- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"אונדזער ציל איז צו לאָזן וויסן די אַמעריקאַנער ייִדן וועגן דעם צושטאַנד פֿון די עטיאָפּישע ייִדן אין ישׂראל. מיר פֿאָדערן אַ בײַטונג: גלײַכע רעכטן פֿאַר אַלע ישׂראלדיקע בירגער. מיר האָבן זייער ליב דאָס לאַנד, און מיר זאָרגן זייער פֿאַר דער מדינה, אָבער עס זענען דאָ אַ פּאָר אומגערעכטע זאַכן, וואָס מע דאַרף ענדערן." אָט די קלאָרע דיבורים, זאָגט מיר פּערזענלעך בידזשיי באַהאַראַני, אַ יונגע פֿרוי וואָס וווינט שוין איבער צען יאָר אין ניו-יאָרק, און וואָס איז איינע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם סאָלידאַריטעט־אָוונט מיט די עטיאָפּישע ישׂראלים. דער אָוונט איז לעצטנס פֿאָרגעקומען בײַם הילל-קאָלומביע. דאָס איז געווען נאָר אַ טייל פֿון אַ גאַנצער קאַמפּאַניע, וואָס איז כּולל דאָס אונטערשרײַבן פּעטיציעס און אָרגאַניזירן דעמאָנסטראַציעס לטובֿת דעם ענין. הייסע דעמאָנסטראַציעס זענען עד-היום אין ישׂראל שוין פֿאָרגעקומען. דאָך, איז מען אין אַמעריקע, מער אָפּגעהיט אַרויסצוּווײַזן אַ שטאַרקערן פּראָטעסט־קול קעגן די עוולות אין ישׂראל. ליידער, האָבן זיך אויך דאָס מאָל געהערט אויפֿן פּאַנעל אַ סך "וואַסערדיקע רייד". די פּראָבלעם פֿון די עטיאָפּישע ייִדן אין ישׂראל איז אַ האַרבע און אַ ממשותדיקע. זיי געפֿינען זיך אויפֿן סאַמע דנאָ פֿונעם אַרבעט-מאַרק. אַ נײַע פֿאָרשונג באַווײַזט, אַז זיי פֿאַרדינען אַפֿילו ווייניקער פֿון די אַראַבער אין ישׂראל (למשל, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון עטיאָפּיע מיט בילדונג פֿון זעקס יאָר און אַ דערפֿאַרונג וועט דורכשניטלעך פֿאַרדינען 137 שקלים פֿאַר איין אַרבעטס־טאָג). דערצו, און עס איז אפֿשר דער מיאוסטער אַספּעקט, לעבן זיי איבער אַ רעאַליטעט פֿון סעגרעגאַציע. אָבער אויב די פּאַנעליסטן אַליין האָבן זיך נישט גענוג שאַרף אויסגעדריקט, האָבן מיר די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער קהילה, פּנים-אל-פּנים, געשילדערט זייער אַ באַאומרויִקט בילד. עס רעדט זיך וועגן דעם, אַז אין די ערטער באַזעצט מיט אַ מערהייט עטיאָפּישע ישׂראלים, גייען זייערע קינדער אין באַזונדערע קינדער-גערטענער און שולן. עס זענען דאָ פֿאַלן פֿון איין קינדער-גאָרטן מיט צוויי באַזונדערע אַרײַנגאַנגען — איינער פֿאַר "ווײַסע ייִדן", און דער אַנדערער — פֿאַר עטיאָפּישע קינדער. ווי באַוווּסט, גייען די עטיאָפּישע קינדער, זינט זייער אָנקומען אין לאַנד, אין רעליגיעזע שולן, וואָס ווערן אָנגעפֿירט דורך דער "המזרחי"-באַוועגונג. דערצו, האָט מיך דערמוטיקט שׁושׁ פּיקאַדאָ-קרעמער, אַ קוק צו טאָן אויף אַ יו-טיוב ווידעאָ (https://www.youtube.com/watch?v=ku5VcEA2bUk) וווּ מען קען זען דעם פֿונק, וואָס האָט לכתּחילה אָנגעצונדן די איצטיקע פּראָטעסט־כוואַליע. מע זעט דאָרטן, ווי טייל אײַנוווינער אין קרית-מלאכי (אַ קליינע שטאָט אין דרום־טייל פֿון ישׂראל) מאַכן יד-אַחת נישט צו פֿאַרדינגען דירות צו עטיאָפּיער. פּיקאַדאָ-קרעמער, אַ מאַמע פֿון צוויי קינדער וואָס וווינט שוין פֿיר יאָר אין ניו-יאָרק, האָט מיר געזאָגט, אַז נאָכן זען דעם דאָזיקן ווידעאָ, האָט זי אָנגענומען דעם באַשלוס צו אָרגאַניזירן אָט די אונטערנעמונג. איינער זאָגט דאָרט, למשל, אַז "דער בעסטער עטיאָפּיער איז יענער, וואָס ליגט שוין אין קבֿר" — אַ מיאוסער אויסדרוק, וואָס ווערט לרובֿ געזאָגט וועגן די אַראַבער. די אינטערוויויִרטע אײַנוווינער פֿונעם שטעטל דריקן כּסדר אויס אַ זאָרג, אַז דער פּרײַז אויף זייערע דירות וועט פֿאַלן, אויב זיי וועלן, חלילה, האָבן עטיאָפּישע שכנים. עפּעס וואָס באַווײַזט, ווי דער אַזוי גערופֿענער "פֿרײַער" וווינונגס-מאַרק פֿאַרשטאַרקט נאָר די טענדענצן פֿון עטנישער דיסקרימינאַציע, און נישט פֿאַרקערט. די גרופּע פּאַנעליסטן איז אין יענעם אָוונט באַשטאַנען פֿון: אפֿרים איסאַק, אַן עטיאָפּישער פּראָפֿעסאָר פֿון טעאָלאָגיע בײַם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, דער וויצע־קאָנסול פֿון ישׂראל אין ניו-יאָרק גיל לײַנער, אַ יונגער עטיאָפּיער, וואָס מאַכט אַ מאַגיסטער אין ביזנעס בײַם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, און אַנדערע. אַ וואָרט האָט אויך געהאַט דער עטיאָפּיש-ישׂראלדיקער רבֿ שרון שלום, וואָס שטייט בראָש פֿון אַן אַשכּנזישער קהילה אין קרית-גת (אויך אַ קליינע שטאָט אין דרום־טייל פֿון ישׂראל). דער דאָזיקער רבֿ, ווערט גערעכנט ווי דער ערשטער עטיאָפּיער, וואָס האָט אַמאָל אָנגעשריבן אַ בוך וועגן שולחן-ערוך. אַחוץ זײַן טעאָריע, אַז משיח וועט מוזן זײַן אַן עטיאָפּיער, האָט ער כּסדר באַפּוצט זײַנע רייד מיט ייִדישע אויסדרוקן. דער אויסדרוק "אַ גוטער נאָמען גייט ווײַט, אַ שלעכטער נאָמען גייט נאָך ווײַטער", האָט ער געבראַכט ווי אַ בײַשפּיל אין שײַכות מיט דער געשיכטע פֿון דער עטיאָפּישער עליה. "דער גוטער נאָמען" באַטײַט לשיטתו די היסטאָרישע "מכּוש ועד ישׂראל" — רײַזע פֿון די עטיאָפּישע ייִדן, וואָס מע האָט דאָרט באַשריבן ווי "איינע פֿון די שענסטע געשיכטעס אין ציוניזם". אַגבֿ, די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן דעמאָלט זייער אַקטיוו אָנטייל גענומען אין דעם. און "דער שלעכטער נאָמען" באַטײַט די ווייניקער-שיינע געשיכטע פֿון זייער אַדאַפּטירונג אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט גופֿא. "מיר מוזן ענדערן די סטערעאָטיפּן פֿון די עטיאָפּיער, ווי זיסע און נישט אַזוי קלוגע מענטשן", האָט דער רבֿ געזאָגט. אַלע פּאַנעליסטן האָבן איינשטימיק באַטאָנט דאָס חשיבֿות פֿון ענדערן אַזעלכע סטערעאָטיפּן און אויסגלײַכן דעם סטאַטוס פֿון די עטיאָפּיער אין ישׂראל. דערציִונג איז בלי־ספֿק זייער וויכטיק, אָבער עס איז מסתּמא נישט גענוג. ס’רובֿ פֿון זיי — צו דער אַנטוישונג פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן, וואָס האָבן בדעה געהאַט צוצוציִען וואָס מער "עכטע" אַמעריקאַנער-ייִדן צו זייער אונטערנעמונג — זענען דווקא געווען די אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנער. אַ טייל פֿון זיי האָט חתונה געהאַט מיט ייִדישע עטיאָפּישע פֿרויען; אַ טייל פֿון די אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנער ייִדן, און אַ טייל סתּם נײַגעריקע צוקוקער. זיי טראָגן מיט זיך די דערפֿאַרונג און דעם היסטאָרישן זכּרון פֿון סעגרעגאַציע אין אַמעריקע און פֿון דעם קאַמף קעגן דעם, וואָס האָט געבראַכט צו אַ קולמינאַציע אין די 1950ער און 1960ער יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. די גאַנצע אונטערנעמונג האָט אַרויסגעוויזן, אַז נאָך אַלעמען, ווײַזן די אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנער אַרויס אַ גרעסערן אינטערעס הײַנט צו די פּראָבלעמען פֿון די עטיאָפּישע ייִדן, ווי ס’רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס זיי ליגט עס, אַפּנים, אין דער לינקער פּיאַטע. |