מײַקל וואַלצער בעת זײַן שליסלטאָן-רעדע. בײַם טיש זיצט פּראָפֿעסאָר דזשאַק דזשייקאָבס, איינער פֿון די הויפּט-אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ |
Credit: Adi Mahalel |
"די לינקע האָבן דעמאָלט איבער דער וועלט געבליט און געצוויט", — האָט דערציילט פֿאַרן עולם אין ייִוואָ דער געלערנטער עזראַ מענדלסאָן (העברעיִשער אוניווערסיטעט, ירושלים); דעמאָלט, בעת ער איז אויפֿגעטראָטן בײַ דער קאָנפֿערענץ פֿון 1964, איז ער אַלט געווען 23 יאָר. "מיר האָבן אין יענער צײַט נאָך באַטראַכט ישׂראל ווי אַ סאָציאַליסטישע מדינה", האָט ער קרעכצנדיק צוגעגעבן.
נו, די צײַטן בײַטן זיך. עס קומט דאָס יאָר 2012 און אָט איז די טעמע צוריק אַרויף אויפֿן סדר־היום. יעדנפֿאַלס, פֿאַר די באַטייליקטע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִוו״אָ־קאָנפֿערענץ מיטן טיטל "ייִדן און די לינקע". זי איז פֿאָרגעקומען דעם 7טן און 8טן מײַ.
אינטערעסאַנט איז געווען צו זען ווי אָט די טעמע ציט צו זיך צו אי די "לינקע" פֿאָרשער (אָדער לכל-הפּחות אַזעלכע, וואָס באַטראַכטן זיך אַליין ווי אָנהענגער פֿון די קרײַזן), אי די נעאָ-קאָנסערוואַטיווע פֿאָרשער. עס זעט טאַקע אויס, אַז איינע פֿון די באַליבטסטע טעמעס בײַ דער צווייטער גרופּע איז די באַטייליקונג פֿון די ייִדן אין די קאָמוניסטישע פּאַרטייען. זיי באַטראַכטן די דערשײַנונג ווי אַ פֿאַרקריפּלטע אין דער געשיכטע בכלל, אָדער ווי האַרווי קלער (עמאָרי־אוניווערסיטעט), וועלכער האָט וועגן דעם גערעדט, האָט דערקלערט צום סוף פֿון זײַן רעדע: "די ייִדישע קאָמוניסטן האָבן אַ סך וואָס צו אַנטשולדיקן זיך!". זײַן רעפֿעראַט אַליין האָט ער געווידמעט דער טעמע "ייִדן אין דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי".
עס איז דערגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז אַפֿילו דער אַנטי-קאָמוניסט און סאָציאַל-דעמאָקראַט פּראָפֿעסאָר דזשאַק דזשייקאָבס, האָט זיך אָנגענומען די קריוודע פֿון די קאָמוניסטן און געפֿרעגט קלערן, צי דער צד־שכּנגד האָט נישט וואָס צו בעטן מחילה, למשל, פֿאַר די מעקאַרטי-רדיפֿות?
פּראָפֿעסאָר דזשייקאָבס, איינער פֿון די הויפּט-אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער זייער אינטערעסאַנטער און באַלערנדיקער קאָנפֿערענץ, האָט מיר געזאָגט אין שײַכות מיט דער פּאָלאַרישקייט, אַז די קאָנפֿערענץ איז "אַ געלעגנהייט פֿון אַלע צדדים צו רעדן איינער מיטן אַנדערן". ווי ער האָט מיר געגעבן צו פֿאַרשטיין פֿון זײַן אייגענער פּערזענלעכער איבערלעבונג, ווי אַ זון פֿון אַ בונדיסטישער מאַמע און אַ ביתּ"ריסטישן טאַטע (די אולטראַ-נאַציאָנאַליסטישע יוגנט-באַוועגונג פֿון די רעוויזיאָניסטן, ראָשי-תּיבֿות פֿון "ברית יוסף תּרומפּעלדאָר") — אַ מאָדערנע ייִדישע געמישטע חתונה.
די פּאָלאַרישע אַטמאָספֿער האָט זיך דערצו אויך בולט אויסגעדריקט בשעת מע האָט באַהאַנדלט דעם ענין פֿון די באַציִונגען צווישן די "לינקע" און ישׂראל. שוין אויף דער ערשטער סעסיע, מיטן טיטל "ישׂראל, ציוניזם, און די לינקע: אַמאָל און הײַנט", — האָט דער ייִוו״אָ־זאַל געשטורעמט. דער גרויסער טומל קומט, פֿאַרשטייט זיך פֿאָר, ווײַל די פֿאָרשערישע פֿראַגע פֿון ישׂראל איז פּאָליטיש זייער אַ הייסע. למשל, מיטשעל כּהן (באַרוך-קאַלעדזש, ניו־יאָרק) האָט גערעדט וועגן "אַנטי-ציוניזם, אַנטיסעמיטיזם און די לינקע." אים אַליין איז בכלל נישט געווען אַזוי פּשוט קלאָר און שאַרף אָנצוּווײַיזן דעם חילוק צווישן דעם אַנטיסעמיטיזם אַנטקעגן אַ לעגיטימער קריטיק פֿון ישׂראלס פּאָליטיק; ראָנאַלד ראַדאָש (האַדסאָן אינסטיטוט) האָט גערעדט וועגן דעם אַמאָליקן "ליבע-ראָמאַן" צווישן די "לינקע" און ישׂראל. דאָך, אויפֿן וועג, האָט ער פֿאַרגעסן צו דערמאָנען דעם פֿאַקט, אַז די געשטאַלטן וואָס ער האָט באַהאַנדלט אין זײַן פֿאָרשונג (ווי למשל, דער באַרימטער אַמעריקאַנער ייִדישער סאָציאַליסט איי. עף. סטאָן), פֿלעגט אַליין זייער שאַרף קריטיקירן ישׂראלס פּאָליטיק; אַפֿילו דעמאָלט, ווען זיי האָבן שוין יאָ אַרויסגעוויזן סימפּאַטיע כּלפּי דעם ציוניזם אין פֿאַרשידענע צײַטן.
די ענינים האָבן זיך ממש גענומען אָנהינצן בשעת פּראָפֿעסאָר יואבֿ פּלד (תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט) האָט געהאַלטן זײַן רעדע וועגן "דער דעבאַטע איבער דעם ציוניזם ווי אַ קאָלאָניאַליסטישע באַוועגונג". ס’איז נישט געווען אַזוי לײַכט סײַ פֿאַרן עולם און סײַ פֿאַר נישט-ווייניק פֿון די געלערנטע, וועלכע זײַנען אויפֿגעוואַקסן אויף פֿאַרשידענע מיטאָסן אַרום דער ישׂראל־געשיכטע, גורם צו זײַן פּלדס היסטאָרישע אינטערפּרעטאַציע.
פּלד אַליין האָט בײַם אָנהייב פֿון זײַן אויפֿטריט אונטערגעשטראָכן דעם טערמין "וויסנשאַפֿט" אין די ראָשי-תּיבֿות פֿון "ייִוו״אָ", געבנדיק דערמיט אָנצוהערן, אַז דער עולם זאָל זיך אָננעמען מיט געדולד, אײַנגעהאַלטנקייט און דרך-ארץ, מחמת די טעמע פֿון זײַן רעפֿעראַט וועט אויפֿגענומען ווערן זייער עמאָציאָנעל. די סעסיעס וועגן ייִדן אין די נײַע "לינקע" באַוועגונגען, וועגן ייִדישע פֿרויען אין די "לינקע קרײַזן", זענען געווען אינטערעסאַנט, אָבער דאָך ווייניקער פּאָלעמיש, ווי די פֿריִער־דערמאָנטע סעסיעס.
די הויפּט־פֿראַגע פֿון דער קאָנפֿערענץ בכלל, און פֿון מײַקל וואַלצערס "שליסלטאָן-רעדע" בפֿרט, איז געווען, ווי אַזוי מע זאָל באַטראַכטן דעם פֿענאָמען פֿון ייִדישן לינקיזם. צי זאָל מען אויף דעם קוקן ווי אויף אַ מאָדנע דערשײַנונג פֿון עבֿר, וואָס געהערט שוין מער צו די מוזיי-אויסשטעלונגען און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען, אַנשטאָט ווי אַ לעבעדיקע זאַך און אַ טראַדיציע, וואָס מע דאַרף פֿאַרהיטן און זי אַנטוויקלען ווײַטער?
וואַלצער האָט אָנגערופֿן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט וואָס ווײַזן דווקאַ אָן, אַז "ס’איז ניטאָ קיין גלײַכע ליניע צווישן ייִדישקייט און לינקיזם". צווישן אַנדערן, האָט ער דערמאָנט דעם געדאַנק פֿון "אַתּה בחרתּנו": "אַפֿילו נישט-ווייניק ליבעראַלע ייִדן גלייבן אין אָט דעם געדאַנק. נאָר זיי גלייבן, אַז מע האָט די ייִדן אויסדערוויילט בלויז פֿאַר ׳צרות׳... דאָס עקשנות אויף דעם געדאַנק האָט אָנגענומען אַ שאָוויניסטישע פֿאָרעם פֿון גלײַכהייט נאָר פֿאַר ייִדן, נישט פֿאַר אַלע מענטשן."
ווײַטער האָט וואַלצער גערעדט וועגן דעם סטאַטוס פֿון פֿרויען אין ייִדישקייט; מכּוח שרעק און שׂינאה פֿון גויים; דאָס שתּדלנות; קלעריקאַליזם און די העגעמאָניע פֿון רבנים; וועגן דער פֿײַנטלעכקייט כּלפּי דער פּאָליטישער טעטיקייט, ווײַל "ייִדן דאַרפֿן נאָר וואַרטן אויף משיח און טאָן גאָרניט". פֿאַרסך-הכּלענדיק זײַן רעדע האָט ער מודה געווען, אַז "מיר אין דער ייִדישער לינקער באַוועגונג האָבן נישט אַזוי גוט געטאָן וואָס שײַך דער קולטורעלער רעפּראָדוקציע... מע דאַרף זיך פֿאַרנעמען אויף אַ קריטישן אופֿן מיט דער טראַדיציע, וואָס געהערט נישט אַלע מאָל צו די אָרטאָדאָקסישע ייִדן." אַגבֿ, ווען עס רעדט זיך וועגן די ייִדן און די "לינקע", אַנטקעגן דעם ייִדישן "לינקיזם", זענען אַ סך, ווי עזראַ מענדלסאָן און אַנדערע, געווען איינשטימיק, אַז דער פֿענאָמען לעבט נאָך און בליט אויך הײַנט צו טאָג.
מענדלסאָן זעט הײַנט עפּעס פֿון אַ ייִדישן "לינקיזם" אין דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, הגם ער גלייבט, אַז אין דער צוקונפֿט וועט אַ ייִדישער "לינקיזם" עקזיסטירן נאָר אין ישׂראל (בעיקר, וואָס שײַך די שפּראַך־ענינים). ער באַטאָנט, אַז הײַנט לעבן מיר "אין אַ וועלט, וווּ נאַציאָנאַליזם האָט גענומען די אויבערהאַנט איבער דעם סאָציאַליזם." און "אַזוי ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי אידלט זיך", האָט מענדלסאָן צוגעגעבן אויף ייִדיש, האָבנדיק אין זינען די איצטיקע עקסטרעם־רעכטע רעגירונג אין ישׂראל; און ס׳רובֿ באַטייליקטע אויף דער קאָנפֿערענץ זײַנען מיט אים מסכּים געווען.