חורבן



"זכרונות פֿון אַ צײַט פֿון שלום", עמנואל עווזעריכין, סטאַלינגראַד, 1943
"זכרונות פֿון אַ צײַט פֿון שלום", עמנואל עווזעריכין, סטאַלינגראַד, 1943
די וואָך האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג בײַם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" וואָס פֿירט צונויף ייִדישע געשיכטע, קונסט־געשיכטע און קונסט. די עקספּאָזיציע "דורך סאָוועטיש־ייִדישע אויגן: פֿאָטאָגראַפֿיע, מלחמה און דער חורבן" איז געקומען קיין ניו־יאָרק פֿון קאָלאָראַדאָ, וווּ די קוראַטאָרן דוד שנאור און ליסאַ טאַמיריס בעקער האָבן זי געשאַפֿן פֿאַרן קונסט־מוזיי בײַם קאָלאָראַדער אוניווערסיטעט. ד״ר שנאור, אַ היסטאָריקער פֿון סאָוועטיש־ייִדישער קולטור, האָט דערציילט בײַ דער עפֿענונג, אַז ווען ער האָט באַזוכט אַן אויסשטעלונג אין מאָסקווע פֿון סאָוועטישע פֿאָטאָגראַפֿן, האָט ער זיך געכאַפּט, אַז די נעמען פֿון די אַלע פֿאָטאָגראַפֿן קלינגען ייִדישלעך. ער איז אויך געווויער געוואָרן, אַז ס‘איז געווען אַ פֿאַקט, וואָס ס‘רובֿ פֿאָטאָ־זשורנאַליסטן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ביז די 1950ער יאָרן זענען געווען ייִדן. האָט ער אָנגעהויבן זײַן פֿאָרש־אַרבעט, און אַנטפּלעקט — אַ וועלט מיט וועלטלעך! — אַז איינע פֿון די בעסטע זאַמלונגען פֿון מלחמה־פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט געזאַמלט אַ פּאָרל פֿון קאָלאָראַדאָ, נישט ווײַט פֿון זײַן קאַמפּוס.
ווען פֿאָטאָגראַפֿיע איז אַנטוויקלט געוואָרן אינעם 19טן יאָרהונדערט, האָבן די ערשטע דורות פֿאָטאָגראַפֿן זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ פּראָפֿעסיע, וואָס קיינער האָט נישט געוווּסט, צי מע קען דערפֿון האָבן אַ לײַטישע פּרנסה. האָבן געציילטע ייִדן אין די שטעטלעך, וואָס זענען געקראָכן אויף די גלײַכע ווענט כּדי עפּעס צו פֿאַרדינען, זיך אײַנגעשטעלט, און געקויפֿט פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דעם האָבן די ייִדן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער נײַער קונסט פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע, נישט בלויז אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אומעטום וווּ ייִדן האָבן געלעבט.
אין די צוויי גרעסטע שטעט פֿון רוסלאַנד, פּעטערבורג און מאָסקווע, האָבן די ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן ווי יעווגעני כאַדלדיי, געאָרגי זעלמאַ (געבוירן זלמנאָוויטש), און דמיטרי באַלטערמאַנץ, זיך באַזעצט און געאַרבעט פֿאַר די וויכטיקסטע רוסישע צײַטונגען. אָבער זייערע בילדער האָט מען אויך צו מאָל געדרוקט אין די ייִדישע צײַטונגען פֿון דער תּקופֿה. די אויסשטעלונג הייבט זיך אָן מיט אַ ביסל פֿאָרגעשיכטע פֿון סאָוועטישער פֿאָטאָגראַפֿיע און ווײַזט די וואָרצלען פֿון דער סאָוועטישער קונסט־שיטה, דהײַנו, קאָנסטרוקטיוויזם און סאָציאַלער רעאַליזם. קאָנסטרוקטיוויזם האָט וויזועל אָנערקענט די נײַע פֿאַבריק־טעכנאָלאָגיע און מעכאַנישע אינדוסטריעס, און האָט אָפֿט געשטעלט דעם טראָפּ אויף קאַנטיקע פֿאָרמעס. דער סאָוועטישער סאָציאַלער רעאַליזם האָט אַרויסגעהויבן, אַז קונסט אָן אַ סאָציאַלן ציל פּאַסט נישט פֿאַר דער נײַער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט.

"צער", דמיטרי באַלטערמאַנץ, קערטש, קרים, 1942
"צער", דמיטרי באַלטערמאַנץ, קערטש, קרים, 1942
ד״ר שנאור האָט אויך גערעדט וועגן דעם אונטערשייד צווישן דער חורבן־פֿאָטאָגראַפֿיע מצד די אַמעריקאַנער פֿאָטאָגראַפֿן און די רוסישע. די רויטע אַרמיי האָט געקעמפֿט פֿון מיזרח אויף מערבֿ פֿיר יאָר לאַנג און אין יעדן אָרט געזען אַ טראַגעדיע נאָך אַ טראַגעדיע, אַ שחיטה נאָך אַ שחיטה; בערג מתים, און שרעקלעכע סצענעס. ווען מען איז צוגעקומען צום לאַגער אין אוישוויץ און די אַנדערע לאַגערן אין צענטראַל־ און מערבֿ־פּוילן, איז מען געווען שוין צוגעוווינט צו דעם שוידער. די אַמעריקאַנער חורבן־פֿאָטאָגראַפֿן, להיפּוך, האָבן כּמעט נישט געוווּסט פֿונעם גרוילנדיקן אומקום פֿון די ייִדן, און זייער רעאַקציע אויף אוישוויץ שפּיגלט אָפּ זייערע עמאָציעס. דערפֿאַר זעען אויס די רוסישע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די קאָנצענטראַציע־לאַגערן מער געקינצלט, אָבער זייערע בילדער פֿון די יאָרן פֿאַר דעם — פֿון קאַמף, ווידערשטאַנד, העלדישקייט, אַנטדעקטע שחיטות, סטאַלינגראַד — האָבן אויפֿגעכאַפּט דעם מאָמענט אָן קונצן, אַפֿילו אויב מע האָט אויסגעניצט די בילדער פֿאַר דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע. אַ משל פֿון דעם זעט מען אין דער פֿאָטאָגראַפֿיע "צער", גענומען אין דער שטאָט קערטש, קרים, יאַנואַר 1942 פֿון דמיטרי באַלטערמאַנץ (1912—1990). די פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ פֿרוי וואָס וויינט איבער די מתים אין גאַס, דערמאָנט אין אַ דראַמאַטישער מאָלערײַ פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אָבער, צום באַדויערן, איז דאָס נישט קיין אויסגעטראַכט בילד...
אין זײַן בילד פֿון סטאַלינגראַד — "זכרונות פֿון אַ צײַט פֿון שלום" — ווײַזט אונדז דער פֿאָטאָגראַף עמנואל יעווזעריכין (1911—1984) די סקולפּטור פֿון טאַנצנדיקע קינדער, וואָס האָט באַגריסט מענטשן בײַם וואָקזאַל. אין אַ טויטער שטאָט, וווּ נאָר די סקעלעטן פֿון די באָמבאַרדירטע בנינים זענען געבליבן, באַקומט זיך אַ סורעאַליסטישע סצענע. די סאָוועטישע פֿאָטאָגראַפֿן, צווישן זיי אויך פֿרויען פֿאָטאָגראַפֿן, האָבן אָפֿט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין מיטן די שלאַכטן אין דער סכּנותדיקער העלפֿט פֿון דער שטאָט סטאַלינגראַד צו נעמען די אומפֿאַרגעסלעכע בילדער.
ד״ר שנאור האָט אויך באַטאָנט, אַז די קונסט פֿון פֿאָטאָ־זשורנאַליזם איז אַנדערש פֿון אַנדערע מינים קונסטן מיט איין וויכטיקן פּרט: דער פֿאָטאָגראַף נעמט דאָס בילד, אָבער דאָס לעצטע וואָרט ווי אַזוי דאָס בילד וועט ווערן דערזען, האָט דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג אָדער זשורנאַל. אויף דער אויסשטעלונג זעט מען אויף אַ מלחמה־בילד, וווּ אַ רוסישער סאָלדאַט ליגט טויט אין מיטן פֿונעם בילד; די רעדאַקטאָרן פֿון דער צײַטונג האָבן אויסגעשניטן דעם סאָלדאַט, ווײַל מע האָט געוואָלט אינספּירירן די סאָלדאַטן אויפֿן פֿראָנט, און זיי נישט צו שרעקן. דאָס בילד איז טאַקע אַ סך שטאַרקער מיטן טויטן סאָלדאַט, ווי דער פֿאָטאָגראַף האָט געוואָלט.
באַלטערמאַנצעס פֿאָטאָגראַפֿיע "אַטאַק!" פֿון 1941 איז וועלט־באַרימט. דער פֿאָטאָגראַף שטייט אין אַ טראַנשעע בשעת די סאָוועטישע סאָלדאַטן שפּרינגען איבער אים, מיט די ביקסן געצילט פֿאָרויס אויף די שׂונאים; אַ באַווײַז, אַז די פֿאָטאָגראַפֿן זענען געווען ממש אויף דער סאַמער מלחמה־ליניע און אײַנגעשטעלט זייער לעבנס. אָבער מײַן באַליבטסטע פֿאָטאָגראַפֿיע, אויך פֿון באַלטערמאַנץ, גענומען אין דײַטשלאַנד, 1945, הייסט "טשײַקאָווסקי": אַ רוסישער סאָלדאַט שפּילט אויף אַ פּיאַנע אין אַ חרובֿ געוואָרן הויז און אַ גרופּע סאָלדאַטן, מיט די ביקסן, הערן זיך צו. אַזוינע זעלטענע מאָמענטן האָבן פֿאַראייביקט די סאָוועטיש־ייִדישע חורבן־פֿאָטאָגראַפֿן. אויף דער אויסשטעלונג וועט מען זיך באַקענען מיט זייער הויכער קונסט. דער אַדרעס פֿונעם איז אין מאַנהעטן.