נישט איין מאָל האָט מײַן לערער און מורה־דרך, ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה, זיך באַקלאָגט וועגן אַ קרענק וואָס ער האָט אָנגערופֿן, בלויז האַלב אויף קאַטאָוועס, "היפּערטראָפֿיאַ עטימאָלאָגיסטיקאַ" (לײַטיש מאַמע־לשון, זז’ 219־222), אַנדערש געזאָגט, דאָס וועלן כּסדר צעגלידערן מאַמע־לשון אויף זײַנע היסטאָרישע קאָמפּאָנענטן — דײַטש, לשון־קודש, סלאַוויש. "אַ ייִד וואָס לײַדט פֿון דער קרענק — זאָגט ער — זעט נישט ייִדיש ווי אַ גאַנצקייט, נאָר ווי אַ קופּע דײַטשע, העברעיִשע, פּוילישע און רוסישע ווערטער".
פֿונדעסטוועגן מיין איך, אַז שעכטער וועט מיר מוחל זײַן אויף יענער וועלט, אויב איך וועל דאָ אינעם "פֿאָרווערטס" זיך אָפּגעבן מיט עטימאָלאָגיע, מיטן אָפּשטאַם פֿון ווערטער. נישט ווײַל איך האַלט, אַז ייִדיש איז נישט קיין גאַנצקייט, נאָר פּונקט פֿאַרקערט, ווײַל אויב מע פֿאַרשטייט ווי אַזוי ס’אַנטוויקלען זיך שפּראַכן, פֿאַרשטייט מען שוין במילא, ווי אַזוי יעדע שפּראַך נעמט פֿון דער פֿרעמד און בלײַבט פֿאָרט אַ שפּראַך פֿאַר זיך.
פֿאַראַן אַ צוגאַנג אין דער פֿילאָלאָגיע וואָס הייסט "ווערטער און זאַכן" (אויף דײַטש: ). לויט דעם צוגאַנג דאַרף מען האָבן אין זינען נישט בלויז די ווערטער, נאָר אויך די זאַכן וואָס זיי רעפּרעזענטירן. וואָלט איך געוואָלט זיך אָפּגעבן, קודם־כּל, מיט באַקאַנטע זאַכן, אַרומרעדן זייערע וועגן — ווײַל זאַכן האָבן זייערע אייגענע וועגן — און זען, ווי אַזוי דאָס האָט משפּיע געווען אויפֿן ייִדישן וואָרט. דערבײַ וועלן מיר אויך זען, ווי אַזוי דאָס האָט משפּיע געווען אויף אַנדערע שפּראַכן.
לאָמיר נעמען אין זינען אַזעלעכע באַקאַנטע זאַכן ווי דאָס וואָס מיר עסן. אויב מיר ווילן פֿאַרשטיין די ווערטער וואָס מיר באַניצן פֿאַרן עסנוואַרג, מוזן מיר וויסן פֿון וואַנען ס’שטאַמט ס’עסנוואַרג אַליין. אַז מיר׳ן זיך אָפּגעבן, אַ שטייגער, מיטן פּאָמידאָר, מיטן קאַרטאָפֿל, מיטן שאָקאָלאַד, מוזן מיר האָבן אין זינען, אַז אַלע שטאַמען זיי פֿון צפֿון־ אָדער דרום־אַמעריקע; פּונקט אַזוי דאַרפֿן מיר וויסן, אַז אַרבוז צי מאַראַנץ צי אוגערקע — שטאַמען פֿון אַזיע.
אַ טשיקאַווער פֿאַקט: קינדער אין די וויגן ווייסן, אַז אין חומש האָט די מוטער חוה זיך געלאָזט פֿאַרפֿירן פֿון דער שלאַנג און געגעסן אַן עפּל, אויף לשון־קודש — תּפּוח. נאָר אין דער אמתן קען נישט זײַן, אַז דאָס וואָס די מוטער חוה האָט געגעסן, איז געווען אַן עפּל, נישט־געקוקט אויף דער מסורה "עפּל = תּפּוח". פֿאַר וואָס? וואָרן אין ארץ־ישׂראל וואַקסן נישט קיין עפּל, סײַדן מע זעט קינצלעך נאָכצומאַכן דעם פּאַסיקן קלימאַט — עפּל וואַקסן אין די קעלטערע מיטל־ און צפֿון־אייראָפּעיִשע ראַיאָנען. נאָר וואָס דען, אַזוי ווי דאָס סאַמע יסודותדיקע אייראָפּעיִשע אויפּס איז דער עפּל, האָט מען אין אייראָפּע געדרונגען, אַז דאָס האָט עס געמוזט זײַן דער "בעל־דבֿר" אין חומש. הייסט עס, אַז אין גן־עדן איז געוואָקסן אַזאַ בוים וואָס מע געפֿינט יאָ אין ארץ־ישׂראל, נישט קיין עפּל.
נישט נאָר דאָס, נאָר ווײַל דער עפּל איז די סאַמע באַקאַנטסטע און פֿאַרשפּרייטסטע פּרי, טרעפֿט זיך כּמעט יעדעס מאָל, אַז ס’איז אָנגעקומען עפּעס נײַעס קיין אייראָפּע, אַז מע האָט עס קודם אַ נאָמען געגעבן מיטן וואָרט "עפּל". ביז הײַנט הייסן קאַרטאָפֿל "ערדעפּל" אויף טייל אייראָפּעיִשע לשונות: פֿראַנצייזיש , עבֿרית "תפּוח־אדמה" (אין דעם פּרט איז עבֿרית בפֿירוש אַן אייראָפּעיִש לשון!), דײַטש (ערטערווײַז און תּקופֿותווײַז) , אַפֿילו ערדעפּל ערטערווײַז קאָן מען געפֿינען אויף ייִדיש; פּאָמידאָר הייסט אין תּוך אַרײַן "גאָלדעפּל".
לאָמיר זיך איצט אָפּשטעלן אויפֿן פּאָמידאָר. ווי שווער ס’זאָל נישט זײַן צו גלייבן, האָט די איטאַליענישע קיך עקסיסטירט שוין הונדערטער יאָרן, איידער ס’איז צו איר דערגאַנגען דער פּאָמידאָר, וואָס אַליין שטאַמט ער פֿון דרום־אַמעריקע. קיין אייראָפּע איז דער פּאָמידאָר אָנגעקומען פֿון מעקסיקע ערשט אין 16טן יאָרהונדערט. מיינט אָבער נישט, אַז אַפֿילו דעמאָלט האָט מען אים גלײַך פֿאַרזוכט — פֿאַרקערט, מע האָט געמיינט, אַז מע טאָר אים נישט עסן, ווײַל ער האָט אין זיך סם. דאָס איז נישט קיין ווילד אויסטראַכטעניש — מע האָט געזען, ווי ס’זענען קראַנק געוואָרן מענטשן און בהמות וואָס עסן פּאָמידאָר־בלעטלעך, נישט די פֿרוכט אַליין; די דעמאָלטיקע באָטאַניקערס האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דער פּאָמידאָר קער זיך אָן מיט די סמיקע געוויקסן "אַטראָפּע", "נאַכטשאָטן" און "שגעון־גראָז" (פֿון דער קרובֿישאַפֿט האָבן אויך בײַם אָנהייב געליטן דער קאַרטאָפֿל און דער פּאַטלעזשאַן). ביזן 19טן יאָרהונדערט האָט מען דאָ אין אַמעריקע נאָך געגלייבט, אַז דער פּאָמידאָר איז סמיק; ביז אונדזערע צײַטן האָבן אַ טייל ייִדן (ספּעציעל צפֿונדיקע — ליטווישע — וווּ דער פּאָמידאָר וואַקסט נישט) געהאַלטן, אַז דער פּאָמידאָר איז טריף, ווײַל זײַן זאַפֿט איז ענלעך צו בלוט. (דרומדיקע — אוקראַיִנישע — ייִדן האָבן יאָ געגעסן פּאָמידאָרן, וואָרן בײַ זיי איז ער יאָ געוואָקסן.)
* * *
וועגן די נעמען פֿונעם פּאָמידאָר איז אַזוי: אין מעקסיקע, בײַ די אַצטעקן, איז דאָס וואָרט אויף זייער לשון, נאַהואַטל — "טאָמאַטל". אַזוי ווי דעם אייראָפּעער איז שווער אַרויסצורעדן /טל/, איז פֿון דעם געוואָרן אויף שפּאַניש אויף פֿראַנצייזיש (אויף שפּאַניש רעדט מען אַרויס דעם , אויף פֿראַנצייזיש איז ער שטום), וואָס אויף ענגליש איז עס געוואָרן , פֿאַרשטייט זיך (אַ פּנים, ווײַל די ענגליש־רעדערס האָבן געהאַלטן, אַז דאָס קלינגט מער שפּאַניש!). אין ענגלאַנד איז דער אַרויסרעד /טאָמאַטאָ/, אין אַמעריקע — /טאָמייטאָ/. אין איטאַליע האָט ער זיך צום שטאַרקסטן אָנגענומען, פֿאַרשטייט זיך; פֿון דאָרטן איז ער אַריבער קיין פּוילן, אַ פּנים, נאָך זייער פֿרי — אין 17טן יאָרהונדערט. צוליבן קאָליר — די ערשטע פּאָמידאָרן זענען געווען געל, נישט רויט — האָט מען אים אין פֿאַרשיידענע לענדער אָנגערופֿן מיט וואַריאַנטן פֿון "גאָלדעפּל"; פֿון דעם איז געוואָרן אַ צווייטער נאָמען, "ליבע־עפּל". אין דעם אין שולדיק איטאַליעניש: פֿון "גאָלדעפּל" — — איז געוואָרן "ליבע־עפּל" , וואָס פֿון דעם האָט מען זיך אײַנגערעדט, אַז דער פּאָמידאָר רופֿט אַרויס ליבע...
* * *
צוריק צום ענין ייִדישע עטימאָלאָגיע: דאָס פּוילישע (מיטן אַקצענט אויף ) איז געוואָרן דאָס ייִדישע "פּאָמידאָר" (מיטן אַקצענט אויף ־דאָר). אויב, אָבער, אַ מענטש וואָס לײַדט, נעבעך, פֿון "היפּערטראָפֿיאַ עטימאָלאָגיסטיקאַ" פֿרעגט אײַך אַ מאָל ווי מע זאָגט אויף ייִדיש און אויף אײַער ענטפֿער — "פּאָמידאָר" — זאָגט ער, אַז דאָס איז פּויליש, קענט איר אים אָפּענטפֿערן, אַז ס’איז אמת, דאָס ייִדישע וואַקסט פֿון פּויליש, אָבער דאָס פּוילישע — פֿון איטאַליעניש. (בכלל האָט פּויליש אַ צאָל ווערטער פֿון איטאַליעניש, וואָס זענען דערנאָך אַרײַן אין ייִדיש: "פּאָמידאָר"; "סקאַרפּעטקע"/"שקאַרפּעטקע" — זאָק (מיטן אַקצענט אויף סקאַר־/שקאַר־), וואָס דער שרײַבער פֿון די שורות האָט געהערט, למשל, פֿון ראָוונער ייִדן, איז אויף פּויליש (אַקצענט אויף ), וואָס ס’קערט זיך אָן מיטן איטאַליענישן scarpa "שוך". (אַז אַ היפּשע צאָל רוסישע לײַווערטער אין ייִדיש זענען אין רוסיש גאָר לײַווערטער פֿון טערקיש וועט קומען צו רייד בײַ אַן אַנדער שעת־הכּושר.)
* * *
וואָס נאָך פֿאַר טשיקאַווע נעמען האָט דער פּאָמידאָר? אין דײַטשן ווערטערבוך שטייט , פֿון פֿראַנצייזיש; אָבער פֿאַראַן אויך אַ וואָרט — "גן־עדן־עפּל", וואָס פֿון דעם וואַקסט דאָס אונגערישע (דאָס דאָזיקע וואָרט איז אויך טײַטש סתּם "גן־עדן"), ווי אויך דאָס טשעכישע "גן־עדנדיקער עפּל", וואָס אין טאָג־טעגלעכן לשון איז עס געוואָרן "גן־עדנדל". אויף רומעניש איז דאָ סײַ , סײַ (פֿון טערקיש), סײַ roşie "רויטע", וואָס פֿונעם לעצטן נעמט זיך דאָס רומעניש־ייִדישע "רויטע" — "פּאָמידאָר". דאָס עבֿריתּישע "עגבניה" האָט מען אַרויסגעפֿירט פֿונעם שורש "עגב" — "ליב האָבן", אויפֿן מישקל פֿונעם אויבן דערמאָנטן .
* * *
אַ כּלל, אויף לשון בכלל און אויף מאַמע־לשון בפֿרט האָט אַ גרויסע השפּעה דער אָפּשטאַם פֿון דער זאַך, וואָס וועגן אים רעדט זיך. דאָ האָבן מיר געכאַפּט אַ קוק בלויז אויף איין קורץ קאַפּיטעלע פֿון אַ לאַנגער־לאַנגער מעשׂה.