אויף אַ גאַס אין לאָדזשער געטאָ, 1941 |
ס׳אַ טרויעריקער פֿאַקט, אַז אין פּוילן זענען געבליבן נישט בלויז אַזוי ווינציק ייִדן, נאָר אין די שטעט און שטעטלעך וווּ זיי האָבן הונדערטער יאָרן געלעבט, בלײַבן נאָך זיי קנאַפּע רעשטלעך: די שילן זענען פֿאַרברענט געוואָרן, די בית־עולמס אָפּגעווישט אָדער פֿאַרוואָקסן, בתּי־מדרשים, מיקוואָת אד״גל איבערגעניצעוועט, איבערגעבויט אָדער גלאַט פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. אין הײַנטיקן פּוילן איז דווקא רעלאַטיוו גרינג צו געפֿינען וואָס ס׳איז יאָ דאָ — אין די שטעטלעך און אויף די מאַפּעס פֿיגורירן שוין אונדזערע אָביעקטן, אַנדערש ווי מיט דרײַסיק יאָר צוריק, ווען כ׳בין ס׳ערשטע מאָל געקומען אַהער — אָבער אַז ס׳איז דאָ אַ סך, קען מען נישט זאָגן.
נאָר לאָמיר בעסער איבערלאָזן די פּסיכאָלאָגיע און אַריבערגיין צום לשון. ייִדן האָבן אין פּוילן אויך געהאַט אייגענע נעמען פֿון שטעט און שטעטלעך, טײַכן, אַפֿילו גאַסן. אויף אַ פּשוטער מאַפּע, אָבער, געפֿינט מען נישט קיין ייִדישע נעמען. דאַרפֿן מיר מאַכן אַן אייגענע מאַפּע. אינעם ייִוואָ אַרבעט איך איבער אַזאַ פּראָיעקט — קודם, צונויפֿשטעלן אַ רשימה ייִדישע ערטערנעמען פֿון גאַנץ מיזרח־אייראָפּע, דערנאָכדעם אַרײַנשרײַבן די נעמען אויף דער מאַפּע. וועט מען הלוואַי אין גיכן זען אַ ייִדישע מאַפּע אויף דער אינטערנעץ.
דאָ אין פּוילן פֿאַרנעם איך זיך מיט אַן אַרבעט וועגן ייִדישע שרײַבער פֿון לאָדזש און אַרום, פֿיל־ווינציקער פֿון דער טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער לאָדזשער וואָיעוואָּדשאַפֿט. איז מיט איין קוק אויף דער מאַפּע דערזעט מען צענדליקער אַזעלעכע פּוילישע נעמען, וואָס מע ווייסט, אַז ייִדישע עקוויוואַלענטן האָבן זיי אויכעט. און אַז מע פֿאָרט מיט דער באַן איבער פּוילן, ווילט זיך אַרויסנעמען אַ פּען און צוגעבן די סטאַנציעס זייערע ייִדישע נעמען...
איז מיט וואָס זענען די ייִדישע ערטערנעמען אין לאָדזשער ראַיאָן אַנדערש פֿון די פּוילישע? בדרך־כּלל, אין די ווײַטערדיקע פּרטים:
א. בשעת אויף פּויליש פֿאַלט דער אַקצענט אַלע מאָל אויפֿן פֿאָרלעצטן טראַף, פֿאַלט ער אויף ייִדיש זייער אָפֿט אויפֿן ערשטן, ווי אויך טייל מאָל — אויפֿן לעצטן;
ב. בשעת אויף פּויליש זענען נייטיק, ווי דאָס לעבן, די סופֿיקסן פֿון די בייגפֿאַלן, זענען זיי אויף ייִדיש איבעריק און פֿאַלן ס׳רובֿ אַוועק. אָט למשל: אויף פּויליש הייסט די שטאָט, וואָס מע האָט אַ מאָל גערופֿן "דאָס פּוילישע מאַנטשעסטער", ווײַל זי איז געווען פֿול מיט טעקסטיל־פֿאַבריקן, Łódź — אַגבֿ, אויך דאָס פּוילישע וואָרט פֿאַר ׳שיפֿל׳, איז דער סימבאָל פֿון דער שטאָט טאַקע אַ שיפֿל. אַזוי ווי "אין לאָדזש" זאָגט מען אויף פּויליש Łodzi, "פֿון לאָדזש" Łodzi z, "הינטער לאָדזש" Łodzią za אאַז"וו, זעט מען פֿאַר וואָס מע דאַרף די סופֿיקסן. אַזוי ווי דעם פּוילישן נאָמען רעדט מען אַרויס אַן ערך /לודזש/ — דעם Ł רעדט מען אַרויס אָדער ווי אַ האַרטער /ל/ אָדער ווי אַ /w/ אויף ענגליש — נעמט זיך דער ייִדישער נאָמען, אַ פּנים, פֿון אַ געבויגענער פֿאָרעם פֿונעם פּוילישן נאָמען, אָבער אָן דעם איבעריקן (פֿון קוקווינקל פֿון ייִדיש) בייגפֿאַל־סופֿיקס.
ס׳איז אויך כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אינעם "לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור" געפֿינען זיך עטלעכע הונדערט שרײַבער, זשורנאַליסטן, קאָמפּאָזיטאָרן, געבוירענע אין לאָדזש. פֿון די סאַמע באַקאַנטסטע: מרים אולינאָווער, יוסף־שמעון גאָלדשטיין, אַהרן טהאָרן, מאַלאַשי מאַלי, נחמה עפּשטיין, חיים־לייב פֿוקס, יוסף פֿרידענזאָן, הענעך קאָן, רבֿקה קוויאַטקאָווסקי־פּנחסיק, חוה ראָזענפֿאַרב, יצחק ריבֿקינד, ישעיה שפּיגל. מע דאַרף אויך צוגעבן ישׂראל ראַבאָן, אַ געבוירענער אין גאָווערטשעוו, וואָס האָט, אָבער, געוווינט אין לאָדזש פֿון 2 יאָר, און יוסף אָקרוטני, אַ געבוירענער אין קוטנע, וואָס האָט לאַנג געוווינט אין לאָדזש און האָט דער הויפּט געשריבן וועגן דער שטאָט.
האַרט לעבן לאָדזש, ממש אויף יענער זײַט שטאָטגרענעץ, זענען דאָ די שטעטלעך Aleksandrów Łódzki, Konstantinów Łódzki און Zgierz — אויף ייִדיש: אַלעקסאַנדער, קאָסנטין און זגערזש. אַלעקסאַנדער איז געווען דער זיץ פֿון די אַלעקסאַנדער חסידים; קאָסנטין — די געבוירן־שטאָט פֿון די שרײַבער יצחק גוטערמאַן און יוסף זעלקאָוויטש, דער לעצטער — איינער פֿון די צונויפֿשטעלער פֿון דער כראָניק פֿון לאָדזשער געטאָ; זגערזש — די געבוירן־שטאָט פֿון דוד פֿרישמאַן און יהודה עלבערג.
גראָד אין די דרײַ ערטערנעמען איז דער איינציקער שינוי־ניכּר דאָס פֿאַרלירן דעם סופֿיקס ów-, נאָר דער רעזולטאַט דערפֿון איז, וואָס אין "קאָסנטין" פֿאַלט דער אַקצענט אויפֿן לעצטן טראַף. פֿאַראַן אַ גרויסע צאָל אַזעלעכע ערטערנעמען אין פּוילן, וווּ אַ פּוילישער נאָמען אויף אומאַקצענטירטן in, -yn, -ym- אד״גל ווערט אויף ייִדיש אַן אַקצענטירטער ־ין: חוץ קאָנסטין, האָבן מיר אין לאָדזשער ראַיאָן גאָמבין, פּויליש Gąbin; גאָסטין, פּויליש Gostynin; ליבין, פּויליש Lubien Kujawski — די היימשטעט פֿון רייזל זשיכלינסקי, שמואל איזבאַן און זלמן וואַסערצוג אין דעם סדר.
אויך אין ליטעמירסק, די היימשטאָט פֿון פּרץ אָפּאָטשינסקי, פֿאַלט דער אַקצענט אויפֿן לעצטן, אַקעגן דעם פּוילישן Lutomiersk; אין אָסמאָלסק, פּויליש Osmólsk, וווּ ס׳איז געבוירן געוואָרן י.־י. טרונק; און אין רידאָמסק, פּויליש Radomsko, די היימשטאָט פֿון שׂרה דזשאַקלין־האַמער.
sh אַנדערע שטעט אין דעם ראַיאָן, דאָס מאָל — מיטן אַקצענט אויפֿן ערשטן טראַף: אָזערקעוו, פּויליש Ozorków, פֿון וואַנעט ס׳האָבן געשטאַמט דער פּאָעט משה וואַלדמאַן, דער צונויפֿשטעלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער־לעקסיקאָן זלמן זילבערצווײַג און דער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיק־לערער מיכל געלבאַרט; פּעטריקעוו, פּויליש Piotrków Trybunalski, די היימשטאָט פֿון דער פּאָעטעסע הינדע זאַרעצקי, דעם הומאָריסט דער לעבעדיקער (חיים גוטמאַן) און דעם זינגער סימאָר רעכטצײַט; בעלכעטעוו, פּויליש Bełchatów, וווּ ס׳איז געבוירן געוואָרן משה יאַנאָווסקי; טאָמעשעוו, פּויליש Tomaszów Mazowiecki, די געבוירן־שטאָט פֿון משה דלוזשנאָווסקי און ברוך שעפֿנער; און לענטשיץ, פּויליש Łęczyca, פֿון וואַנעט ס׳האָט געשטאַמט שׂמחה־בונעם שאַיעוויטש, אַ פֿרומער בחור וואָס איז געוואָרן אַ ייִדישער פּאָעט, געלעבט אין לאָדזשער געטאָ און אומגעקומען אין אוישוויץ.
פֿאַר וואָס זענען די ייִדישע נעמען אַנדערש? ווי געזאָגט, זענען די פּוילישע סופֿיקסן אומנייטיק אויף ייִדיש; און דער אַקצענט אויפֿן ערשטן טראַף נעמט זיך, אַ פּנים, פֿון פֿאַר צײַטנס, ווען אויף פּויליש איז דער אַקצענט נאָך געווען אויפֿן ערשטן טראַף, אַזוי ווי ס׳איז ביזן הײַנטיקן טאָג אין טשעכיש און אין סלאָוואַקיש. וועגן דעם האָט בשעתּו געשריבן באַריכות פּראָפֿ׳ עדוואַרד סטאַנקעוויטש פֿון יעיל־אוניווערסיטעט, אַ וואַרשעווער־געבוירענער ייִד און אַ גרויסער קענער פֿון סלאַווישע לשונות, אינעם צווייטן באַנד Field of Yiddish, אונטער דער רעדאַקציע פֿון אוריאל ווײַנרײַך ע״ה, 1965.
און אַז לאָדזשער גאַסן האָבן געהאַט ייִדישע נעמען האָט מען געשריבן נאָך העט ווען אינעם ייִוואָ־זשורנאַל "ייִדיש פֿאַר אַלע", 1938: די הויפּטגאַס, Piotrkowska, איז אויף ייִדיש פּעטריקעווער; די גאַס Wolborska איז די שיל־גאַס, ווײַל דאָרטן האָט זיך געפֿונען די גרויסע שיל. הײַנט, אָבער, נישט מער — דעם 11טן נאָוועמבער 1939 איז זי פֿאַרברענט געוואָרן.
האָבן מיר אָנגעהויבן מיט אַ טרויעריקן פֿאַקט און מיר פֿאַרענדיקן מיט אַ טרויערדיקן פֿאַקט.