- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַ אַ סך פֿעלקער איז טיי פֿאַרבונדן מיט כינע, און נישט אומזיסט — פֿון דאָרטן שטאַמט טאַקע דאָס געוויקס. אַזוי ווי דער טייבוים האָט ליב אַ וואַרעמען, פֿײַכטן קלימאַט רעכענען די קענערס, אַז ער איז אויפֿגעקומען דאָרטן וווּ דרום-כינע גרענעצט זיך מיט אינדיע און בורמע. כּמעט אַלע טערמינען פֿאַר ‘טיי’, אַפֿילו די אינדישע, נעמען זיך פֿון כינעזיש. קיין אייראָפּע איז טיי אָנגעקומען דורך פֿאַרשיידענע צינורות, וואָס פֿון דעם זעט מען פֿאַר וואָס ס’זענען פֿאַראַן צוויי גרופּעס ווערטער — די גרופּע "טיי", די ווערטער וואָס מע רעדט אַרויס פֿיל-ווייניקער אַזוי ווי אויף ייִדיש, און די גרופּע "טשײַ", וואָס מע רעדט אַרויס פֿיל-ווייניקער ווי אויף, למשל, רוסיש. בלויז זייער אַ קליינע צאָל ווערטער פֿאַר טיי גייען נישט אַרײַן נישט אין דער ערשטער, נישט אין דער צווייטער גרופּע. די פֿון דער ערשטער גרופע, "טיי", נעמען זיך פֿונעם אָבֿי-אָבֿות t’e, פֿון אַ דרום-מיזרחדיקן כינעזישן דיאַלעקט — די פּראָווינץ פֿוקיאַן/פֿודזשיאַן. פֿון דאָרטן איז דאָס וואָרט אַריבער צו די מאַלײַער; פֿון זיי האָבן די האָלענדער אין 17טן יאָרהונדערט אַריבערגעפֿירט טיי קיין מערבֿ-אייראָפּע. די פֿון דער צווייטער גרופּע, "טשײַ", נעמען זיך פֿונעם אָבֿי-אָבֿות ch’a, פֿונעם צפֿונדיקן מאַנדאַרינער דיאַלעקט; צו זיי איז אָנגעקומען סײַ טיי אַליין, סײַ דאָס וואָרט דורך דער יבשה, פֿון כינע דורך אינדיע און פּערסיע. כאָטש די ציבעלע איז אין מיזרח-אייראָפּע בכלל און, בײַ אונדזערע ייִדן בפֿרט, נישט קיין חשובֿער תּושבֿ, קען מען זיך אָן איר פֿאָרט נישט באַגיין. דאָס איז, אָבער, אויך אמת וועגן דעם קאַרטאָפֿל, וואָס אונדזערע לייענערס ווייסן שוין, אַז ער איז אָנגעקומען קיין אייראָפּע ערשט מיט עטלעכע הונדערט יאָר צוריק. און די ציבעלע, מיט אירע נאָענטע קרובֿים — קנאָבל, אַשלעך/גרינע ציבעלע/יונגע ציבעלע, שטשיפּיער און פּאָרע-ציבעלע? קודם-כּל איז דער מין זייערער Allium, אויף ייִדיש — "ציבעלע-געוויקסן", אַ גליד פֿון דער משפּחה Liliaceae — lily, ליליקע. לויט די מקורים זענען פֿאַראַן איבער 300 זגאַלן פֿון די ציבעלע-געוויקסן, וואָס אַרום אַ פֿערטל פֿון זיי שטאַמען פֿון אַמעריקע. די ציבעלע ווערט צום ערשטן מאָל אויפֿגעוויזן אין מעסאָפּאָטאַמיע (דאָס הײַנטיקע איראַק) מיט העכער פֿיר טויזנט יאָר צוריק. צו יענער צײַט האָט זי שוין, אַ פּנים, געהאַט אַ שם, אַז זי טויג בעסער פֿאַר אָרעמע-לײַט ווי פֿאַר רײַכע. אָבער אויך גרויסע מענטשן, מלכים, האָבן זי געגעסן. אין די ווײַטערדיקע יאָרהונדערטער האָט זי זיך צעשפּרייט איבערן גאַנצן מיטעלן מיזרח און, סוף-כּל-סוף, אָנגעשפּאַרט קיין אייראָפּע. אָנגעקומען איז זי, ווי אַ סך אַזיאַטישע געוויקסן, דורך גרעקנלאַנד און רוים. אין כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע לשונות האָט ער דעם זעלביקן נאָמען. נישט אויף ייִדיש! לויט מאַקס ווײַנרײַכן נעמט זיך דאָס וואָרט ״מילגרוים״ פֿון לעז — דאָס לשון, אַן אָפּשטאַמיקס פֿונעם סאַמע אַלטן פֿראַנצויזיש און איטאַליעניש, וואָס ייִדן האָבן גערעדט אין די יאָרהונדערטער פֿאַרן אויפֿקום פֿון מאַמע-לשון. אַזוי, אַז דאָס וואָרט געהערט צו דער קליינער גרופּע וואָס נעמט אויך אַרײַן ״בענטשן״, ״טשאָלנט״, ״לייענען״ און נאָך אַ צאָל. דער אַבֿי-אָבֿות איז דאָס לאַטײַנישע malum granatum ׳גראַנאַט-עפּל׳, דאָס הייסט, ׳עפּל (פֿול) מיט קערעלעך׳. איז דער מילגרוים, הייסט עס, אַ המשך פֿון אונדזער אַרטיקל בשעתּו וועגן קערעלעך און קוקורוזע. ווי אַזוי פֿונעם לאַטײַנישן איז געוואָרן ״מילגרוים״ איז נישט קלאָר. אפֿשר זאָגט מען ״מיל-״, נישט ״מאַל-״, ווײַל דאָס איז דאָס לאַטײַנישע וואָרט פֿאַר ׳טויזנט׳ — פּונקט ווי אַ טויזנט-פֿיסלער מוז נישט האָבן אַזש טויזנט פֿיסלעך, מוז אַ מילגרוים נישט האָבן אַזש טויזנט קערעלעך. פֿאַר וואָס ״-גרוים״, נישט ״-גראַנאַט״ צי עפּעס אַנדערש? אויך נישט קלאָר. מיט דעם פֿאַרמעסט זיך אַפֿילו נישט ווײַנרײַך; אפֿשר איז אין דעם שולדיק אַן אַמאָליקער פֿראַנצויזישער דיאַלעקט. נאָר אויב ווײַנרײַך האָט אַזאַ דיאַלעקט נישט דערטאַפּט, האָב איך מורא צו זוכן... דער מאַראַנץ איז אַ געוויקס פֿונעם מין ציטרוס (Citrus). אין דעם מין גייען אויך אַרײַן, כּידוע, לימענעס, גרייפּפֿרוכט אד״גל. דער ערשטער מאַראַנץ וואָס איז אָנגעקומען קיין אייראָפּע איז דער ביטערער, וואָס מע רופֿט אים אויך "כושכאַש״ — אויף ענגליש bitter אָדער (sour orange Citrus aurantium). לויט איין מקור וואַקסט ער פֿון פּערסיע, לויט אַן אַנדערן — פֿון כינע. נאָר איינס איז קלאָר: כּמעט אַלע שייכדיקע ווערטער וואַקסן פֿון פּערסישן narang, וואָס זײַנע וואָרצלען שטעקן אינעם סאַנסקריטישן naranga. אין פֿיל-ווינציקער דער פֿאָרעם איז דאָס וואָרט אַרײַן אין איטאַליעניש (arancia), שפּאַניש (naranja), פּאָרטוגאַליש (laranja), אונגעריש (narancs) און אַראַביש (narandzh). אָנגעקומען קיין אייראָפּע האָט ער געקערט אינעם 14טן יאָרהונדערט. נאָר פֿראַנצייזיש איז זיך געגאַנגען אַן אַנדער וועג, וואָס האָט געהאַט אַ השפּעה אויף אַ סך אַנדערע לשונות. דאָס הײַנטיקע וואָרט איז טאַקע orange, אָבער ווען די פּרי האָט זיך באַוויזן מיט הונדערטער יאָרן צוריק האָט מען געזאָגט pomme d’orange ׳עפּל פֿון (דער שטאָט) אָראַנזש׳ — אַ שטאָט וואָס דורך איר פֿלעגט מען אימפּאָרטירן דעם מאַראַנץ. (ווי מיר ווייסן, גיט מען זייער אָפֿט אַ נאָמען אַ נײַ-אָנגעקומענער פּרי אָדער גרינוואַרג מיטן וואָרט ׳עפּל׳, אַזוי ווי, למשל, דאָס פֿראַנצויזישע pomme de terre מיטן עבֿריתּישן "תּפּוח-אדמה״ ׳קאַרטאָפֿל׳.) דער פּאַטלעזשאַן איז אַ גליד פֿון דער משפּחה Solanaceae — אויף ייִדיש — "נאַכטשאָטנדיקע". ר׳איז אַ קרובֿ נישט נאָר פֿונעם נאַכטשאָטן, נאָר אויך פֿונעם קאַרטאָפֿל און פֿונעם פּאָמידאָר; אויך גלידער פֿון דער משפּחה. אָבער דער פּאַטלעזשאַן איז נישט געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, נאָר אין אינדיע. טשיקאַווע, וואָס אַזוי ווי אַ פּאָמידאָר, האַלט מען דעם פּאַטלעזשאַן פֿאַר אַ מין גרינוואַרג. אָבער לויט דער באָטאַניק איז ער גאָר אַ פֿרוכט, פּינקטלעכער — אַ יאַגדע! די קערעלעך האָבן אַ ביטערן טעם וואָס איז ענלעך צו טאַביק, אויך אַ גליד פֿון די נאַכטשאָטנדיקע. פֿון וואַנען נעמט זיך דער נאָמען "פּאַטלעזשאַן"? לויט די לינגוויסטישע מקורים איז דער אָבֿי-אָבֿות פֿונעם וואָרט דאָס סאַנסקריטישע vatinganah, וואָס דאָס שטאַמט פֿון אַ שורש טײַטש ׳בינדן׳. דאָס דאָזיקע וואָרט איז אַרײַן אין פּערסיש און געוואָרן badengan. פֿון פּערסיש איז ס׳וואָרט אַריבער צו די שכנישע אַראַבער, וואָס רעדן עס אַרויס badendzhan — אין אַראַביש, חוץ אין צפֿון-מיצרישן דיאַלעקט, איז נישטאָ קיין קלאַנג g. נאָך דעם האָבן די איראַנער דאָס וואָרט צוריק איבערגענומען פֿון אַראַביש, שוין מיטן אַרויסרעד badendzhan. (ערטערווײַז איז דאָס וואָרט אויך טײַטש ׳פּאָמידאָר׳.) נישט איין מאָל האָט מען דעם שרײַבער פֿון די שורות געפֿרעגט ווי מע זאָגט אויף ייִדיש watermelon. "אַרבוז״, זאָג איך. "עט, דאָס איז אַ רוסיש וואָרט״, ענטפֿערט מען מיר. וואָס זשע טענה איך צוריק? יאָ, אין ייִדיש איז דאָס וואָרט טאַקע אַרײַן פֿון רוסיש. אָבער דאָס איז דאָך בלויז איין שטאַפּל. צו די רוסן איז דאָס וואָרט אַרײַן פֿון טערקיש אָדער אַ קרובֿיש לשון ווי, למשל, טאָטעריש; אין טערקיש — פֿון פּערסיש; אין פּערסיש — אפֿשר פֿון נאָך ווײַטער אויף מיזרח, ווײַל ס׳איז פֿאַראַן אַזש אין מאָנגאָליש. (אַגבֿ, איז דאָס פּערסישע kharbuz טײַטש ׳דינקע׳, נישט ׳אַרבוז׳; ס׳איז אין דער אמתן אַ צונויפֿהעפֿט טײַטש ׳אייזל-אוגערקע׳!) חוץ דעם רוסישן arbuz זענען פֿאַראַן אויך דאָס טערקישע און דאָס בולגאַרישע karpuz, דאָס גרעקישע karpuzi, דאָס הינדישע tarbuz, דאָס מאָנגאָלישע tarbas און — דאָס אוקראַיִנישע harbuz. אַזוי ווי מיר שרײַבן די שורות אום פּסח ווילט זיך פֿרעגן: מה נשתּנה? מיט וואָס איז דאָס אוקראַיִנישע וואָרט אַנדערש פֿון די פֿריִערדיקע? דערמיט וואָס ס׳איז גאָר טײַטש ׳דיניע; pumpkin׳. ווײַנטרויבן עסט דער מענטש שוין טויזנטער יאָרן; און ווײַן טרינקט ער אויך כּמעט אַזוי לאַנג. ווײַן מאַכט מען אין אַ היפּשן חלק אייראָפּע: פּאָרטוגאַל, שפּאַניע, איטאַליע, (דרום-)פֿראַנקרײַך, (דרום-)דײַטשלאַנד, גרעקנלאַנד, אונגערן, רומעניע, מאָלדאָווע, גרוזיע. אין די שייכדיקע לשונות זענען די ווערטער פֿיל-ווינציקער אידענטיש. נאָר דאָ איז דאָ אַ פּאַראַדאָקס פֿון דער לינגוויסטיק: אויב אין אַזוי פֿיל לשונות — ווי אויך דאָס לשון-קודשדיקע "יין" — זענען די ווערטער אידענטיש, וואָלט דעם הדיוט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז אַ סימן קרובֿישאַפֿט צווישן די לשונות. דעם שפּראַך-היסטאָריקער, אָבער, פֿאַלט אײַן עפּעס אַנדערש — אַז דאָס איז גיכער אַ ראַיה, אַז די לשונות האָבן זייערע אַלע ווערטער אַנטליגן פֿונעם זעלבן מקור. פֿאַר וואָס? וואָרן אויב דאָס וואָלטן געווען קרובֿישע ווערטער, וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט דורך הונדערטער צי טויזנטער יאָרן פֿון איין אָבֿ, וואָלטן זיי נישט געווען אידענטיש, נאָר בלויז ענלעך = אַ שטייגער, די ווערטער פֿאַר ׳ברודער׳ איבער דער אינדאָאייראָפּעיִשער משפּחה: דײַטשיש Bruder, ענגליש brother, לאַטײַניש frater, גרעקיש frater (׳מאָנאַך׳), רוסיש brat, סאַנסקריטיש bhratar אאַז״וו. די פֿאָרשערס רעכענען אַזוי: די ווערטער פֿאַר ׳ווײַן׳ נעמען זיך אַלע פֿון אַ לשון וואָס מע האָט גערעדט אין דרום-אייראָפּע מיט טויזנטער יאָרן צוריק, נאָך איידער אויפֿן קאָנטינענט האָבן זיך באַוויזן די אינדאָאייראָפּעער. דורך די רוימער האָט זיך דאָס וואָרט ווײַט צעשפּרייט, נאָך ווײַטער ווי די שטחים וווּ מע מאַכט ווײַן: פֿון איין זײַט ביז אירלאַנד און וויילס, פֿון דער אַנדערער — ביז רוסלאַנד, גרוזיע און ארץ-ישראל. (ס׳איז, אָבער, נישט דערגאַנגען ביז אינדיע און איראַן, אַ פּנים, ווײַל דאָרטן איז ווײַן נישט געווען קיין אָנגענומענער געטראַנק.) די פֿײַג איז אַ טשיקאַווע פֿרוכט. דער מין איז Ficus, דאָס לאַטײַנישע וואָרט פֿאַר ‘פֿײַג’, אויף ייִדיש "פֿיקוס"; דער פֿײַגנבוים, וואָס פֿון אים נעמט זיך די פֿרוכט וואָס מע עסט, איז אויף לאַטײַניש Ficus carica. לויט די מקורים נעמט זיך Ficus פֿונעם לשון-קודשדיקן "פג" ׳נישט-צײַטיקע פֿײַג׳. Carica, ווידער, נעמט זיך פֿון Caria, אַ רוימישע פּראָווינץ וואָס איז איצט אַ טייל פֿון טערקײַ. אויף ענגליש איז דער פּינקטלעכער אַדעקוואַט common fig. פֿון לאַטײַניש נעמען זיך ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע טערמינען: ענגליש fig, פֿראַנצויזיש figue, פּאָרטוגאַליש figo, שפּאַניש higo, איטאַליעניש fico, דײַטשיש Feige, פּויליש און סלאָוואַקיש figa, טשעכיש fík. אויף רוסיש זאָגט מען inzhyr, וואָס איז אַן אַנטלײַ פֿון טערקישן incir. אין לשון־קודש זאָגט מען "תּאנה", פֿון סעמיטישן אָפּשטאַם; דער פֿײַגנבוים שטאַמט דאָך פֿונעם מיטעלן מיזרח, איז נישט קיין חידוש, וואָס ער ווערט דערמאָנט נאָך אין ספֿר בראשית: ווען אָדם הראשון און די מוטער חוה האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז זיי זענען נאַקעט (כ׳בעט איבער אײַער כּבֿוד!) און דאַרפֿן זיך שעמען דערמיט, האָבן זיי זיך דאָך צוגעדעקט מיט פֿײַגנבלעטער. אויך אין דער ייִדישער אידיאָמאַטיק איז פֿאַרטראָטן די פֿײַג. אָט זאָגט מען דאָך "האָבן/קריגן/געבן אַ פֿײַג׳, וווּ ס׳איז טײַטש ׳גאָרנישט׳. אויף ענגליש און אַנדערע לשונות איז דאָ עפּעס ענלעכס: I don’t give a fig ׳מיך אַרט עס אין גאַנצן נישט׳; פּויליש figa z makiem ׳אַ פֿײַג מיט מאָן, דאָס הייסט, גאָרנישט מיט נישט׳. הײַנט דער גראָבער זשעסט, וואָס ס׳הייסט "(אַרויס)שטעלן/ווײַזן אַ פֿײַג״, וואָס האָט עקוויוואַלענטן אין פֿראַנצויזיש, פּאָרטוגאַליש, פּויליש אאַז״וו, און וואָס וואַקסט, אַ פּנים, פֿון איטאַליעניש. כאָטש מיר האָבן נאָך נישט אויסגעשעפּט דעם גאַנצן "זאַפּאַס״ אַמעריקאַנער געוויקסן, וואָלטן מיר איצטער געוואָלט אַריבערגיין אויף אַ טעמע וואָס מיר האָבן דערמאָנט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל, דעם מין קוקומיס, וואָס ער נעמט אַרײַן, למשל, אוגערקעס און דינקעס. די אוגערקע האָט אַליין אַ טשיקאַווע געשיכטע. בײַם אַרומרעדן דעם קאַבאַק האָבן מיר שוין דערמאָנט, אַז אויף עבֿרית רופֿט מען די אוגערקע "מלפֿפֿון", כאָטש אין די תּנ״כישע צײַטן האָט זי גאָר געהייסן "קישוא". נאָר לאָמיר איבערלאָזן דעם בן-מלך און זיך אומקערן צו דער בת-מלכּה. קודם-כּל, פֿון וואַנען נעמט זיך די אוגערקע? פֿון דרום־מיזרח־אַזיע, וווּ מע האָט געפֿונען רעשטלעך אוגערקע-קערעלעך וואָס שטאַמען פֿון קנאַפּע 10,000 יאָר צוריק. זי האָט זיך צעשפּרייט איבער דרום-אַזיע און נאָך דעם — איבער דרום־אייראָפּע. די אוגערקע איז די פֿרוכט פֿון אַ ווײַנשטאָק, אָבער האָט נישט דעם טעם פֿון אַ פֿרוכט — אין דער אמתן, האָט זי בכלל אַ שוואַכן טעם, ווײַל זי באַשטייט 90% פֿון וואַסער. חוץ דעם, האָט זי כּמעט נישט קיין וויטאַמינען. נעמט זי אָן דעם טעם פֿון מיט דעם, מיט וואָס מען פֿאַרפּראַוועט זי — אַ שטייגער: פֿונעם קנאָבל, קריפּ/קראָפּ (dill בלעז) און ראָסל בײַם זײַערן. מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק האָט אוריאל ווײַנרײַך ע״ה אָפּגעדרוקט אַן אַרבעט Is a structural dialectology possible?. וואָס האָט ער דערמיט געוואָלט אַרויסברענגען? אַז ס׳איז נישט גענוג בלויז אָנצוּווײַזן, אַז אין ליטווישן ייִדיש זאָגט מען, למשל, אויף bottom "דעק", אין פּוילישן ייִדיש "באָדעם" און אין אוקראַיִנישן ייִדיש — "דנאָ". מע מוז אויך וויסן, אַז אין די אַנדערע דיאַלעקטן איז יאָ דאָ אַ וואָרט "דעק", אָבער ס׳איז דווקא טײַטש cover — דאָס הייסט, דאָס אייבערשטע, נישט דאָס אונטערשטע. און אַז דאָס פּויליש-ייִדישע "באָדעם" קערט זיך עטימאָלאָגיש אָן מיטן וואָרט "בוידעם" — וואָס ס׳מיינט דאָס אייבערשטע, נישט דאָס אונטערשטע — דאַרף מען אויך האָבן אין זינען. מיט איין וואָרט, מע מוז זען דאָס וואָרט ווי אַ טייל פֿון אַ סטרוקטור, נישט ווי אַן איינציק וואָרט. ווייסן מיר, אַז טייל ייִדיש-רעדערס זאָגן אויף pumpkin "דיניע" און אַנדערע, ווידער, זאָגן "קאַבאַק". טאָרן מיר מיט דעם זיך נישט באַנוגענען, נאָר מיר מוזן ווײַטער פֿרעגן, אַז דאָרטן וווּ "דיניע" איז pumpkin, וואָס זשע איז דער טײַטש "קאַבאַק"? און פֿון דער אַנדערער זײַט, דאָרטן וווּ "קאַבאַק" איז טײַטש pumpkin, וואָס זשע איז דער טײַטש "דיניע"? איז האָבן מיר צוויי באַזונדערע מינים (genus בלע״ז). וויפֿל האָבן מיר זגאַלן (species בלע״ז)? אין זײַן "געוויקסן-וועלט אין ייִדיש" רעכנט מרדכי שעכטער אויס צוועלף זגאַלן וויקע, אָבער בלויז דרײַ באַשטייען פֿון באָב: 1. רוסישער באָב, אָדער ביב — אויף לאַטײַניש Vicia faba. (אויף רוסיש זאָגט מען טאַקע bob, אויף אוקראַיִניש bib.) דאָס איז, ווי געזאָגט, דער פֿאַרשפּרייטסטער אייראָפּעיִשער באָב; אויף ענגליש broad bean, און ס׳איז טאַקע ברייטער ווי די אַנדערע; 2. קליינע בעבלעך, אויף ענגליש איז נישט צו געפֿינען קיין עקוויוואַלענט! און 3. שוואַרצער באָב, אויף ענגליש common vetch. (די ענגלישע black beans זענען נישט די, נאָר פֿאַסאָליעס.) איידער מיר נעמען זיך צו די ייִדישע טערמינען איז כּדאַי, קודם־כּל, זיך פֿונאַנדערצוקלײַבן אין די ייִדישע ווערטער "קאָרן" און "קערן". די־אָ ווערטער נעמען זיך פֿון דײַטש, וווּ ביידע זענען טײַטש קערן — דאָס צווייטע איז טאַקע אַ דעריוואַט פֿונעם ערשטן. אויף ייִדיש און צום טייל אויף דײַטש איז דער טײַטש פֿונעם ערשטן פֿאַרשמעלערט געוואָרן פֿון סתּם תּבֿואה־קערן ביז rye (דאָס געוויינטלעכע דײַטשישע וואָרט פֿאַר rye איז Roggen, פֿונעם זעלבן אָפּשטאַם וואָס rye און אַפֿילו ס׳רוסישע rozh). וואָס שייך דעם ענגלישן וואָרט corn איז אַזוי: אינעם אַמעריקאַנער ענגליש איז דאָס וואָרט אויך פֿאַרשמעלערט געוואָרן אויף קוקורוזע; אין בריטישן ענגליש איז געבליבן דער עלטערער טײַטש תּבֿואה בכלל. איבער דעם איז זייער וואָרט פֿאַרן געוויקס Zea mays טאַקע maize, וואָס דאָס איז אַרײַן אין ענגליש, דורך שפּאַניש, פֿונעם לשון פֿון די קאַריבן, אַן אינדיאַנער פֿאָלק פֿון די קאַריבישע אינדזלען. דאָס זעלבע צו הערן וועגן פֿראַנצייזיש (maïs), איטאַליעניש (mais) און דײַטשיש (Mais). |