערד אין ירושלים און בויען דאָרטן נײַע קלויסטערס.

אַ מאָדנע פֿאַרבינדונג האָט זיך געשאַפֿן צווישן די עוואַנגעליסטן, וואָס לייענען און טײַטשן די ביבל ניט מעטאַפֿאָריש-פּאָעטיש, נאָר ממש בוכשטעבלעך. זייער שטיצע איז, פֿאַרשטייט זיך, וויכטיק פֿאַר ישׂראל. אָבער פֿון זייערע כּוונות שטעלן זיך די האָר קאַפּויר