|
אַנטי־רעגירונג פּראָטעסטאַנטן דריקן אויס סאָלידאַריטעט מיטן סירישן פֿאָלק, זונטיק, אין דער תּימנער קרוינשטאָט סאַנאַ |
Credit: Getty Images |
די "אַראַבישע וועסנע" האָט דערווײַל קיין ממשותדיקע פּאָזיטיווע דערגרייכונגען ניט געבראַכט. די לענדער, וואָס זײַנען אַרומגעכאַפּט געוואָרן מיט די אומרוען און שינויים, געפֿינען זיך אין אַ גאַנץ כאַאָטישן מצבֿ. איך ווייס ניט, צי עמעצער האָט טאַקע נאַיִוו דערוואַרט, אַז דעמאָקראַטיע וועט איינס און צוויי אַלץ שטעלן אויף די ריכטיקע ערטער. הײַנט־צו־טאָג זײַנען אַזעלכע נאַיִווע מענטשן שוין, אַ פּנים, ניט פֿאַרבליבן, און די וואָס האָבן נאָך ניט פֿאַרלוירן דעם גלויבן אין דעמאָקראַטיע ווי אַן אָרגאַנישע באַדערפֿעניש פֿון אַלע בשׂר-ודמס, קען מען ניט מער כאַראַקטעריזירן ווי סתּם "נאַיִווע" לײַט.
איך גלייב אויך, אַז סוף-כּל-סוף וועט אַ ריכטיקע דעמאָקראַטישע סיסטעם זיך אײַנבירגערן בײַ די אַראַבער. די פֿראַגע אָבער איז: וואָס פֿאַר אַ צײַט-אָפּשניט טיילט אונדז אָפּ פֿון אָט דעם ליכטיקן "סוף-כּל-סוף". עד-היום זעט מען ניט קיין סימנים פֿון אַזאַ אַנטוויקלונג אין קיין ווינקל פֿון דער אַראַבישער וועלט. אַפֿילו אין איראַק, וווּ די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט שוין, דאַכט זיך, קאָנטראָלירט דאָס גאַנצע לאַנד, גייט דער פּאָליטישער פּראָצעס אין גאָר אַן אַנדער ריכטונג. הינטער די באַגריפֿן "אַראַביש" און "אַראַבער" האָבן זיך זייער בולט אַנטפּלעקט שאַרפֿע קאָנפֿליקטן צווישן פֿאַרשיידענע שבֿטים, ווי אויך רעליגיעזע און סאָציאַלע גרופּעס, וואָס האָבן אַזוי פֿײַנט איינע די אַנדערע, אַז זיי זײַנען גרייט אויסצוהרגענען מענטשן פֿון דעם צד-שכּנגד. אויטאָקראַטישע, רעפּרעסיווע רעזשימען האָבן די דאָזיקע קאָנפֿליקטן ניט געלאָזט צעברענען זיך, אָבער די נײַע, כּמו-דעמאָקראַטישע, אָדער ערבֿ-דעמאָקראַטישע, רעגירונגען זײַנען ניט אימשטאַנד, צי ווילן ניט, אָפּשטעלן די גוואַלד-מעשׂים.
הײַנט ווערט צעשאָקלט דער אויטאָריטאַרער רעזשים אין סיריע. און ווען מע לייענט, הערט און זעט די מעדיאַ-אָפּשפּיגלונגען פֿון די געשעענישן דאָרטן, פֿאַרשטייט מען, אַז עס שפּילט זיך אָפּ אַ מענטשלעכע טראַגעדיע, מיט אַ סך אומשולדיקע, צופֿעליקע קרבנות, אַרײַנגערעכנט קינדער, פֿרויען און אַלטע לײַט. דערצו בלײַבט מיר — און ניט נאָר מיר — ניט קלאָר, וואָס פֿאַר אַ ציל שטעלט פֿאַר זיך די אָפּאָזיציע אָדער, ריכטיקער, די פֿאַרשיידענע אָפּאָזיציאָנעלע גרופּעס. צי ווילן זיי טאַקע אויפֿבויען אַ דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿט, אָדער די רייד גייט וועגן אַ נײַער רעפּרעסיווער דיקטאַטור, וועלכע וועט זײַן בעסער נאָר דערמיט, וואָס זי וועט, אַ שטייגער, ניט קושן זיך מיט איראַן.
נו, גוט — ווילן זיי אַלע פּטור ווערן פֿון דעם פּרעזידענט באַשאַר אַל-אַסאַד. דאָס איז, בלי-ספֿק, אַ כּשרער ציל. באַשאַר אַל-אַסאַד האָט איבערגענומען דעם כּמו-סאָציאַליסטישן רעזשים פֿון זײַן פֿאָטער. אָבער זייער לאַנג האָט אַזאַ דיקטאַטור ניט געקענט זיך האַלטן, ווײַל אַזאַ איז שוין די לאָגיק פֿון אונדזערע צײַטן; בפֿרט נאָך, אין אַ געזעלשאַפֿט, וווּ אַ היפּשער חלק מענטשן האָבן אַ בילדונג און אַ צוטריט צו אינטערנעץ. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דאָס לאַנד געפֿינט זיך אין אַזאַ אָרט, וווּ קיין באמת רויִק לעבן איז שוין זייער לאַנג ניט געווען.
אין דער שטיצע, וואָס די סירישע אָפּאָזיציע באַקומט מצד דער ליגע פֿון אַראַבישע לענדער, שטעקט אַ פּאַראַדאָקס. עפּעס אַ סאַודי-אַראַביע פֿאָדערט פֿון באַשאַר אַל-אַסאַדן, ער זאָל טאָן דאָס צי יענץ, כאָטש בײַ זיך אין לאַנד היטן זיי אָפּ אַ רעזשים, וואָס איז ניט צו פֿאַרגלײַכן ווײַטער פֿון וועלכע עס זאָל ניט זײַן מאָסן פֿון מערבֿדיקייט איידער דער איצטיקער רעזשים אין סיריע. דאָס לייגט זיך ניט אויף מײַן שׂכל. סײַדן גייט דאָ די רייד גאָר ניט וועגן דעמאָקראַטיזאַציע פֿון דער סירישער געזעלשאַפֿט, נאָר וועגן צופּאַסן זי צו אַנדערע געאָפּאָליטישע פּלענער.
אויף מײַן שׂכל לייגט זיך ניט נאָך איין זאַך: ווי אַזוי האָבן די פּאָליטישע עקספּערטן פֿון אַמעריקע און אַנדערע מערבֿדיקע לענדער געקענט דערוואַרטן אַ שטיצע אין דער פֿראַגע מצד אַזאַ לאַנד ווי רוסלאַנד? צו מאָל דאַכט זיך מיר, אַז די לענדער האָבן ניט קיין אַמבאַסאַדעס אין מאָסקווע צי זיי האָבן ניט קיין מענטשן, וואָס קוקן די רוסישע טעלעוויזיע און לייענען די מאָסקווער צײַטוגען. אָדער אַזעלכע עקספּערטן זײַנען פֿאַראַן, אָבער קיינער הערט זיך ניט צו צו זייער עקספּערטיז. ווײַל ס׳איז פֿון סאַמע אָנהייב אָן געווען קלאָר ווי דער טאָג, אַז די רוסישע רעגירונג קוקט אויף סיריע מיט גאָר אַנדערע אויגן.
ערשטנס, מע זעט אין דעם אײַן אַ סך פּאַראַלעלן מיטן טשעטשענער קאָנפֿליקט. צווייטנס, די רוסן האָבן מורא צו פֿאַרלירן אַ שותּף — איינעם פֿון די געציילטע אין דעם ווינקל וועלט. בפֿרט נאָך, אַז רוסלאַנד האָט אין סיריע אַ וויכטיקע מיליטערישע באַזע. דריטנס, איז עס פֿאַר וולאַדימיר פּוטינען אַ גוטע טעמע בעת זײַן פּרעזידענטישער קאַמפּאַניע: גיט אַ קוק, קען ער זאָגן, ווי אַמעריקע און אירע פֿרײַנד מישן זיך אַרײַן אין די ענינים פֿון אַ לאַנד, וואָס טשעפּעט קיינעם ניט. אַזוי ווילן זיי זיך אַרײַנמישן אויך אין אונדזערע ענינים, אָבער איך, פּוטין, וועל עס בשום-אופֿן ניט דערלאָזן.
אין די געשעענישן, וואָס קומען פֿאָר אין דער אַראַבישער וועלט, און אין דער רעאַקציע פֿון דער מערבֿדיקער וועלט, זעט מען ניט דערווײַל קיין קלאָרקייט. וווּ גייט דורך די גרענעץ צווישן דעם מצבֿ, אין וועלכן די מערבֿדיקע וועלט קען זאָגן "ברעכט זיך דעם קאָפּ דאָרטן, מיר וועלן זיך ניט אַרײַנמישן", און דעם מצבֿ, ווען מע מישט זיך יאָ אַרײַן? ווען פֿאַרלירט די רעגירונג איר לעגיטימקייט און מע קען פֿאָדערן זי זאָל אַוועקגיין אָדער מע זאָל זי אַראָפּוואַרפֿן? און אַז ס׳איז ניטאָ אַזאַ קלאָרקייט, ווערט די וועלט נאָך מער אָנגעפֿילט מיט סכּנה.