דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

נאָך אַן אַמעריקאַנער געוויקס אין דער משפּחה אַמעריקאַנער געוויקסן הייסט אויף לאַטײַניש Zea mays, אויפֿן בריטישן ענגליש maize, אויפֿן אַמעריקאַנישן ענגליש corn און אויף ייִדיש "קוקורוזע", אָדער "פּאַפּשוי". שטאַמען שטאַמט עס פֿון צענטראַל-אַמעריקע; ווען ס׳האָבן זיך באַוויזן די אייראָפּעער אין דער נײַער וועלט איז עס שוין געווען פֿאַרשפּרייט איבער צפֿון- און דרום-אַמעריקע. בײַם הײַנטיקן טאָג עסט מען עס אויף אַלע קאָנטינענטן און ס׳איז איינס פֿון די דרײַ וויכטיקסטע מינים תּבֿואה, צוזאַמען מיט רײַז און ווייץ.
איידער מיר נעמען זיך צו די ייִדישע טערמינען איז כּדאַי, קודם־כּל, זיך פֿונאַנדערצוקלײַבן אין די ייִדישע ווערטער "קאָרן" און "קערן". די־אָ ווערטער נעמען זיך פֿון דײַטש, וווּ ביידע זענען טײַטש קערן — דאָס צווייטע איז טאַקע אַ דעריוואַט פֿונעם ערשטן. אויף ייִדיש און צום טייל אויף דײַטש איז דער טײַטש פֿונעם ערשטן פֿאַרשמעלערט געוואָרן פֿון סתּם תּבֿואה־קערן ביז rye (דאָס געוויינטלעכע דײַטשישע וואָרט פֿאַר rye איז Roggen, פֿונעם זעלבן אָפּשטאַם וואָס rye און אַפֿילו ס׳רוסישע rozh).
וואָס שייך דעם ענגלישן וואָרט corn איז אַזוי: אינעם אַמעריקאַנער ענגליש איז דאָס וואָרט אויך פֿאַרשמעלערט געוואָרן אויף קוקורוזע; אין בריטישן ענגליש איז געבליבן דער עלטערער טײַטש תּבֿואה בכלל. איבער דעם איז זייער וואָרט פֿאַרן געוויקס Zea mays טאַקע maize, וואָס דאָס איז אַרײַן אין ענגליש, דורך שפּאַניש, פֿונעם לשון פֿון די קאַריבן, אַן אינדיאַנער פֿאָלק פֿון די קאַריבישע אינדזלען. דאָס זעלבע צו הערן וועגן פֿראַנצייזיש (maïs), איטאַליעניש (mais) און דײַטשיש (Mais).
מיט ענגליש זענען מיר, אָבער, נאָך נישט פֿאַרטיק. פּונקט ווי corn, איז חוץ אַמעריקע דאָס וואָרט פֿאַר׳ תּבֿואה, איז דאָס אַמעריקאַנער וואָרט grain — אַ לײַוואָרט פֿון פֿראַנצייזיש, וואָס איז פֿון דער זעלבער עטימאָלאָגיע וואָס "קאָרן" און "קערן"! הייסט עס, אַז פּונקט ווי אויף ייִדיש — וווּ, לויטן אָנווײַז פֿון אוריאל ווײַנרײַך, האָבן מיר ווערטער־פּאָרלעך פֿון דער זעלבער עטימאָלאָגיע ("קאָרט" און "קאַרטע", "עליה" אין שיל און "עליה" קיין ישׂראל) האָט מען דאָס אויף ענגליש אויך. אויך מיטן רוסישן zerno און פּוילישן ziarno, ביידע טײַטש קערן, קערן זיי זיך אָן. (די ווערבן "קערן" sweep און "קערן" belong זענען דאָ נישט שייך.)
דאָס אַלץ איז שייך צו "קאָרן" און "קערן", וואָס אויף ייִדיש, אַנדערש פֿון ענגליש, זענען זיי נישט טײַטש Zea mays. אויף ייִדיש הייסט דאָס דאָזיקע געוויקס, קודם־כּל, "קוקורוזע" — אַזוי ווי אויף טשעכיש (kukuřice), סלאָוואַקיש (kukurica), פּויליש (kukurydza), אוקראַיִניש (kukurudza), רוסיש (kukuruza), אונגעריש (kukorica), אַפֿילו טערקיש (kokoroz). צו ייִדן האָט עס געקענט אָנקומען דורך רוסיש.
לויט די ווערטערביכער איז די עטימאָלאָגיע נישט קלאָר — אפֿשר פֿון אַלט־סלאַוויש, אפֿשר פֿון טערקיש. דאָס וואָס דער לעצטער קאָנסאָנאַנט איז טייל מאָל ז, טייל מאָל דז און טייל מאָל צ רופֿט שוין אַרויס דעם חשד, אַז דאָס געוויקס, און במילא דאָס וואָרט, איז אָנגעקומען קיין מיזרח־אייראָפּע מיט פֿאַרשיידענע וועגן. לויט די אונגערישע מקורים איז דאָס אַ "וואַנדערוואָרט", וואָס ס׳געפֿינט זײַן אייגענעם וועג אין פֿאַרשיידענע לענדער און לשונות; לויט די רוסישע, איז דאָס געוויקס אַרײַן אין מיזרח־אייראָפּע דורך די באַלקאַנען (אַזוי ווי דער אַמעריקאַנער פֿעפֿער), אַ פּנים, פֿון טערקײַ — דערפֿון האָבן זיך גענומען די עלטערע טערמינען "טערקישער ווייץ" (ייִדיש), turetskaya pshenitsa (רוסיש), turecké žito און turkynĕ (טשעכיש), turkyňa (סלאָוואַקיש) און נאָך. נאָך מער טשיקאַווע איז דאָס, וואָס דאָס טערקישע kokoroz מיינט דעם זאַנג; דאָס געוויקס הייסט אויף טערקיש גאָר mısır מצרים! בײַ קאַרטאָפֿל האָבן מיר געזען, אַז דער נאָמען פֿון אַ נײַ געוויקס נעמט זיך אָפֿט מאָל פֿונעם לאַנד דורך וואַנען ער איז אָנגעקומען, כאָטש מיטן אָפּשטאַמלאַנד האָט עס נישט קיין שײַכות; אַז מע וועט אַרומרעדן דעם אינדיק, וועט מען עס נאָך קלאָרער זען.
דאָס וואָרט "קוקורוזע" — נישט דאָס געוויקס! — קער זיך אויך אָן מיטן טשעכישן kokořík ‘שלמה־המלכס זיגל; Solomon’s seal; מיטן בולגאַרישן kukuryak ניסוואָרצל; hellebore און מיטן פּוילישן kokorzyk אַהרנס שטעקן; arum’. ס׳נישט קיין גרינגע מעשׂה!
דער צווייטער ייִדישער טערמין איז "פּאַפּשוי", וואָס נעמט זיך פֿון רומענישן păpuşoi און איז פֿאַרשפּרייט אויף ייִדיש דער עיקרשט אין רומעניש־שפּראַכיקע מקומות — בוקעווינע, באַסאַראַביע, רומעניע. די עטימאָלאָגיע דערפֿון איז, אַ פּנים, păpuşă ליאַלקע.
איצט האָט זיך באַוויזן נאָך אַ וואָרט: זוכנדיק עפּעס אַנדערש האָבן מיר זיך צופֿעליק אָנגעשטויסן אינעם וואָרט "קיקע". אינעם ערשטן באַנד "ייִדישע שפּראַך" פֿון יאָר 1941 האָט אַ ייִד פֿון מאָליעווער געגנט, מיזרח-רײַסן, געשריבן אין אַ בריוו אין רעדאַקציע, אַז בײַ אים אין דער היים איז נישט געווען באַקאַנט דאָס וואָרט "באַר" צי "באַרנע" (pear), נאָר "גדויל"; נישט "קוקורוזע" (און אַוודאי נישט "פּאַפּשוי"), נאָר "קיקע".
אַחרון אַחרון: דאָס וואָרט אינעם הײַנטיקן עבֿרית איז "תירס" (אַרויסגערעדט /טיראַס/). פֿון וואַנעט זשע נעמט זיך עס? אין תּנ״ך איז תּירס דער זון פֿון יפֿת און דאָס אייניקל פֿון נח הצדיק; דער נאָמען ווערט באַניצט אין דער גמרא מיטן טײַטש טראַקיע (דער ראַיאָן אין צפֿון-מיזרח-גריכנלאַנד, דרום-מיזרח-בולגאַריע און צפֿון-מערבֿ-טערקײַ — אויף ענגליש Thrace). אַז ס׳זענען אָנגעקומען די טערקן קיין אייראָפּע, האָט מען דעם נאָמען "תּירס" אַריבערגעטראָגן צו זיי. (אויך דער נאָמען "אַשכּנז", למשל, נעמט זיך פֿון אַ תּנ״כישן פּערזאָנען-נאָמען און איז ערשט אַ סך שפּעטער געוואָרן אַ געאָגראַפֿישער נאָמען.) איז אַ קאַצנשפּרונג פֿון טערקײַ צו טערקישער ווייץ/קוקורוזע.