סאַשאַ באַראָן-כּהן שפּילט די ראָלע פֿון אַלאַדין אינעם נייעם פֿילם "דער דיקטאַטאָר" |
נו, עס איז געקומען דאָס יאָר 2008 מיטן עקאָנאָמישן קריזיס און איבערגעקערט דעם דאָזיקן נאַיִוון אָפּטימיזם. אַזוי, אַז ווען מע שאַפֿט הײַנט אַ סאַטירע קעגן אַ מוסולמענישן דיקטאַטאָר, מוז מען גלײַכצײַטיק אָפּלאַכן פֿון דער שוואַכער אַלטערנאַטיווע וואָס די מערבֿ-וועלט לייגט פֿאָר — די נעאָ-ליבעראַלע דעמאָקראַטיע.
"שטעלט אײַך פֿאָר אַ מלוכישע סיסטעם" — פּראָבירט איבערצײַגן דעם עולם דער דיקטאַטאָר אַלאַדין, צום סוף פֿונעם נײַעם פֿילם "דער דיקטאַטאָר" (The Dictator, 2012), אין די גרויסע מעלות פֿון דער דיקטאַטור אַנטקעגן דער דעמאָקראַטיע — "וווּ איין פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג הערשט איבער די איבעריקע". מיט אַזעלכע ווערטער מאַכט דער האָליוווּדישער פֿילם אַ שפּאָט פֿון דעם איצטיקן סטאַטוס פֿון ס׳רובֿ מערבֿדיקע בירגער. אין דעם פֿילם ווילן די כּלומרשטע פּראָ-דעמאָקראַטיע כּוחות פּריוואַטיזירן דעם לאַנדס נאַפֿט-זאַפּאַסן. אַזוי, אַז עס רעדט זיך דאָ נישט אין קיין בולטן קאַמף פֿון גוטס קעגן שלעכטס, נאָר גיכער פֿון עפּעס שלעכטס קעגן עפּעס וואָס איז אַ ביסל ערגער.
סאַשאַ באַראָן-כּהן, דער באַרימטער בריטישער ייִדישער קאָמעדיאַנט, האָט געשאַפֿן די געשטאַלט פֿון דעם דיקטאַטאָר אַלאַדין, וואָס דאָמינירט מיט אַ שטרענגער האַנט איבער דעם אויסגעטראַכטן צפֿון-אַפֿריקאַנער לאַנד וואַדיאַ. באַראָן-כּהן שפּילט די ראָלע מיט זײַן געוואַלדיקן מימיקער־ טאַלאַנט. די דאָזיקע געשטאַלט איז באַזירט אויף אַ געמיש פֿון אמתדיקע פּאַרשוינען: קאַדאַפֿי פֿון ליביע (מיט זײַן פּזרנות און ליבשאַפֿט צו שיינע פֿרויען), סאַדאַם כוסיין פֿון איראַק (וואָס די מערבֿ-וועלט האָט שוין אַרויפֿגעלייגט אַ האַנט אויף זײַנע נאַפֿט-רעסורסן) און אַכמאַדינעדזשאַד פֿון איראַן (אַלאַדין שטרעבט אינעם פֿילם צו אַנטוויקלען אַטאָמיש געווער). אָסאַמאַ בין-לאַדען איז זײַנס אַ גוטער חבֿר וואָס קומט צו אים צו גאַסט ("גיי נאָך אוסאַמאַ אין בית-כּסא אַרײַן, וועסטו פֿאַרשטיין דעם אמתן באַטײַט פֿון טעראָר", זאָגט ער אינעם פֿילם). דער פֿילם ווערט געווידמעט דעם פֿאַרשטאָרבענעם דיקטאַטאָר פֿון צפֿון-קאָרעאַ קים דזשונג-איל; און אַלאַדין איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ גרויסער אַנטיסעמיט, ווי ער זאָגט אויף אינטערוויוען: "לעצטנס אין וואַדיאַ, האָבן מיר געקרוינט מעל גיבסאָן ווי אונדזער מומחה פֿון קהלשע ענינים. הגם ער האָט לעצטנס געזאָגט גאָר באַליידיקנדיקע זאַכן — למשל, אַז ער וועט ווידער אַרבעטן מיט ייִדן."
די שעפֿערס פֿונעם פֿילם, אַרײַנגערעכנט לאַרי טשאַרלס וואָס האָט אויך רעזשיסירט באַראָן-כּהנס פֿריִערדיקע פֿילמען "באָראַט" פֿון 2006, און "ברונאָ" פֿון 2009, זענען פֿאָרט נישט אויסן נאָכצומאַכן טשאַפּלינס דערגרייכונג. אויב טשאַפּלין האָט געצילעוועט מיט זײַן פֿילם צו וואָרענען די וועלט וועגן דער היטלער-סכּנה, איז דער הײַנטיקער פֿילם שוין געמאַכט געוואָרן נאָך דער אַראַבישער ‘פֿרילינג’-צעפֿאַלונג פֿון אַ סך פֿון אָט די פֿירערס. נאָך מער, וואָס שייך איראַן, פּריידיקט דער פֿילם בפֿירוש פֿאַר אַ דיפּלאָמאַטישער לייזונג אַנטקעגן אַ מיליטערישער. דאָס איז אפֿשר אַפֿילו איינער פֿון די הויפּט-מאָטיוון פֿונעם פֿילם: מע דאַרף בעסער אַנטוויקלען די באַציִונגען צווישן די דאָזיקע רעגירונגען מיט דער מערבֿ-וועלט, מיטן צוגאַנג, אַז קיינער פֿון אָט די צדדים פֿאַרמאָגט נישט בעצם אַ מאָנאָפּאָל לגבי וואָס עס הייסט צדק. דער געדאַנק קומט צום אויסדרוק אינעם פֿילם, למשל, ווען אַלאַדין קומט קיין אַמעריקע און זאָגט: "אַך אַמעריקע, אויפֿגעבויט דורך די שוואַרצע און אין די הענט פֿון די כינעזער!".
ווי אין זײַנע פֿריִערדיקע פֿילמען, שפּילט די העברעיִשע שפּראַך דאָ די ראָלע פֿון דער נישט-מערבֿדיקער שפּראַך (באַראָן-כּהן קען די שפּראַך אַ דאַנק איין יאָר וואָס ער האָט אַמאָל פֿאַרבראַכט אין אַ קיבוץ). אויב באָראַטס קאַזאַכיש איז פֿאַקטיש געווען העברעיִש מיט אַ מאָדנעם (קאַזאַכישן?) אַקצענט, רעדט אַלאַדין העברעיִש מיט אַן אַראַבישן אַקצענט, אַ פֿאַקט וואָס מאַכט עס ספּעציעל אַ פֿאַרגעניגן פֿאַר ישׂראלים וואָס כאַפּן דעם הומאָר. אַפֿילו די ייִדישע שפּראַך שפּילט אַ קליינע ראָלע אינעם פֿילם, ווי אַ מין אָפֿיציעל ניו-יאָרקיש לשון.
אַ טייל אַמעריקאַנער פֿון אַראַבישן אָפּשטאַם באַקלאָגן זיך, מיט רעכט, למאַי די אַראַבער ווערן געשפּילט אינעם פֿילם אַזוי סטערעאָטיפּיש. אָבער צום מערסטנס לאַכט דער דאָזיקער פֿילם אָפּ און פּאַראָדירט אַלצדינג און אַלעמען, בבֿחינת הכּל הבֿל. אַ כּלל — גייט זען דעם פֿילם "דער דיקטאַטאָר". איר וועט קיין חרטה נישט האָבן.