די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט שׂרהס טויט. די תּורה דערציילט אונדז, אַז זי איז ניפֿטר געוואָרן בײַ 127 יאָר און באַערדיקט געוואָרן אין חבֿרון, אין דער מערת־המכפּלה, וועלכע אַבֿרהם אָבֿינו האָט אָפּגעקויפֿט בײַ עפֿרון החתּי. ווײַטער ווערט דערציילט ווי אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, האָט געפֿונען דעם שידוך פֿאַר יצחקן.
אַבֿרהם האָט געשיקט אליעזרן קיין אַרם־נהרים, וווּ עס האָבן געוווינט זײַנע קרובֿים. ווען אליעזר איז צוגעקומען צום דאָרטיקן ברונעם האָט ער געבעטן דעם באַשעפֿער אַרויסצוּווײַזן אים אַ סימן: ער וועט בעטן בײַ אַן אָרטיק מיידל וואַסער צו טרינקען, כּדי צו זען, ווי אַזוי זי וועט זיך אָפּרופֿן אויף זײַן בקשה. אויב זי וועט פֿאָרלייגן וואַסער אויך פֿאַר זײַנע קעמלען, וועט עס דינען ווי אַ סימן, אַז זי איז צוגעפּאַסט פֿאַר יצחקן.
אין אַ קורצער ווײַל נאָך אליעזרס תּפֿילה איז צום ברונעם צוגעקומען רבֿקה, אַבֿרהם אָבֿינוס אַ קרובֿה. זי האָט טאַקע פֿאָרגעלייגט וואַסער סײַ דעם וואַנדערער, סײַ די קעמלען. אליעזר האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן בקשה איז מקוים געוואָרן. רבֿקה און יצחק זענען געפֿעלן געוואָרן איינער דעם צווייטן, און האָבן חתונה געהאַט.
די חז״ל דערקלערן, אַז באַלד נאָך דער חתונה האָט יצחק פֿאַרשטאַנען, אַז רבֿקה איז באמת זײַן באַשערטע, ווײַל חלה־טייג איז אַלע מאָל געראָטן, די שבת־ליכט האָבן געברענט אַ גאַנצע וואָך, און אַ וואָלקן האָט תּמיד אַרומגערינגלט זייער געצעלט — אַ סימן, אַז די הייליקע שכינה רוט אין זייער שטוב. אַזאַ וואָלקן פֿלעגט זיך באַווײַזן אַרום יצחקס היים ווען זײַן מאַמע, שׂרה, האָט נאָך געלעבט.
אין דער הײַנטיקער סדרה קאָן מען באַמערקן אַ געוויסן שאַרפֿן קאָנטראַסט מיט דער פֿריִערדיקער פּרשה, "וירא", וואָס איר נאָמען איז פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון ג־טלעכע וויזיעס. די פּרשה "וירא" איז פֿול מיט מעשׂיות וועגן די מלאָכים, וועלכע האָבן זיך געוויזן פֿאַר אַבֿרהמען, כּדי אים מבֿקר־חולה צו זײַן נאָכן ברית, צו וואָרענען וועגן דער צעשטערונג פֿון סדום, צוצוזאָגן, אַז ער וועט האָבן אַ קינד מיט שׂרה. דער אייבערשטער האָט געהייסן אַבֿרהמען מקריבֿ צו זײַן זײַן זון, ווי אַן אויספּרוּוו פֿון זײַן אמונה; אַ מלאך האָט אים געהייסן אינעם לעצטן מאָמענט זיך אָפּצושטעלן. לויט אַ צאָל חסידישע מפֿרשים האָט אַבֿרהם באַקומען דעם באַפֿעל צו שעכטן זײַן באַליבטן זון פֿאַר אַ קרבן אין אַן אומקלאָרער וויזיע.
נישט אַלע קלאַסישע מפֿרשים זענען מסכּים, אַז אַבֿרהם האָט ריכטיק געטאָן, ווען ער האָט אַרויסגעוויזן זײַן באַוויליקייט אומצוברענגען זײַן אייגענעם זון לשם־השם. רש״י ברענגט אויך אַ דעה פֿון די חז״ל, לויט וועלכער אַבֿרהם האָט נישט ריכטיק פֿאַרשטאַנען דעם אָנזאָג. דער רבונו־של־עולם האָט אים צוגעזאָגט אַרויפֿצוברענגען יצחקן, אין אַ גײַסטיקן זין, און נישט צו שעכטן אים בוכשטעבלעך אויף טויט.
אַזוי צי אַזוי האָט יצחק פֿרײַוויליק מסכּים געווען צו ווערן אַ קרבן, האָט פּערזענלעך איבערגעלעבט דאָס געפֿיל פֿון זיך מוסר־נפֿש זײַן, און האָט דערפֿאַר זוכה געווען צו אַ גרויסער ברכה. ווען שׂרה האָט דערהערט, וואָס ס׳האָט שיִער נישט פּאַסירט מיט איר באַליבטן זון, איז זי ניפֿטר געוואָרן.
די פֿאָריקע פּרשה איז פֿול מיט וווּנדער־מעשׂיות וועגן מלאָכים, וויזיעס און עקסטרעמע איבערלעבונגען. לוט האָט געמוזט אַנטלויפֿן פֿונעם צעשטערטן סדום, ווען זײַן שטאָט איז פֿאַרברענט און איבערגעקערט געוואָרן דורך די הימלישע כּוחות. אויפֿן וועג האָט ער פֿאַרלוירן זײַן ווײַב. זײַנע טעכטער האָבן אים אָנגעשיכּורט, כּדי צו האָבן קינדער פֿון זייער אייגענעם טאַטן. על־פּי חז״ל, האָבן זיי דאָס געטאָן לשם־שמים; זיי האָבן געמיינט, אַז די גאַנצע מענטשהייט, אַחוץ זייער משפּחה, איז פֿאַרניכטעט געוואָרן, און באַשלאָסן ממשיך צו זײַן די מענטשלעכע געשיכטע אויף אַזאַ סתּירותדיקן אופֿן. אַבֿרהם האָט שיִער נישט דערהרגעט יצחקן, און האָט דערפֿאַר פֿאַרלוירן זײַן ווײַב. נישט אומזיסט הייסט די פֿאַראַכטטאָגיקע סדרה "וירא". זי דערציילט וועגן עקסטרעמע גײַסטיקע דערפֿאַרונגען, וועגן אומגעוויינטלעכע סיטואַציעס, ווען אַ מענטש טרעפֿט זיך מיט אַ ג־טלעכער אַנטפּלעקונג אויף דער שוועל צווישן לעבן און טויט.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן טרויעריקן בײַעפֿעקט פֿון עקידת־יצחק — מיט שׂרהס פּטירה. פֿונדעסטוועגן, הייסט זי דווקא "חיי שׂרה" — "שׂרהס לעבן". אויב מע טראַכט זיך אַרײַן איז די הײַנטיקע סדרה דווקא זייער אַ רויִקע, היימישע. עס גייט נישט די רייד וועגן וויזיעס פֿון מלאָכים און עקסטרעמע איבערלעבענישן. אליעזר האָט צוגעטראַכט אַ גאַנץ נאַטירלעכן טעסט, האָפֿנדיק צו געפֿינען אַ מיידל מיט אַ גוטן, ברייטהאַרציקן כאַראַקטער. אַבֿרהם האָט אים ספּעציעל געשיקט אין אַ שטאָט, וווּ אַזעלכע מיידלעך זענען פֿאַראַן; דערפֿאַר איז נישט געווען קיין גרויסער חידוש, לכאורה, אַז אליעזרן האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען דעם ריכטיקן שידוך פֿאַר יצחקן.
די סימנים, לויט וועלכע יצחק האָט באַשטעטיקט, אַז רבֿקה איז זײַן אמתע באַשערטע, זענען אויך, בעצם, היימישע און שטילע. רבֿקהס חלה האָט געהאַט אַ גוטן טעם; אירע ליכט האָבן געברענט לענגער; אַ וואָלקן האָט כּסדר געבראַכט געמיט אין זייער שטוב. אין פֿאַרגלײַך מיט די איבערנאַטירלעכע מעשׂיות פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה דערציילט אונדז די תּורה וועגן געוויינטלעכע פּאַסירונגען, וועלכע מע קאָן פֿאַרשטיין בדרך־הטבֿע, מיט אַ "נאָרמאַלער" מדרגה פֿון דער השגחה־פּרטית. קיין שטעט זענען נישט איבערגעקערט געוואָרן, און קיינעם האָט מען נישט צוגעבונדן צו אַ מזבח, להיפּוך צו דער פֿאָריקער פּרשה; אַן עלטערע פֿרוי איז פּשוט געשטאָָרבן בײַ 127 יאָר, און איר זון האָט געפֿונען אַ געהעריקן שידוך.
די חז״ל דערקלערן, אַז שׂרהס כּוח פֿון נבֿואה איז געווען גרעסער ווי בײַ אַבֿרהמען. מע קאָן זאָגן, אַז אין איר עלטער שטעקט אַ רמז וועגן דעם, פֿאַר וואָס איר נבֿואה איז געווען אַזוי הויך.
ווי ס׳איז באַקאַנט, שטייט אין דער תּורה געשריבן, אַז דער נאָרמאַלער מאַקסימאַלער עלטער פֿון אַ מענטש איז 120 יאָר. ס׳קאָן זײַן, אַז די איבעריקע זיבן יאָר, וואָס שׂרה האָט זוכה געווען אָפּצולעבן, זענען מרמז אויף די זיבן טעג פֿון דער וואָך. ס׳איז אַוודאי אַ גרויסע מעלה צו זען ג־טלעכע וויזיעס און צו ברענגען מלאָכים צו גאַסט, ווי זיי וואָלטן געווען געוויינטלעכע מענטשן. שׂרה האָט אָבער געקאָנט זען אירע מלאָכים, אירע דערהויבענע ג־טלעכע השפּעות, אינעם סאַמע תּוך פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן — און דאָס איז, אין אַ געוויסן אַספּעקט, אַ העכערע מדרגה פֿון השׂגה.
דעם דאָזיקן כּוח האָט שׂרה איבערגעלאָזט אירע קינדער — ווי אויך דער גאָרער וועלט, ווײַל די תּורה־מעשׂיות האָבן אַן אוניווערסאַלע ווערט. די מעשׂה מיט יצחקס שידוך איז פּונקט אַזוי דערהויבן און "מלאָכימדיק", ווי אַבֿרהמס פּאַסירונגען אין דער פֿאָריקער פּרשה. דעריבער הייסט די הײַנטיקע סדרה דווקא "חיי שׂרה"; הגם שׂרה איז ניפֿטר געוואָרן, ווי אַ רעזולטאַט פֿון עקידת־יצחק, האָט זי איבערגעלאָזט איר דרך צו זען ג־טלעכקייט אינעם פּשוטן מענטשלעכן לעבן.