אין יעדן קלאַס און אויף יעדער לעקציע וועגן דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע דערמאָנט דער לערער, צי דער רעדנער, אַז ייִדיש האָט דרײַ עקוויוואַלענטן פֿאַרן ענגלישן (לייען: אַמעריקאַנישן) store: "קראָם", "קלייט" און "געוועלב". נישט אומזיסט האָט די באַקאַנטע לערערקע און רעדאַקטאָרשע שבֿע צוקער אַ מאָל קאַטאָוועסדיק אַ זאָג געטאָן, אַז "אַדוואי קענען מיר ייִדיש בעסער פֿון אונדזערע באָבעס און זיידעס. אָט האָבן זיי געהאַט בלויז צו איין וואָרט פֿאַר store, בשעת מיר אַלע קענען גאַנצע דרײַ: קראָם, קלייט, געוועלב".
נאָר וועגן דעם איז פֿאַראַן נאָך אַ סך צו דערציילן. אמת, אין קורצן לאָזט זיך עס איבערגעבן, אַז ליטווישע ייִדן זאָגן "קראָם", פּוילישע "געוועלב" און אוקראַיִנישע "קלייט".
"קראָם" נעמט זיך פֿונעם דײַטשישן Kram, וואָס לויט די מקורים איז דאָס תּחילת געווען טײַטש ‘אויסגעשפּרייטע טוך’, דערנאָכדעם ‘צודעק פֿון אַ געצעלט; צודעק פֿון אַ שטעל אויפֿן מאַרק’, שפּעטער ‘די שטעל אַליין’, און אַז מע האָט אָנגעהויבן פֿירן געשעפֿטן פֿון אַ בנין, נישט פֿון אַ שטעל, האָט מען דעם טערמין אַריבערגעטראָגן אויפֿן נײַעם מין געשעפֿט־אָרט.
"געוועלב" קערט זיך אָן מיטן דײַטשישן Gewölbe, טײַטש ‘אַרכיטעקטורעלער בויגן’, אָבער וואָס איז אַ מאָל געווען טײַטש אויך ‘קראָם, געשעפֿט’. "קלייט", ווידער, נעמט זיך פֿונעם אוקראַיִנישן ‘klit (פֿריִער — ‘klet).
נאָר ס׳זענען פֿאַראַן נאָך ווערטער: אַ שטייגער, "בודע", אין קורלענדער ייִדיש. אויף דײַטשיש איז Bude אַזוי ווי דאָס ייִדישע "בודקע" — אויף ענגליש booth, פֿון דער זעלביקער עטימאָלאָגיע. דאָס נעמט זיך אַוודאי אויך פֿון די צײַטן ווען מע האָט פֿאַרקויפֿט פֿון אַ שטעל אויפֿן מאַרק.
אויף דײַטשיש זענען דאָ נאָך ווערטער: Laden, Geschäft, Handlung. אויף ייִדיש איז אַ לאָדן נישט קיין קראָם; אַ געשעפֿט קען זײַן אַ קראָם צי אַן אַנדער מין פּרנסה; נישטאָ קיין "האַנדלונג", אָבער אין פּוילישן ייִדיש איז יאָ דאָ אַ "האַנדל", ווי אויך דער ווערב "האַנדלען" ‘קויפֿן’, "פֿאַרהאַנדלען" ‘פֿאַרקויפֿן’. (דאָס וואָרט "געשעפֿט" אַליין קערט זיך אָן מיטן ווערב "שאַפֿן".)
הײַנט "מאַגאַזין" — נישט קיין אָפֿט וואָרט אויף מאַמע־לשון, אָבער ברייט באַקאַנט די ייִדן פֿון דער רוסיש־שפּראַכיקער ספֿערע. איז דאָס וואָרט "רוסיש"? נו, אין רוסיש איז עס אַרײַן פֿון פֿראַנצייזיש (magasin) און אין פֿראַנצויזיש פֿון אַראַביש. דאָס אַראַבישע makhzen איז פֿונעם שורש kh-z-n, טײַטש ‘אוצר’. איז אַ makhzen אַן אָרט וווּ מע האַלט אַן אוצר (דער פּרעפֿיקס ׳m׳ איז טײַטש ‘אָרט’). אויף דעם סמך האָט מען צוגעטראַכט דאָס עבֿריתּישע "מחסן" ‘סקלאַד’. פֿונעם אַראַבישן וואַקסט אויך דאָס שפּאַנישע almacén און דאָס פּאָרטוגאַלישע armazém ‘סקלאַד; גרויסע קראָם’. הײַנט דאָס ענגלישע magazine, וואָס איז טײַטש נישט נאָר ‘פּאָפּולערער זשורנאַל’ (אויף אַ וויסנשאַפֿטלעכן זשורנאַל זאָגט מען דאָך journal), נאָר אויך ‘סקלאַד’, ספּעציעל פֿון געווער. דאָס ענגלישע store, וואָס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז עס טײַטש דער הויפּט ‘קראָם’, איז אין ענגלאַנד ביזן הײַנטיקן טאָג טײַטש ‘סקלאַד’ (אויף ‘קראָם’ זאָגט מען shop, וואָס דאָס נעמט זיך פֿון אַן אַלט ענגליש וואָרט פֿאַר ‘בודקע’).
און דאָס ענגלישע business? תּחילת איז עס געווען דער סובסטאַנטיוו פֿון busy ‘פֿאַרנומען, פֿאַריאָגט’. נאָר דער טײַטש איז שוין אונטערגעגאַנגען, מוז מען אָנקומען צום קאַטאָוועסדיקן busy-ness אויף אַרויסצוברענגען דעם אַלטן טײַטש.
נאָך אַ ייִדיש וואָרט אויף דעם תּחום איז "אַפּטייק". בײַ הײַנטיקן טאָג איז דאָס טײַטש אַ קראָם, וווּ מע קויפֿט מעדיקאַמענטן. אין ייִדיש איז דאָס וואָרט אַרײַן אָדער פֿון רוסיש אָדער פֿון פּויליש (apteka); צו זיי האָט דאָס וואָרט געקאָנט אָנקומען פֿון דײַטשיש (Apotheke). נאָר די אַלע ווערטער שטאַמען פֿונעם גרעקישן apotheke, וואָס איז אין דער אמתן טײַטש פּשוט ‘אַוועקלייגן, לאַגערן’, דהײַנו — to store. אַנדערע אָפּשלאָגן פֿון דעם וואָרט זענען דאָס שפּאַנישע bodega ‘שפּײַזקרעמל’ און דאָס פֿראַנצויזישע boutique ‘קרעמל’, וואָס איז שוין אַרײַן אין אַ סך אַנדערע לשונות. פֿון דער צווייטער העלפֿט פֿון דעם וואָרט וואַקסט דאָס פּוילישע teka, וואָס איז אויך אַרײַן אין ייִדיש — "טעקע"; און וווּ איז "ביבליאָטעק"? פֿון דעם מקור נעמען זיך אויך די ווערטער "טעזיס" און "טעמע".
זעען מיר צום וויפֿלטן מאָל, וואָס פֿאַר אַ השפּעה ס׳האָבן געהאַט אויף די לשונות, וואָס פֿון זיי וואַקסט מאַמע־לשון, אַזעלכע שפּראַכן ווי גרעקיש און אַראַביש. ס׳איז נאָר אַ קליינע גוזמא דער זאָג, אַז אָן גרעקיש וואָלט אַ הײַנטיקער אייראָפּעער, אַפֿילו נישט קיין געבילדעטער, נישט געקענט עפֿענען ס׳מויל.