|
סתּיו שפֿיר בעת איר רעדע אויף דער "דזשיי-סטריט קאָנפֿערענץ" אין וואַשינגטאָן |
Credit: Adi Mahalel |
אין משך פֿונעם זומער 2011, וואָס איז צום מערסטנס כאַראַקטעריזירט געוואָרן מיט די גרעסטע פּראָטעסטן אין דער געשיכטע פֿון ישׂראל, האָבן אַרויסגעבראַכט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט עטלעכע בולטע געשטאַלטן. באַזונדערס וויל זיך אויסטיילן די טעטיקייט פֿון די יונגע פֿרויען. צווישן זיי רופֿן מיר אָן די נעמען פֿון דער באַרימט-געוואָרענער דפֿני ליף און סתּיו שפֿיר. אויף איר פֿייסבוק-בלאַט האָט סתּיוס געשריבן, אַז זי קומט קיין אַמעריקע "פֿון אַ שלאָפֿלאָזער רײַזע, וואָס איר ציל איז צו פֿאַרבעטן די אַמעריקאַנער בירגער זיך אָנצושליסן אין דעם ווײַטערדיקן שטאַפּל פֿונעם קאַמף." צוזאַמען מיט איר איז אויך מיטגעקומען דער יונגער טעטיקער יונתן לוי.
זייער ערשטע סטאַנציע האָבן זיי געמאַכט אין וואַשינגטאָן, וווּ זיי האָבן זיך באַטייליקט אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער פּראָ-שלום און פּראָ-ישׂראל שתּדלנות-אָרגאַניזאַציע "דזשיי-סטריט". דאָרט האָט סתּיו געהאַלטן אַ רעדע אויף דער בכּבֿודיקער עפֿנטלעכער סעסיע צוזאַמען מיט דעם בירגער־מײַסטער פֿון ירוחם (אַ שטעטל אין דרום פֿון ישׂראל) מיכאל ביטאָן, און דעם באַרימטן ישׂראלדיקן מחבר עמוס עוז.
זי האָט באַשריבן פֿאַרן צונויפֿגעזאַמלטן עולם, פֿון אַרום צוויי טויזנט מענטשן, די געשעענישן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם זומער; די נאַכט, וואָס זי מיט נאָך אַנדערע אַקטיוויסטן, האָבן פֿאַרבראַכט צוזאַמען אין איין תּפֿיסה-צימער: "רבותי, באַקענט זיך מיט אונדז, די נײַע פֿאַרברעכערס פֿון ישׂראל!" — האָט סתּיו זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר דעם עולם; און דערצו האָט זי קאָנפֿראָנטירט נתניהוס לעצטע אַמעריקאַנער אויפֿטרעטונג מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, זאָגנדיק, אַז "אין דער רעגירונג זענען, ליידער, דאָ אַזעלכע, וואָס פּראָבירן צו פֿאַרשווײַגן די סאָציאַלע באַדערפֿענישן פֿונעם פֿאָלק דורך דער אומפּראָפּאָרציאָנעלער באַטאָנונג פֿון די דרויסנדיקע באַדראָונגען."
ווײַטער לגבי נתניהוס רעדע האָט זי געהאַט טענות מכּוח זײַן אופֿן צו שילדערן די מדינה. "ביבי האָט דאָ אין אַמעריקע באַשריבן ישׂראל מיט אַ חודש צוריק, ווי אַ געטאָ... פֿון אַ מקום-מיקלט איז דער ציוניסטישער חלום מגולגל געוואָרן אין אַ קאָשמאַר פֿון אַ באָמבע-מיקלט. שעם זיך ביבי! מיר ווילן האָבן אַ האָפֿענונג!"
מיט אירע ווערטער האָט שפֿיר זיכער באַגײַסטערט דעם עולם. מע איז אָבער געוואָרן אַ ביסל ווייניקער באַגײַסטערט, ווען זי האָט אויסגערופֿן, אַז "אפֿשר אַ טייל פֿון אײַך דערוואַרטן, איך זאָל אַרויסזאָגן דאָס וואָרט שלום... ניין! מיר קעמפֿן פֿאַר עפּעס אַ סך גרעסערס. מיר קעמפֿן פֿאַר די ווערטן פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט...." און דאָס, וואָס דער שׂכל דערפֿון איז נישט אַזוי קלאָר, האָט זי דווקאַ אויף אַ שלום-קאָנפֿערענץ דערקלערט. מע קען אפֿשר מיינען, אַז דער וועג צום שלום גייט אויך דורכן אינערלעכן קאַמף פֿאַר סאָציאַלן יושר, אָבער למאַי איז די ווערטיקייט פֿון שלום ווייניקער וויכטיק פֿונעם סאָציאַלן צדק? "מע מוז שטענדיק האַלטן אויפֿגעהויבן ביידע פֿענער און דווקאַ באַטאָנען די פֿאַרבינדונג און וויכטיקייט פֿון די ביידע אַספּעקטן, אויב מע וויל באמת דערגרייכן עפּעס ממשותדיקס".
פֿרייטיק־צו־נאַכט אויף זייער אויפֿטרעטונג אין דער "אנשי-חסד שיל", אויף דעם אַפּער-וועסט-סײַד, האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אַן ערך 65 מענטשן. אַלע האָבן נאָכן דאַווענען געהערט מיט נײַגער, דאָס מאָל סײַ פֿון יונתן און סײַ פֿון סתּיו, זייער דין-וחשבון לגבי די געשעענישן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, וועגן זייערע פּלענער און האָפֿענונגען.
אינטערעסאַנט איז געווען צו הערן פֿון ביידע רעדנערס, ווי זיי אידענטיפֿיצירן זיך מער מיט זייערע באָבע-זיידעס, "וואָס זענען אָנגעקומען אין לאַנד מיט אַ משוגענעם און שיינעם חלום", ווי מיט זייערע "צינישע אינדיווידואַליסטישע טאַטע-מאַמעס". דאָס איז פֿאַרשטייט זיך, אַ טיפּישער פֿענאָמען צווישן די אימיגראַנטן — אַ מין גלאָריפֿיצירונג פֿונעם ערשטן דור אינעם נײַעם לאַנד, אַנטקעגן דעם ‘אַסימילירטן’ צווייטן דור.
שפּעטער, אינעם זעלבן אָוונט, האָבן זיי בײַם קאָלומביע-הלל זיך געטראָפֿן מיט די יונגע סטודענטן, וועלכע געהערן צו אַ פּראָ-ישׂראל פּראָגרעסיווער גרופּע אין קאַמפּוס (ProPro), און ווײַטער דערציילט מכּוח זייער באַוועגונג.
אַ טאָג פֿריִער האָבן זיי זיך געהאַט געטראָפֿן מיט אַ פּאָר אָנפֿירער פֿון "אָקופּירט וואָל-סטריט!". "אַלע זענען זיי געווען ייִדן", האָט שפֿיר באַמערקט אַ ביסל פֿאַרחידושט. די ישׂראלים האַלטן, אַז ביידע גרופּעס פֿירן זיך זייער אַנדערש: "מיר קומען מיט געוויסע פּלענער און פּאָליטיק ווי צו ענדערן דעם מצבֿ און זיי, ווי אויך אין שפּאַניע, למשל, נישט."
מע מעג נאָך אַלעמען שטעלן די פֿראַגע, צי די אַמעריקאַנער וועלן איצט טאַקע מאַסנווײַז אָנהייבן שטיצן דעם סאָציאַלן קאַמף אין ישׂראל? ס׳איז שווער אין דעם צו גלייבן. מע לײַדט דאָך אין אַמעריקע אַ גראָשן נישט ווייניקער פֿון די זעלבע געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען פֿון סאָציאַלן אומיושר און עקסטרעמער אומגלײַכקייט. איז פֿאַר וואָס זשע זאָלן די אַמעריקאַנער ייִדן און על-אַחת-כּמה-וכּמה סתּם אַמעריקאַנער פֿאַרזען זייערע אייגענע צרות, לטובֿת יעניקע, וואָס קומען פֿון ישׂראל? צוריק געשמועסט, דווקא צוליב דעם סאָרט ‘ענלעכקייטן’ צווישן די ביידע לענדער, קען מען אפֿשר באַטראַכטן ישׂראל ווי אַ מין לאַבאָראַטאָריע פֿון "סאָציאַלער ענדערונג". אַזאַ ענדערונג וואָס וועט פֿאָרויסזען אַן ענלעכן "במהרה בימינו" סאָרט פּראָצעס אין אַמעריקע.