דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די איצטיקע טעמע אונדזערע איז דער פֿעפֿער. נאָר פֿעפֿער צו פֿעפֿער איז נישט גלײַך. פֿאַראַן, קודם־כּל, דער שוואַרצער פֿעפֿער און זײַנע קרובֿים, וואָס שטאַמען פֿון מיזרח־אַזיע ("וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט"); דאָס איז באַקאַנט אין אייראָפּע שוין טויזנטער יאָרן, בשעת דער זיסער און שאַרפֿער פֿעפֿער ("טשילי"), וואָס שטאַמען פֿון דרום־אַמעריקע, זענען זיך רעלאַטיוו שפּעט צעגאַנגען איבער דער וועלט. דער אַזיאַטישער פֿעפֿער הייסט אויף לאַטײַניש Piper, דער אַמעריקאַנער — Capsicum. די עטימאָלאָגיע פֿון די ווערטער? Piper מיינט דאָך "פֿעפֿער"; דאָס לאַטײַנישע וואָרט שטאַמט פֿונעם גריכישן peperi, וואָס דאָס קער זיך אָן מיטן סאַנסקריטישן pippali.
מע רעכנט, אַז אויך דאָס עבֿריתּישע "פּלפּל" (אַרויסגערעדט — "פּילפּעל") און דאָס אַראַבישע "פֿילפֿיל" נעמען זיך פֿונעם סאַנסקריטישן, דורך פּערסיש און אַראַמ(ע)יש. פֿאַר וואָס איז "פּלפּל", נישט "פפל"? ווײַל אין די־אָ לשונות איז אוממעגלעך אַ שורש וואָס הייבט זיך אָן מיט צוויי די זעלבע קאָנסאָנאַנטן, פֿאַרענטפֿערט מען דאָס דורך צוגעבן אַ פֿערטן קאָנסאָנאַנט וואָס איז גלײַך מיטן ערשטן. דערפֿון קומט אַרויס אַזאַ וואָרט ווי "פּילפּול" — וואָס נעמט זיך פֿון דעם שורש "פלל" (אָבער האָט נישט קיין שײַכות צו דעם וואָס ס’מיינט "פֿעפֿער").
Capsicum, ווידער, נעמט זיך פֿונעם לאַטײַנישן capsa "קעסטל", ווײַל אַ פֿעפֿערל איז אין תּוך אַרײַן אַ שויט וואָס האַלט אין זיך קערעלעך, אַזוי ווי אין אַ קעסטל.
פֿון גריכיש־לאַטײַנישע וואָרצלען נעמען זיך, דירעקט אָדער אומדירעקט, כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע טערמינען: פֿראַנצייזיש poivre (שוואַרצער פֿעפֿער) און poivron

פֿאַרשײדנס
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


די מעשׂה פֿונעם קאַרטאָפֿל איז אַזאַ, וואָס וועגן אים האָט מען אָנגעשריבן גאַנצע ביכער. שטאַמען שטאַמט ער פֿון דרום־אַמעריקע — פּערו. קיין אייראָפּע איז ער, אַזוי ווי דער פּאָמידאָר, אָנגעקומען נאָך קאָלאָמבוסן, אַ דאַנק די שפּאַניער וואָס האָבן אײַנגענומען די אימפּעריע פֿון די אינקאַס. ווי מיר האָבן שוין געשריבן, זענען די ביידע גרינסן פֿון איין משפּחה מיט נאַכטשאָטן און אַנדערע סמיקע געוויקסן, האָט מען אויפֿן קאַרטאָפֿל אויך באַלד געוואָרפֿן אַן אומחן. קומט אויס, אַז אין דער צווייטער העלפֿט 18טן יאָרהונדערט האָט דער פֿראַנצייזישער וויסנשאַפֿטלער פּאַרמאַנטיע (Parmentier) געזען, אַז אין פֿראַנקרײַך זאָל זיך דאָס פֿאָלק צוכאַפּן דערצו. ווי אַזוי? ער האָט פֿאַרזעצט קאַרטאָפֿל אין די אַריסטאָקראַטישע גערטנער און געהייסן, מע זאָל די פֿלאַנצן שטרענג באַוואַכן. כאָטש די אַריסטאָקראַטיע האָט פֿונעם קאַרטאָפֿל דווקא נישט געהאַלטן, האָט דער המון פֿאַרשטאַנען, אַז קאַרטאָפֿל איז טאַקע דאָס וואָס זיי דאַרפֿן; און בשעת די דאָרטיקע שומרים פֿלעגן זיך פֿאַרקוקן אין אַ זײַט, האָט מען קאַרטאָפֿל אַרויסגעגנבֿעט. צו אַ גיכער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דעם געוויקס האָט נאָך צוגעשפּילט דער גרויסער הונגער אין אייראָפּע אין 1770, ביז ס’איז געוואָרן די עיקרדיקע שפּײַז איבער אַ היפּשן שטח — למשל, סײַ אין אירלאַנד און סײַ אין רוסלאַנד.

פֿאַרשײדנס
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


נישט איין מאָל האָט מײַן לערער און מורה־דרך, ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה, זיך באַקלאָגט וועגן אַ קרענק וואָס ער האָט אָנגערופֿן, בלויז האַלב אויף קאַטאָוועס, "היפּערטראָפֿיאַ עטימאָלאָגיסטיקאַ" (לײַטיש מאַמע־לשון, זז’ 219־222), אַנדערש געזאָגט, דאָס וועלן כּסדר צעגלידערן מאַמע־לשון אויף זײַנע היסטאָרישע קאָמפּאָנענטן — דײַטש, לשון־קודש, סלאַוויש. "אַ ייִד וואָס לײַדט פֿון דער קרענק — זאָגט ער — זעט נישט ייִדיש ווי אַ גאַנצקייט, נאָר ווי אַ קופּע דײַטשע, העברעיִשע, פּוילישע און רוסישע ווערטער".
פֿונדעסטוועגן מיין איך, אַז שעכטער וועט מיר מוחל זײַן אויף יענער וועלט, אויב איך וועל דאָ אינעם "פֿאָרווערטס" זיך אָפּגעבן מיט עטימאָלאָגיע, מיטן אָפּשטאַם פֿון ווערטער. נישט ווײַל איך האַלט, אַז ייִדיש איז נישט קיין גאַנצקייט, נאָר פּונקט פֿאַרקערט, ווײַל אויב מע פֿאַרשטייט ווי אַזוי ס’אַנטוויקלען זיך שפּראַכן, פֿאַרשטייט מען שוין במילא, ווי אַזוי יעדע שפּראַך נעמט פֿון דער פֿרעמד און בלײַבט פֿאָרט אַ שפּראַך פֿאַר זיך.
פֿאַראַן אַ צוגאַנג אין דער פֿילאָלאָגיע וואָס הייסט "ווערטער און זאַכן" (אויף דײַטש: ). לויט דעם צוגאַנג דאַרף מען האָבן אין זינען נישט בלויז די ווערטער, נאָר אויך די זאַכן וואָס זיי רעפּרעזענטירן. וואָלט איך געוואָלט זיך אָפּגעבן, קודם־כּל, מיט באַקאַנטע זאַכן, אַרומרעדן זייערע וועגן — ווײַל זאַכן האָבן זייערע אייגענע וועגן — און זען, ווי אַזוי דאָס האָט משפּיע געווען אויפֿן ייִדישן וואָרט. דערבײַ וועלן מיר אויך זען, ווי אַזוי דאָס האָט משפּיע געווען אויף אַנדערע שפּראַכן.