ליטעראַטור

נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)



5

אומגעדולדיקע סיגנאַלן פֿון אויטאָס האָבן זיך געהערט הינטער דעם אויטאָ, אין וועלכן בעלאַ איז געפֿאָרן, ריכטיקער, געשטאַנען. זי האָט זיך געכאַפּט, אַז דאָס פֿײַפֿט מען צו איר, ווײַל דאָס ליכט האָט זיך שוין געביטן פֿון “רויט" אויף “גרין", און זי רוקט זיך נאָך אַלץ נישט פֿונעם אָרט. אַ גרויע "סובאַראָ" וואָס איז געפֿאָרן אין דער פֿאַרקערטער זײַט, האָט זיך לעבן איר פֿאַרהאַלטן און אַ טונקל־מאָגער פּנים מיט אַ קליינער שוואַרצער יאַרמלקע אויפֿן שפּיץ־קאָפּ האָט זיך אַרויסגעשטופּט פֿונעם פֿענצטערל און בעלאַ האָט דערהערט: “מיסיס, וואָס וואַרט איר? גרינער וועט שוין נישט זײַן!" זי האָט זיך צעלאַכט: און טאַקע, וואָס וואַרט זי? זי איז שוין זיכער אין באָראָ־פּאַרק. בעלאַ האָט פֿאַרקערעוועט צו דער 13טער עוועני, ווי ס’האָט איר דערקלערט דוד, און גאָר אין גיכן, האָט זיך פֿון דער רעכטער זײַט באַוויזן אַ גרויסע בלויע וויוועסקע, וואָס האָט שיִער נישט אויסגעשריִען — “Stern’s Bakery".
אין דער בעקערײַ האָט בעלאַ זיך לאַנג נישט פֿאַרהאַלטן. אַ סימפּאַטישע פֿרוי האָט איר באַלד אַרויסגעטראָגן אַ גרויסע פּושקע, זי אויפֿגעמאַכט, בעלאַ זאָל דעם טאָרט זען. שיין באַפּוצט, איז אין מיטן עפּעס אָנגעשריבן געווען, זעט אויס, אויף העברעיִש. די פֿרוי האָט באַמערקט בעלאַס ווײַליקע צעמישטקייט און איידל דערקלערט אויף ענגליש: “די צוויי אותיות מיינען — 30, און דאָ איז אָנגעשריבן ׳מזל־טובֿ׳" בעלאַ האָט זי באַדאַנקט און געבעטן איר אײַנפּאַקעווען נאָך צוויי “קוקיס", מיט פֿאַרשיידנקאָליריקע שפּרענקלעך פֿאַר די אייניקלעך.
זי האָט פֿאַרלאָזט די בעקערײַ אַ צופֿרידענע — כּשר איז עס, אַבי ס’זאָל זײַן געשמאַק. מאַרק האָט בפֿירוש נישט ליב די אַלע “כּשרע פּאָטראַוועס", ווי ער רופֿט עס. בעלאַ ווייסט אָבער גוט, אַז נישט אין די “פּאָטראַוועס" גייט עס; ער קען נישט שלום מאַכן מיטן געדאַנק, אַז “זײַן זון איז געוואָרן אַ פֿרומאַק"; “זיך אַריבערגעטראָגן אין אַ וועלט פֿון הונדערט יאָר צוריק!"; “וואָסער צוקונפֿט וואַרט זײַנע קינדער, מײַנע אייניקלעך?!"... בעלאַ האָט יעדעס מאָל געמוזט אויסהערן די אַלע טענות, אָפּקומען מיט עפּעס אַ פּאַרעוון ענטפֿער — שוין בעסער, אַז מאַרק זאָל אַרויסלאָזן די פּאַרע אויף איר, איידער פֿאַרלירן, חלילה, זייער איינציקן זון. איין מאָל איז עס שוין שיִער נישט געשען — אויף אַן אמתן, ממשותדיק, מיטן גאַנצן אַכזריות...

זכרונות

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

פֿאַרלאָזן פּעטערבורג

עס האָט גענומען ווערן אונדז אַלעמען קלאָר, אַז ס׳איז נישט קיין אָרט פּעטערבורג, מע דאַרף פֿון פּעטערבורג אַוועקפֿאָרן — ניט אַזאַ פּשוטע זאַך. אָבער ס’איז שוין געוואָרן אַ ליטווישע רעפּובליק און אַ לעטישע רעפּובליק. מיר זײַנען געווען פֿריִער אין ליבאַווע, איידער מיר זײַנען געווען אין פּאַלאָנגע, און פּאַלאָנגע איז דעמאָלט דאָך אויך געווען קורלאַנדער גובערניע. הכּלל, אונדזער גאַנצע משפּחה האָט געקראָגן אַ דערלויבעניש אַוועקצופֿאָרן. איך האָב ניט געוואָלט אַוועקפֿאָרן, מײַן טענה איז געווען: איך האָב כּמעט אַלצדינג וואָס מע האָט פֿאַרלאַנגט, [כּדי צו] ענדיקן אוניווערסיטעט. איך קען געפֿינען נאָך אַ צוויי אָדער דרײַ פּראָפֿעסאָרן אויף די עקזאַמענס וואָס איך דאַרף האָבן איצט צום סוף, קריג איך אַן אַטעסטאַט, אַז איך האָב געענדיקט דעם אוניווערסיטעט און איך וועל מער וועגן דעם ניט דאַרפֿן זאָרגן.
דער טאַטע האָט באַשלאָסן ניט אַוועקצופֿאָרן, מיט זייער אַ פּשוטער סיבה: ער האָט געהאַט אַ סך קונדן, וועמען ער האָט פֿאַרקויפֿט סחורה אין משך פֿון די יאָרן וואָס מיר האָבן [דאָרט] געוווינט; די קונים זײַנען געווען ערלעכע מענטשן, כּמעט אַלע קאַראַיִמער (אינטערעסאַנט: עס איז געווען אַ באַשעפֿטיקונג פֿון קאַראַיִמער, האַנדלען מיט טאַבאַק און מיט פּיפּקעס און נאָך אַזעלכע זאַכן). האָט ער באַשלאָסן: וואָס הייסט, ער וועט קומען [אַהיים] גאָר אין גאַנצן אָן געלט אאַז"וו? ער וועט אויפֿמאָנען כאָטש אַ טייל פֿון די חובֿות, וועט ער [אַהיים] קומען אַ האַלב יאָר שפּעטער, אַ יאָר שפּעטער [ווי די משפּחה]. איך האָב ניט געקענט [טאָן אַזוי]: איך מוז פֿאָרן, צוליב דער מאַמען, וואָס איז שוין געווען ניט געזונט, מיט די אַלע קינדער, נאָך מיט דעם קליינינקן, וואָס איז געווען נאָך אַ קליין ייִנגעלע. פֿון דער אַנדערער זײַט האָב איך געטראַכט: ווער וועט ווען ניט איז אָנערקענען אַן אַטעסטאַט, וואָס וועט זײַן אונטערגעשריבן [פֿון] אַ קאָמיסאַר? בין איך געפֿאָרן מיט דער משפּחה.