- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אָנגעהויבן האָבן מיר פֿון דער צענטראַלער ראָטשילד־גאַס ווען זי טרעפֿט זיך מיט דער "נחלת בנימין"־גאַס, בײַם "אַנדרטת המייסדים" (דאָס גרינדונג־אָרט). דעם דאָזיקן דענקמאָל האָט מען אויפֿגעשטעלט אין 1949, כּדי אָפּצייכענען 40 יאָר פֿאַר דער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ; דאָרטן האָט מען אויסגעגראָבן דעם ערשטן ברונעם און אַזוי, כאָטש אויף אַ סימבאָלישן אופֿן, פֿאַרלייגט די יסודות פֿון דער נײַער שטאָט. וואָס שייך דעם מיטאָס, אַז תּל-אָבֿיבֿ איז "געגרינדעט אויף די זאַמדן", ווײַזט ביראַן אַ בילד פֿון יענער תּקופֿה פֿונעם זעלביקן אָרט, וואָס ברעכט דעם דאָזיקן מיטאָס. מע זעט דאָרט צווישן אַנדערן: די געגנט "נוה צדק", אַן אַראַבישע געגנט אין יפֿו, און די באַרימטע סעדער (די פּרדסים) פֿון יפֿו. "און ממש אויף זאַמדן", גיט ביראַן צו, "האָט מע פֿאַקטיש גאָרנישט געבויט". אַרײַנגעגאַנגען אין זאַל, וואָס אָט-אָט ווערט ער פֿול געפּאַקט, הער איך, ווי איין עלטערע פֿרוי זאָגט צום עלטערן מאַן אָנווײַזנדיק אויף מיר: "אָ, אָט נאַ דיר אַ יונגער־מאַן וואָס פֿאַראינטערעסירט זיך מיט ייִדיש!". איך בין אייגנטלעך נישט געווען דער איינציקער רעלאַטיוו יונגער־מאַן, וואָס איז בײַגעווען דאָרט. אָבער עס האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ מין סיטואַציע: דער עולם האָט זיך ווי צעטיילט אויף צוויי עיקרדיקע גרופּעס — די אמתע חסידים פֿון ייִדישן טעאַטער און די, וואָס די ערשטע גרופּע (די "חסידים") האָט זיי מיטגעשלעפּט מיט זיך אין טעאַטער. האָט די ערשטע גרופּע געמוזט כּסדר באַרעכטיקן און דערקלערן דער צווייטער גרופּע דעם ווערט און דעם זינען פֿון דער גאַנצער אונטערנעמונג. אָבער תּל-אָבֿיבֿ, די ערשטע העברעיִשע שטאָט אין דער וועלט, האָט גאַנץ ערנסט אויפֿגענומען דעם פֿאַקט, אַז מע שטעלט פֿאָר אַ נײַע קאָמעדיע בײַם ייִדישן טעאַטער. אַזעלכע באַקאַנטע פֿיגורן פֿון דער העברעיִשער קולטור, ווי חנן יובֿל און דאַני סאַנדערסאָן האָט מען געקאָנט זען צווישן דעם עולם; די חשובֿע צײַטונג "האָרץ" האָט אין יענעם אָוונט זיך פֿאַרגינט צו שיקן איר לאַנג-יאָריקן טעאַטער-קריטיקער מיכאל הענדלזאַלץ צו רעצענזירן די נײַע פֿאָרשטעלונג; און ווי געזאָגט, איז קיין ליידיק אָרט נישט געווען. דער "האָרץ" קריטיקער, הענדלזאַלץ, האָט זיך אַליין באַשריבן אין זײַן אַרטיקל (האָרץ 12\06\24) ווי "דער איינציקער צוקוקער צווישן דעם עולם, וואָס האָט נישט געפּלאַצט פֿאַר געלעכטער פֿון אילן דאַרס און יעקבֿ באָדאָס וויצן; זיי קלינגען ערגער אויף ייִדיש, ווי אויף ענגליש". דערצייל אַ ביסל וועגן דעם הינטערגרונט פֿון אײַער גרופּע? איך און מײַן ווײַב אידאַ זײַנען ביידע מוזיקער און האָבן שוין לאַנג געשמועסט וועגן גרינדן אַ גרופּע צוזאַמען, אָבער מיר האָבן ניט געוווּסט פֿון וואָס אָנצוהייבן. די איינציקע זאַך, וואָס מיר האָבן יאָ געוווּסט איז געווען, אַז מיר זײַנען ניט פֿאַראינטערעסירט אין שאַפֿן אַ געוויינטלעכן פּראָיעקט. איין מאָל האָט אידאַ געזאָגט: "פֿאַר וואָס מאַכן מיר ניט קיין מעטאַל־גרופּע אויף ייִדיש?" און די אידעע איז מיר טאַקע געפֿעלן געוואָרן, ווײַל איך בין אַ גרויסער ליבהאָבער אי פֿון ייִדיש אי פֿון מעטאַל. מיר האָבן נאָך דעם אָנגעקלונגען אונדזער אַלטן חבֿר, מאַגנוס וואָלפֿאַרט, וואָס איז אַ פֿאַנטאַסטישער מוזיקער און די גרופּע "דיבוקים" איז געבוירן געוואָרן. ראָבינס שטעלט די מענטשן, אין פּרינציפּ, צוויי הויפּט-קשיות אין זײַנע אינטערוויוען: 1. וואָס האָט מען דיר קינדווײַז אָדער יוגנטווײַז, דערציילט וועגן ישׂראל? 2. ווי אַזוי האָט זיך דײַן מיינונג שפּעטער געענדערט? אויף דער ערשטער קשיא, ווי מע קען זען אין אַ שטיקל פֿונעם פֿילם שוין אַרויפֿגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ http://www.kickstarter.com/projects/496652315/some-of-my-best-friends-are-zionists-0,ענטפֿערט די זשורנאַליסטקע און פֿאָרשערין עליסאַ סאָלאָמאָן, אַז איר מאַמע איז געווען אַ פּרינציפּאַל פֿון אַ ייִדישער שולע. "און איך האָב געטראַכט", זאָגט עליסאַ, "אַז ישׂראל איז געווען אַ גוטע זאַך... אין תּוך אַ נייטיקער מקום-מיקלט פֿאַר ייִדן, דערהויפּט צו טאָן גוטס אין דער וועלט. נו, עס איז געקומען דאָס יאָר 2008 מיטן עקאָנאָמישן קריזיס און איבערגעקערט דעם דאָזיקן נאַיִוון אָפּטימיזם. אַזוי, אַז ווען מע שאַפֿט הײַנט אַ סאַטירע קעגן אַ מוסולמענישן דיקטאַטאָר, מוז מען גלײַכצײַטיק אָפּלאַכן פֿון דער שוואַכער אַלטערנאַטיווע וואָס די מערבֿ-וועלט לייגט פֿאָר — די נעאָ-ליבעראַלע דעמאָקראַטיע. "שטעלט אײַך פֿאָר אַ מלוכישע סיסטעם" — פּראָבירט איבערצײַגן דעם עולם דער דיקטאַטאָר אַלאַדין, צום סוף פֿונעם נײַעם פֿילם "דער דיקטאַטאָר" (The Dictator, 2012), אין די גרויסע מעלות פֿון דער דיקטאַטור אַנטקעגן דער דעמאָקראַטיע — "וווּ איין פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג הערשט איבער די איבעריקע". "די לינקע האָבן דעמאָלט איבער דער וועלט געבליט און געצוויט", — האָט דערציילט פֿאַרן עולם אין ייִוואָ דער געלערנטער עזראַ מענדלסאָן (העברעיִשער אוניווערסיטעט, ירושלים); דעמאָלט, בעת ער איז אויפֿגעטראָטן בײַ דער קאָנפֿערענץ פֿון 1964, איז ער אַלט געווען 23 יאָר. "מיר האָבן אין יענער צײַט נאָך באַטראַכט ישׂראל ווי אַ סאָציאַליסטישע מדינה", האָט ער קרעכצנדיק צוגעגעבן. נו, די צײַטן בײַטן זיך. עס קומט דאָס יאָר 2012 און אָט איז די טעמע צוריק אַרויף אויפֿן סדר־היום. יעדנפֿאַלס, פֿאַר די באַטייליקטע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִוו״אָ־קאָנפֿערענץ מיטן טיטל "ייִדן און די לינקע". זי איז פֿאָרגעקומען דעם 7טן און 8טן מײַ. אינטערעסאַנט איז געווען צו זען ווי אָט די טעמע ציט צו זיך צו אי די "לינקע" פֿאָרשער (אָדער לכל-הפּחות אַזעלכע, וואָס באַטראַכטן זיך אַליין ווי אָנהענגער פֿון די קרײַזן), אי די נעאָ-קאָנסערוואַטיווע פֿאָרשער. עס זעט טאַקע אויס, אַז איינע פֿון די באַליבטסטע טעמעס בײַ דער צווייטער גרופּע איז די באַטייליקונג פֿון די ייִדן אין די קאָמוניסטישע פּאַרטייען. זיי באַטראַכטן די דערשײַנונג ווי אַ פֿאַרקריפּלטע אין דער געשיכטע בכלל, אָדער ווי האַרווי קלער (עמאָרי־אוניווערסיטעט), וועלכער האָט וועגן דעם גערעדט, האָט דערקלערט צום סוף פֿון זײַן רעדע: "די ייִדישע קאָמוניסטן האָבן אַ סך וואָס צו אַנטשולדיקן זיך!". זײַן רעפֿעראַט אַליין האָט ער געווידמעט דער טעמע "ייִדן אין דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי". ווי באַקאַנט, איז אין ישׂראל, בשעת מע פּראַוועט דעם נאַציאָנאַלן יום-טובֿ פֿון אומאָפּהענגיקייט, פֿאַרשפּרייט דער מינהג אַרויסצופֿאָרן אין די פּאַרקן און צו בראָטן דאָרט פֿלייש. די זעלבע טראַדיציע איז אַריבערגעטראָגן געוואָרן אין ניו-יאָרק, וווּ אין "בי. בי. קינג בלוז באַר און גריל", וואָס געפֿינט זיך אין סאַמע האַרץ פֿון דער שטאָט, אויף "טײַמס־סקווער", ווערט עס געטאָן שוין דאָס נײַנטע יאָר. פֿון דעם איז נישט שווער צו פֿאַרשטיין, אַז דער בעל-הבית פֿון דעם דאָזיקן "נאַכט-קלוב" איז אַליין אַן ישׂראלי. אַרום צוועלף הונדערט מענטשן האָבן דעם 25סטן אַפּריל זיך צונויפֿגעזאַמלט אויף דער דאָזיקער נאַציאָנאַלער אונטערנעמונג, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער אָרגאַניזאַציע "דור חדש" (דער נײַער דור) בשותּפֿות מיט נאָך אַ 100 אַנדערע אָרגאַניזאַציעס. די הויפּט־מענטשלעכע רעסורסן פֿאַר אַזאַ מין שׂימחה קומען פֿון צוויי גרופּעס: געוועזענע ישׂראלים און די זין און טעכטער פֿון געוועזענע ישׂראלים; ווי אויך פֿון די ייִדן וואָס גייען (אָדער זײַנען געגאַנגען) אין די ייִדישע טאָג-שולן, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי זענען מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. די צווייטע גרופּע באַצייכנט זיך כּלל-וכּלל נישט ווי אַ פּראָגרעסיווע, אָדער קאָנסערוואַטיווע, שוין גיכער — נוסח אַמעריקאַנער רעפּובליקאַנישע פּאַרטיי; און זי האָט טאַקע דאָמינירט אין יענעם אָוונט. למשל, בײַם ערשטן טייל פֿונעם אָוונט, דעם יום-הזכּרון, האָט מען אָן אַן עק גלאָריפֿיצירט דעם מיליטערישן כּוח פֿון ישׂראל, אָן צו דערמאָנען אַפֿילו מיט איין איינציק וואָרט די ווערטן פֿון שלום און ברודערשאַפֿט צווישן פֿעלקער. זייער ערשטע סטאַנציע האָבן זיי געמאַכט אין וואַשינגטאָן, וווּ זיי האָבן זיך באַטייליקט אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער פּראָ-שלום און פּראָ-ישׂראל שתּדלנות-אָרגאַניזאַציע "דזשיי-סטריט". דאָרט האָט סתּיו געהאַלטן אַ רעדע אויף דער בכּבֿודיקער עפֿנטלעכער סעסיע צוזאַמען מיט דעם בירגער־מײַסטער פֿון ירוחם (אַ שטעטל אין דרום פֿון ישׂראל) מיכאל ביטאָן, און דעם באַרימטן ישׂראלדיקן מחבר עמוס עוז. זי האָט באַשריבן פֿאַרן צונויפֿגעזאַמלטן עולם, פֿון אַרום צוויי טויזנט מענטשן, די געשעענישן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם זומער; די נאַכט, וואָס זי מיט נאָך אַנדערע אַקטיוויסטן, האָבן פֿאַרבראַכט צוזאַמען אין איין תּפֿיסה-צימער: "רבותי, באַקענט זיך מיט אונדז, די נײַע פֿאַרברעכערס פֿון ישׂראל!" — האָט סתּיו זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר דעם עולם; און דערצו האָט זי קאָנפֿראָנטירט נתניהוס לעצטע אַמעריקאַנער אויפֿטרעטונג מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, זאָגנדיק, אַז "אין דער רעגירונג זענען, ליידער, דאָ אַזעלכע, וואָס פּראָבירן צו פֿאַרשווײַגן די סאָציאַלע באַדערפֿענישן פֿונעם פֿאָלק דורך דער אומפּראָפּאָרציאָנעלער באַטאָנונג פֿון די דרויסנדיקע באַדראָונגען." אָט אַזוי דערקלערט שירה בן שׂשׂון פֿורסטענבערג, אַן אָרטאָדאָקסישע פֿרוי פֿון ירושלים, איר ייִדישן פּלוראַליסטישן אַני-מאמין. אין ישׂראל אַרבעט זי ווי די פֿאָרזיצערין פֿון דעם פּראָיעקט פֿאַר רעליגיעזן און קולטורעלן פּלוראַליזם בײַם "שתּיל־צענטער", אַ ליבעראַלע נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציע (NGO), וואָס אַרבעט לטובֿת דער געזעלשאַפֿטלעכער ענדערונג. לעצטנס, איז זי אָנגעקומען קיין ניו-יאָרק אויף אַ באַזוך מיט איר ברודער הלל בן-שׂשׂון, וואָס איז אַליין אַן אַקטיוויסט, און האָט גערעדט צו אַ גרופּע ישׂראלים. די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF). אויפֿן אָוונט האָט זי דערציילט וועגן די פּראָבלעמען וואָס באַווירקן דעם דורכשניטלעכן ישׂראלדיקן בירגער, ווען ער קומט אין קאָנטאַקט מיטן רעליגיעזן עסטאַבלישמענט אין לאַנד. ווי באַוווּסט, הערשט אין ישׂראל דער אָרטאָדאָקסישער עסטאַבלישמענט איבער אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צו די משפּחה-דינים. שוין 15 יאָר קומט אין דײַטשלאַנד פֿאָר אַ יערלעכער סימפּאָזיום (לסירוגין, טריר, דיסעלדאָרף), וווּ עס זאַמלען זיך צונויף כּלערליי מומחים אינעם געביט פֿון ייִדיש. כּדי ניט צו מאַכן קיין קאָמפּראָמיסן און אָנהאַלטן דעם הויכן ניוואָ פֿון די רעפֿעראַטן, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן — פּראָפֿעסאָר מאַריאָן אַפּרוט פֿון דיסעלדאָרף און פּראָפֿעסאָר שמעון נויבערג פֿון טריר — אײַנגעפֿירט אַ כּלל, אַז די באַטייליקטע זאָלן האַלטן זייערע רעדעס אָדער אויף דײַטש, אָדער אויף ייִדיש. אויף אַזאַ אופֿן באַקומט מען אַן אייגנאַרטיקע אייראָפּעיִשע סבֿיבֿה, אַנטקעגן די מער דאָמינירנדיקע אַקאַדעמישע צענטערס פֿון ייִדישע לימודים, און קודם-כּל, אין דער ענגליש־שפּראַכיקער צפֿון-אַמעריקע. אַזוי צי אַזוי, איז הײַיאָר דער סימפּאָזיום פֿאָרגעקומען אינעם הענריך הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסעלדאָרף, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער. "אונדזער ציל איז צו לאָזן וויסן די אַמעריקאַנער ייִדן וועגן דעם צושטאַנד פֿון די עטיאָפּישע ייִדן אין ישׂראל. מיר פֿאָדערן אַ בײַטונג: גלײַכע רעכטן פֿאַר אַלע ישׂראלדיקע בירגער. מיר האָבן זייער ליב דאָס לאַנד, און מיר זאָרגן זייער פֿאַר דער מדינה, אָבער עס זענען דאָ אַ פּאָר אומגערעכטע זאַכן, וואָס מע דאַרף ענדערן." אָט די קלאָרע דיבורים, זאָגט מיר פּערזענלעך בידזשיי באַהאַראַני, אַ יונגע פֿרוי וואָס וווינט שוין איבער צען יאָר אין ניו-יאָרק, און וואָס איז איינע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם סאָלידאַריטעט־אָוונט מיט די עטיאָפּישע ישׂראלים. דער אָוונט איז לעצטנס פֿאָרגעקומען בײַם הילל-קאָלומביע. דאָס איז געווען נאָר אַ טייל פֿון אַ גאַנצער קאַמפּאַניע, וואָס איז כּולל דאָס אונטערשרײַבן פּעטיציעס און אָרגאַניזירן דעמאָנסטראַציעס לטובֿת דעם ענין. הייסע דעמאָנסטראַציעס זענען עד-היום אין ישׂראל שוין פֿאָרגעקומען. דאָך, איז מען אין אַמעריקע, מער אָפּגעהיט אַרויסצוּווײַזן אַ שטאַרקערן פּראָטעסט־קול קעגן די עוולות אין ישׂראל. ליידער, האָבן זיך אויך דאָס מאָל געהערט אויפֿן פּאַנעל אַ סך "וואַסערדיקע רייד". אורה, איז געבוירן געוואָרן מיט דרײַסיק יאָר צוריק אין ירושלים. אירע עלטערן זענען ביידע אַמעריקאַנער עולים, וואָס האָבן זיך באַקענט אין ישׂראל, לערנענדיק זיך אין דער פּרדס-אינסטיטוציע (אַן אינסטיטוציע אין ירושלים צו לערנען ייִדישקייט די ייִדישע סטודענטן פֿון אויסלאַנד). אין יענער צײַט (סוף 1970ער יאָרן) איז געווען אַ גרויסע עליה־כוואַליע פֿון אַמעריקע צוליב ציונסטישע סיבות. ביידע מיט אַ סעקולערן הינטערגרונט, זענען זיי כּמעט אין איין צײַט געוואָרן אין ישׂראל בעלי-תּשובֿה. זייער טאָכטער האָבן זיי געשיקט אין דער רעליגיעזער פּלך-גימנאַזיע אין ירושלים, וואָס ווערט גערעכנט פֿאַר דער ערשטער רעליגיעז-פֿעמיניסטישע שול אין ישׂראל. אורהס משפּחה (די עלטערן מיט צוויי שוועסטער און צוויי ברידער) וווינט נאָך עד-היום אין ירושלים און אַלע זענען געבליבן אין דער וועלט פֿון "געשטריקטע יאַרמולקעס". הײַנט צו טאָג, דעפֿינירט אורה זיך אַליין ווי אַ טראַדיציאָנעלע. |