- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ייִדן אין ארץ-ישׂראל כּלפּי זייערע אַראַבישע שכנים. אום-על-פֿאַכעם, ראַסאַנס היימשטאָט, איז פֿרידלעך איבערגעגעבן געוואָרן פֿון יאָרדאַניע צו ישׂראל אין 1949. "מע האָט זי הן נישט באַפֿרײַט און הן נישט אָקופּירט", זאָגט ראַסאַן. ער געדענקט נאָך ווי אַ קינד, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט פֿאַרנומען זײַן משפּחהס הויז, און זײַנע עלטערן איז געבליבן נאָר צו שרייען "חי-וקים". הגם אום-על-פֿאַכעם איז די צווייט־גרעסטע אַראַבישע שטאָט אין ישׂראל, האָט זי נאָך אין יענער צײַט נישט פֿאַרמאָגט קיין גימנאַזיע און אויך עלעקטריע איז נישט געווען בנימצא. האָט ער געדאַרפֿט פֿאָרן יעדן טאָג אַרום 30 קילאָמעטער קיין נצרת, אפֿשר די אומאָפֿיציעלע אַראַבישע הויפּטשטאָט אין ישׂראל, כּדי ווײַטער זיך לערנען. די העברעיִשע שפּראַך האָט ער געהאַט גענומען שטודירן אין פֿערטן קלאַס און אין אַ יאָר אַרום שוין פֿרײַ גערעדט און געלייענט. בפֿרט געדענקט ער צום גוטן זײַן העברעיִש-לערער אין גימנאַזיע, וואָס איז געווען אַן אַלטער אַשכּנזישער ייִד פֿון טבֿריה. דער דאָזיקער לערער פֿלעגט זיי, אַ גרופּע יונגע אַראַבער, לערנען העברעיִש מיט אַ שטאַרק אַשכּנזישן אַקצענט. אַחוץ אים, זענען די אַנדערע לערערס לרובֿ געווען איראַקישע ייִדן, וואָס זײַענדיק באַהאַוונט אין אַראַביש, פֿלעגן זיי שוין באַשטראָפֿן די תּלמידים אויף זייער אייגענעם מאַמע-לשון. דער פֿילם באַווײַזט, אַ חוץ אַן אָנגייענדיקן אינטערוויו מיט וווּדי אַלען, אַ סך אינטערוויוען מיט אַקטיאָרן פֿון זײַנע פֿילמען, פֿילם-קריטיקער, מיט מיטאַרבעטער און קרובֿים. אַלע דערציילן מכּוח זייער באַקאַנטשאַפֿט מיט אים אָדער אַנאַליזירן זײַנע ווערק; אָבער דער פֿילם איז נישט געמאַכט אין קיין אַמעריקאַנער "קליפּ"־סטיל, וואָס וואָלט אַפֿילו אַזאַ אינטערעסאַנטע טעמע געקענט פֿאַרוואַנדלען אין אַ פֿלאַכע מאַכערײַקע. ער דויערט איבער דרײַ שעה, אַ פֿאַקט וואָס לאָזט דעם רעזשיסאָר זיך פֿאַרטיפֿן אין דער טעמע. ס׳איז קלאָר פֿונעם דאָקומענטאַר, אַז אַלען, ניט געקוקט אויף אַלע זײַנע דערגרייכונגען, איז געבליבן זייער באַשיידן; אַ נאַיִווער פּאַרשוין, וואָס פֿאַרשטייט נאָך אַלץ נישט די גאַנצע מהומה אַרום זיך. ער האַלט זיך אַליין נישט מער ווי אַן "אָקיי" פֿילם-מאַכער, וואָס האָט, צום גליק, פֿאַרווירקלעכט אַלע זײַנע חלומות: צו ווערן אַ קאָמעדיאַנט, צו מאַכן פֿילמען און צו שפּילן מוזיק (ווי באַוווּסט, שפּילט אַלען אויף קלאַרינעט). דער הויפּט-ציל פֿון דער גרופּע איז צו באַנײַען די ייִדישע לינקע קולטור אויף ייִדיש. אָבער זיי טוען דאָס ניט דורך סתּם זינגען די אַלטע ייִדישע לידער פֿון דעם סאָרט, נאָר דורך אַנטוויקלען ווײַטער די דאָזיקע קולטור. אויפֿן יסוד פֿון אַ פֿאָלקסטימלעכן סטיל פֿון די מעלאָדיעס, געשפּילט אויף אַ האַרמאָשקע און אַ קליינטשיקן סטרונע-אינסטרומענט (אַ מין יוקאַלעלי געמאַכט פֿון אַ פּאָרטציגאַר), מישן זיי אַרײַן מער מאָדערנע מוזיק-סטילן, ווי ראַפּ און ראָק. זייער לידער-גאַנג באַשטייט פֿון אָריגינעלע באַאַרבעטונגען פֿון באַקאַנטע און ווייניקער-באַקאַנטע לידער אויף אַ שאַרף־קאָמישן און מאָדערנעם אופֿן, נוסח ברעכט. אָט די פּראָוואָקאַטיווע טעמעס, און אויך אַנדערע, ווערן באַהאַנדלט אין אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם מיטן נאָמען "צווישן צוויי וועלטן". די צוויי פֿילם־פּראָדוצענטן פֿון אָט דעם פֿילם, דעבראַ קויפֿמאַן און אַלאַן סניטאָוו, האָבן לעצטנס געהאַט אַ טרעפֿונג אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ זיי האָבן געוויזן זייער פֿילם און געשמועסט מיטן עולם. דער פֿילם הייבט זיך אָן פֿון דעם סקאַנדאַל, וואָס איז אויסגעבראָכן אין 2009, בשעתן ווײַזן דעם דאָקומענטאַר "רייטשעל" אויף דעם סאַן-פֿראַנציסקאָ ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל. אַ מינדערהייט אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער קהילה, פּראָ-ישׂראל געשטימט, האָט געפֿאָדערט, אַז דעם פֿילם "רייטשעל" זאָל מען נישט ווײַזן אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל. די סיבה? דער פֿילם שטעלט אַרויס די ישׂראל־פּאָליטיק נישט אינעם פּאָזיטיווסטן ליכט, בשעתן דערציילן די געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער אַקטיוויסטקע רייטשל קאָרי, וועלכע איז דערהרגעט געוואָרן אין עזה-פּאַס אין 2003. די קאָנטראָווערסיע אַרום דעם, אַרײַנגערעכנט די דראָונגען צו שניידן דאָס געלט פֿאַרן פֿעסטיוואַל (הגם מע האָט געוויזן דאָרט ניט-ווייניקער ווי 36 ישׂראל־פֿילמען!), ווערט פֿאַר די פֿילם-פּראָדוצענטן דער הויפּט-פּונקט בײַם זוכן ענטפֿערס אויף די געשטעלטע פֿראַגעס. אַ שמועס מיט דער ישׂראלדיקער-אַמעריקאַנער קינסטלערין יעל קאַנאַרעק יעל קאַנאַרעק איז אַ מולטי-דיסציפּלינירנדיקע קינסטלערין, ווי מע רופֿט עס הײַנט. זי איז אַ מאָלערין, אַ סקולפּטאָרין, אַ מחברטע, זי שאַפֿט דיגיטאַלע קונסט, ווידעאָ-קונסט און נאָך און נאָך. צווישן די זאַכן, וועלכע אינטערעסירן זי צום מערסטנס, איז אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט שפּראַך. די ערשטע דרײַ יאָר פֿון איר לעבן האָט זי געוווינט אין אַמעריקע — קען זי ענגליש; דערנאָך האָט מען זי געבראַכט קיין ישׂראל, איז זי אַריבער אויף העברעיִש; מיט 20 יאָר שפּעטער איז זי געקומען צוריק אין אַמעריקע און צום ענגליש. ווייסט זי עפּעס וועגן שפּראַך־ ענדערונגען און זייערע קאָמפּליקאַציעס. אָבער זי דריקט אויס איר אינטערעס צו דער שפּראַך-טעמע, בעיקר, דורך איר קונסט. יעל קאַנאַרעקס ביאָגראַפֿיע הייבט זיך אָן אין איסט-ווילעדזש אין מאַנהעטן, וווּ זי איז געבוירן געוואָרן בײַ אַ ישׂראלדיקער מאַמען און אַן אַמעריקאַנער ייִדישן טאַטן. אירע עלטערן האָבן זיך באַקענט אין ישׂראל, בשעת דער טאַטע איז געווען אויף איינעם פֿון זײַנע אָפֿטע באַזוכן אין לאַנד. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ציוניסטיש־מאָטיווירטער היים, און די משפּחה האָט שטענדיק פּראָבירט זיך אַריבערצוקלײַבן אין ישׂראל, נאָך פֿון די 30ער יאָרן. אָבער מיר וועלן אַלע געדענקען: אָט די שיינע מיט די שיינע האָר — ווײַל די פֿרײַנדשאַפֿט וועט קיינמאָל ניט לאָזן אונדזער האַרץ צו פֿאַרגעסן. אַ ליבע פֿאַרהייליקט אין בלוט וועסט זיך אומקערן צו זײַן צווישן אונדז און בליִען. אָט די ווערטער פֿון "שיר הרעות" (דאָס ליד פֿון פֿרײַנדשאַפֿט) פֿון דעם העברעיִשן דיכטער חיים גורי, איבערגעזעצט אויף ייִדיש, סימבאָליזירן אין דער מיטאָלאָגיע פֿון ישׂראל די ווערטן פֿון "דור תּש״ח". דער דור וואָס האָט געקעמפֿט סײַ קעגן די ענגלענדער, סײַ קעגן די אַראַבער און סײַ (ווען עס רעדט זיך וועגן פּלמ״חניקעס) קעגן די ייִדן פֿון די אַנדערע ציוניסטישע פֿראַקציעס; יענער דור האָט אויך געגרינדעט מדינת-ישׂראל. אָבער וואָס געשעט מיט יאָרן שפּעטער, ווען מע עלטערט זיך, און מע קריכט אַראָפּ "פֿון דער בינע"; ווען מע פֿאַרגעסט אין דיר און אין די דערגרייכונגען פֿון דײַן דור? די יונגע הייבן אָן אין דײַנע אויגן אויסצוזען ווי אַ באַנדע פֿון פֿריש־אָפּגעבאַקענע, אומדאַנקבאַרע שוויצערס, וואָס פֿילן גאָרניט, אַפֿילו ווען אויף דער גאַס פֿאָרן זיי אַרויף אויף אַן אַלטער פֿרוי. "נבֿלות!" — אַזוי רופֿט זיי דער הויפּט־העלד פֿונעם פֿילם, בשעת ער לייגט אַוועק אויפֿן טיש אַן אַלטע ביקס — "דאָס איז אַ מלחמה קעגן די וואָס האָבן פֿאַרגעסן, ווי אַזוי די מדינה איז געגרינדעט געוואָרן. קליינע פּישערס. זיי דאַרפֿן זיך אויסלערנען דרך-ארץ!" עס זעט אויס, אַז בשעת די שטורעמדיקע כוואַליע פֿון סאָציאַלע פּראָטעסטן אין ישׂראל איז לעת-עתּה אָפּגעשוואַכט געוואָרן, ווערן די פּראָטעסטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן וואָס מער פֿאַרשטאַרקט. דער לעצטער פּרוּוו צו עוואַקויִרן די פּראָטעסטאַנטן פֿון זוקאָטי־פּאַרק, דערמאָנט די זעלבע שׁיטות וואָס דער תּל-אָבֿיבֿער שטאָטראָט האָט געהאַט באַנוצט, עוואַקויִרנדיק די פֿאַרשידענע געצעלט-שטעטלעך אין תּל-אָבֿיבֿ — אינמיטן דער נאַכט, כּלומרש צוליב "היגיענישע פּראָבלעמען". אין ביידע לענדער האָבן די דעמאָנסטראַנטן געפֿונען פֿאַר זייערע הויפּט־לאָזונגען געלונגענע מאָטאָס: "מיר זענען די 99%!" — אין אַמעריקע, און "דאָס פֿאָלק פֿאָדערט סאָציאַלע גערעכטיקייט!" — אין ישׂראל. און ביידע באַוועגונגען האָבן זיך גענייטיקט אין אייגענע העלדן. אין ישׂראל האָבן די ראָל, צום מערסטנס, געשפּילט יונגע פֿרויען, ווי דפֿני ליף און אַנדערע; און וואָס שייך די אַמעריקאַנער ייִדן, שפּילט איצט אַזאַ ראָל דניאל זאַרעצקי, וואָס האָט אָנגעהויבן מיט "אָקופּירט ייִדישקייט!", ווי אַ מיטל צו מאָביליזירן די אַמעריקאַנער ייִדן אין דער אַלגעמיינער "אָקופּאַציע"־באַוועגונג. אָט דער דניאל האָט זיך דעם 10טן נאָוועמבער אין דער "רמת-אורה" שיל אין מאַנהעטן באַטייליקט אין אַ דיאַלאָג מיט הרבֿ אַהרון לייבאָוויטש פֿון ישׂראל וועגן די פּראָטעסטן אין ביידע לענדער און וועגן דעם ייִדישן קוקווינקל, וואָס שייך סאָציאַלער גערעכטיקייט אין אַלגעמיין. "אַ מאָל פֿילן מיר, אַז מיר צעשפּאַלטן זיך אויף צוויי קולטורן, און אַ מאָל, אַז מיר פֿאַלן אַרײַן צווישן צוויי בענקעלעך". אָט די ווערטער פֿון סאַלמאַן רושדי ווערן אַרויסגעבראַכט, ווי אַ מאָטאָ, אויף די פֿאַרבעטונגען צו דער נײַער אויסשטעלונג אין דער "מינאַ גאַלעריע", ניו-יאָרק, אין וועלכער עס באַטייליקן זיך, צום מערסטן ישׂראלדיקע אָדער געוועזענע ישׂראלדיקע מאָלער און גראַפֿיקער. אויב סאַלמאַן רושדי איז אויסן געווען זיין אומשטאַנד צווישן מיזרח און מערבֿ, ווי אַ מוסולמענער, וואָס לעבט אין דער מערבֿדיקער וועלט, זשאָנגלירן די קינסטלערס צווישן זייער היימלאַנד, מדינת-ישׂראל, און דער שטאָט ניו-יאָרק. אָדער ווי בען טריט, איינער פֿון די נײַן קינסטלערס, וועלכע באַטייליקן זיך אין דער אויסשטעלונג, האָט מיר געזאָגט: "אונדזער ציל איז אַריבערצוּוואַרפֿן אַ בריק צווישן קאָנטינענטן, אויפֿן זעלבן אופֿן ווי מיר שטרעבן עס צו דערגרייכן צווישן פֿאַרשידענע קינסטלערישע זשאַנערס: אַרכיטעקטור, קינאָ, מאָלערײַ. דער געדאַנק פֿון 'אַריבערוואַרפֿן אַ בריק צווישן אָפּשטאַם און עקזיסטעננץ־רוים’ קומט ווי אַ רעזולטאַט פֿון צוויי פּראָדוקטן — אימיגראַציע און גלות." בען טריט איז דער איינציקער קינסטלער אויף דער אויסשטעלונג וואָס איז נישט קיין געבוירענער ישׂראלי; ער האָט אימיגרירט קיין ישׂראל פֿון אַמעריקע און פֿאַרבראַכט דאָרט נײַן יאָר. אין ישׂראל האָט ער געגרינדעט אַ פּריוואַטע קונסט-שול אויפֿן נאָמען פֿון "ירושלים סטודיאָ שול" (ראָשי-תּיבֿות JSS). זײַנע ווערק צייכענען זיך אויס מיט אַ בכּיוונדיקער נעפּלדיקייט. ער שטרעבט צו פֿאַרווישן די גרענעצן צווישן פֿיגוראַציע און אַבסטראַקציע, און אַזוי אויסדריקן דאָס אינצווישן-אָרט און צוטיילן אים אַ געוויסן באַטײַט. ווען מע וואָלט געקוקט אויף זײַן געמעל פֿון קאָסמאָס, וואָלט מען נישט זיכער געווען, צי מע זעט אַ קלאַסישע, צי אַ מאָדערנע פֿיגור. נישט אָפֿט טרעפֿט מען הײַנט אַקאַדעמיקער, אויף וועלכע מע איז גרייט צו שטיין און וואַרטן אין דרויסן, אַפֿילו פֿיר שעה כּדי צו האָבן דעם זכות צו הערן זייער אויפֿטריט. דער MIT־פּראָפֿעסאָר פֿון לינגוויסטיק, נועם כאָמסקי, וואָס איז שוין איבער אַכציק יאָר אַלט, געהערט דווקא צו דער דאָזיקער קאַטעגאָריע פֿון "אַקאַדעמישע מפֿורסמים". נישט ווינציק מענטשן, בפֿרט די לינק־געשטימטע, אָבער נישט בלויז זיי, זענען דורשטיק נאָך יעדן וואָרט זײַנעם. אַזוי איז אויך געשען, ווען כאָמסקי האָט דעם 17טן אָקטאָבער געהאַלטן אַ רעדע אין באַרנאַרד קאָלעדזש אונטערן טיטל: "אַמעריקע און ישׂראל-פּאַלעסטינע: מלחמה און שלום". ווי אַ באַוווּסטער שאַרפֿער קריטיקער — אי פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, אי פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, קען מען זיך גרינג פֿאָרשטעלן, אַז יעדע רעדע זײַנע רופֿט אויך אַרויס קעגנזײַטיקע פּראָטעסטן מצד פֿאַרשידענע גרופּעס. אַזוי אַז, כּדי "צו באַלאַנסירן" כאָמסקיס אויפֿטריט, האָט דער אָרטיקער "הלל" פֿאַרבעטן דעם אַדוואָקאַט און האַרוואַרד־פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ אַלען דערשאָוויץ צו האַלטן זײַן רעדע מיט אַ טאָג פֿריִער. מען מעג פֿירן אַ וויכּוח לגבי דער נייטיקייט פֿון אַזאַ מין טריט, אָבער די טווּנג אַליין איז גאַנץ לעגיטים און מע דאַרף דאָס אַפֿילו נישט דערמאָנען. וואָס איז, לחלוטין, נישט-כּשר איז דער פֿאַקט, אַז אין מײַ 2010 האָט ישׂראל נישט אַרײַנגעלאָזט כאָמסקין צו באַזוכן דעם מערבֿ-ברעג (דורך יאָרדאַניע) און צו האַלטן אַ רעדע אין ראַמאַלאַ. די סאָציאַלע פּראָטעסטן אין ישׂראל דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס צווישן די ייִדן אין די תּפֿוצות. מע הערט כּסדר, ווי מענטשן זענען זיך מודה, אַז זיי האָבן טאָג-טעגלעך נאָכגעפֿאָלגט די נײַעס. דערווײַל איז מען נאָך נישט זיכער, וואָס ס’וועט געשען מיט דער באַוועגונג ווײַטער, און וואָס פֿאַר אַ מין השפּעה וועט זי האָבן אויף דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אויף אָט דער טעמע האָט לעצטנס גערעדט צו אַ גרופּע ישׂראלים אין ניו-יאָרק דער פֿאָרזיצער פֿון "דער אַסאָציאַציע פֿאַר ציווילע רעכט אין ישׂראל", חגי אלעד (לייענט: על-אַד). ער איז געקומען צו גאַסט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו באַקומען דאָ דעם "2011 גרובער צדק פּריז", וואָס איז צוגעטיילט געוואָרן זײַן אָרגאַניזאַציע ACRI. דער אָוונט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF). די טרעפֿונג האָט חגי אלעד אָנגעהויבן פֿון שילדערן די שווערע אַטמאָספֿער אין ישׂראל פֿאַר די פּראָטעסטן, קודם־כּל, וואָס שייך דעם דעמאָקראַטישן סטאַטוס אין לאַנד. צו זײַן אַ פּראָגרעסיווער ייִד אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און נישט האָבן קיין אייגענע מיינונג מכּוח דעם, וואָס עס טוט זיך אין ישׂראל, איז אוממעגלעך. מע ראַנגלט זיך כּסדר מיט ישׂראל און מיט ציוניזם. אויף די קאַמפּוסן און אויף דער ייִדישער גאַס רעדט מען שטענדיק וועגן דעם. צי דאַרף מען אומבאַדינגט שטיצן ישׂראל, נישט געקוקט אויף דער פּאָליטיק, וואָס ס’ווערט געפֿירט דאָרטן? וואָס זאָל, למשל, טאָן אַ יונגער קריטיקער, ווען מע לייגט אים פֿאָר אַן אומזיסטע נסיעה אין דער ייִדישער מדינה אין די ראַמען פֿון דעם "תּגלית"־פּראָיעקט (אָדער "געבורטרעכט" אויף ענגליש)? ס’רובֿ מענטשן וואָלטן מסתּמא זיך געפֿרייט אויף דער מציאה און זיכער אויסגעניצט אַזאַ געלעגנהייט. שׂרה גלידען, אַ דרײַסיק־יעריקע אײַנוווינערין פֿון ברוקלין האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, אויך געפֿרייט. אָבער זי האָט באַשלאָסן ניט בלויז פֿאָרן, נאָר אויך אָנצושרײַבן אַ גאַנץ אויטאָביאָגראַפֿיש בוך וועגן דער איבערלעבונג. דאָס בוך, אונטער דעם טיטל "ווי צו פֿאַרשטיין ישׂראל אין 60 טעג אָדער ווייניקער" (How to understand ISRAEL in 60 days or less) געהערט צו דעם זשאַנער פֿון געמעל-ראָמאַן, וווּ דער גאַנצער סיפּור-המעשׂה ווערט באַגלייט מיט צייכענונגען. בעסער געזאָגט, דער טעקסט אַליין שפּילט די ראָלע פֿון דעם באַגלייטער פֿאַר די צייכענונגען. שׂרה גלידער דערציילט עס אַזוי: "מײַן צייכענונג-סטיל איז ניט רעאַליזם. די וואָס האָבן מיך אינספּירירט אויף דעם זענען, צום מערסטנס, די אייראָפּעיִשע (בפֿרט פֿראַנצויזישע) קאַריקאַטוריסטן; למשל, די טין-טין וויצבילדער פֿון דעם בעלגיער זשאָרזש רעמי (און מע באַמערקט גלײַך, אַז איר הויפּט-כאַראַקטער איז אַ מין ווײַבלעכע ווערסיע פֿון טין-טין — ע.מ.). אויב זיך נישט קאָנצענטרירן צו פֿיל אויף די גאָר קליינטשיקע פֿיזישע עלעמענטן, איז פֿאַרן לייענער זיך גרינגער צו אידענטיפֿיצירן מיט די כאַראַקטערן. איך האָב ניט געוואָלט, צום בײַשפּיל, אַז אַ מאַנצביל זאָל מיינען, אַז עס רעדט זיך וועגן אַ ראָמאַן פֿאַר פֿרויען צוליב דעם וואָס דער הויפּט-כאַראַקטער איז אַ פֿרוי." זעט אויס, אַז שפּילן מעטאַל־מוזיק און לערנען ייִדיש איז אַ מין ליבע וואָס ווערט אַלץ וואַרעמער און וואַרעמער. אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל ביידע וועקן זיי סענטימענטאַלע געפֿילן און ביידע ווערן גערעכנט ווי אַ שטיף-קינד אין פֿאַרגלײַך מיט "ייִחוסדיקע" זשאַנערס און שפּראַכן: למשל, מיט דער קלאַסישער מוזיק (אָדער מיטן הויפּט־שטראָמיקן "ראָקל-און-ראָל") און מיט דער העברעיִשער אָדער דײַטשישער שפּראַך. צוריק געשמועסט, מאַכט עס דאָך ניט אויס, ווײַל וויכטיקער איז דער גאָר אינטערעסאַנטער קינסטלערישער רעזולטאַט פֿון אָט דעם סינטעז. שוועדן איז אַ לאַנד אין אַ ראַיאָן וואָס איז באַרימט פֿאַר זײַנע מעטאַל־טעטיקייטן. דער קאַנאַדער פֿילם-מאַכער סעם דאַן באַזוכט נאָרוועגיע אין זײַן באַרימטן דאָקומענטאַרישן פֿילם וועגן מעטאַל-מוזיק ("מעטאַל: אַ קאָפּשלאָגערס רײַזע", פֿון 2005), און ווײַזט די אָרטיקע סצענע פֿון שוואַרץ-מעטאַל. לויטן פֿילם און בפֿרט לויט אַ קורצן המשך-פֿילם זײַנעם, וואָס באַהאַנדלט די זעלבע טעמע, ווײַזט ער, אַז אַחוץ דעם שוואַרץ-מעטאַל מיט זײַנע טיפּיש טײַוולאָנישע מאָטיוון, איז פֿאַראַן גאָר אַ בליִענדיקע סצענע דאָרטן פֿון אַן אַנדער סאָרט שווערן מעטאַל. דער מין שווער-מעטאַל באַשעפֿטיקט זיך דווקא מיט דער אַלטער סקאַנדינאַווישער מיטאָלאָגיע, און ער איז מער פֿאָלקיסטיש געשטימט און מעלאָדיש. די גרופּע "דיבוקים" פֿון שוועדן, וואָס זינגט אויף ייִדיש, געהערט מער צו דעם צווייטן סטיל. די מיטאָלאָגיע איז אין דעם פֿאַל די ייִדישע שפּראַך און דאָס מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע לעבן. סע שאַדט פֿאַרשטייט זיך אויכעט נישט, אַז מע האַלט ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין שוועדן שוין זינט אַפּריל 2000 (זע: שׂרה-רחל שעכטער, סעפּטעמבער 2, 2011). |