מע טאַנצט דיסקאָ לכּבֿוד ישׂראלס 64סטן געבורטס־טאָג |
Credit: Adi Mahalel |
ווי באַקאַנט, איז אין ישׂראל, בשעת מע פּראַוועט דעם נאַציאָנאַלן יום-טובֿ פֿון אומאָפּהענגיקייט, פֿאַרשפּרייט דער מינהג אַרויסצופֿאָרן אין די פּאַרקן און צו בראָטן דאָרט פֿלייש. די זעלבע טראַדיציע איז אַריבערגעטראָגן געוואָרן אין ניו-יאָרק, וווּ אין "בי. בי. קינג בלוז באַר און גריל", וואָס געפֿינט זיך אין סאַמע האַרץ פֿון דער שטאָט, אויף "טײַמס־סקווער", ווערט עס געטאָן שוין דאָס נײַנטע יאָר. פֿון דעם איז נישט שווער צו פֿאַרשטיין, אַז דער בעל-הבית פֿון דעם דאָזיקן "נאַכט-קלוב" איז אַליין אַן ישׂראלי.
אַרום צוועלף הונדערט מענטשן האָבן דעם 25סטן אַפּריל זיך צונויפֿגעזאַמלט אויף דער דאָזיקער נאַציאָנאַלער אונטערנעמונג, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער אָרגאַניזאַציע "דור חדש" (דער נײַער דור) בשותּפֿות מיט נאָך אַ 100 אַנדערע אָרגאַניזאַציעס.
די הויפּט־מענטשלעכע רעסורסן פֿאַר אַזאַ מין שׂימחה קומען פֿון צוויי גרופּעס: געוועזענע ישׂראלים און די זין און טעכטער פֿון געוועזענע ישׂראלים; ווי אויך פֿון די ייִדן וואָס גייען (אָדער זײַנען געגאַנגען) אין די ייִדישע טאָג-שולן, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי זענען מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. די צווייטע גרופּע באַצייכנט זיך כּלל-וכּלל נישט ווי אַ פּראָגרעסיווע, אָדער קאָנסערוואַטיווע, שוין גיכער — נוסח אַמעריקאַנער רעפּובליקאַנישע פּאַרטיי; און זי האָט טאַקע דאָמינירט אין יענעם אָוונט. למשל, בײַם ערשטן טייל פֿונעם אָוונט, דעם יום-הזכּרון, האָט מען אָן אַן עק גלאָריפֿיצירט דעם מיליטערישן כּוח פֿון ישׂראל, אָן צו דערמאָנען אַפֿילו מיט איין איינציק וואָרט די ווערטן פֿון שלום און ברודערשאַפֿט צווישן פֿעלקער.
ווי אַ קינד אין ישׂראל, געדענק איך, אַז צוזאַמען מיט דער דערוואַרטנדיקער מיליטערישער אינדאָקטרינאַציע, האָט מען אויך געפֿילט אין יענעם טאָג דעם גרויסן טרויער איבער די יונג-געפֿאַלענע נפֿשות. דאָ אין ניו-יאָרק האָט מען אַ ביסל "פֿאַרגעסן" וועגן אַזעלכע, אפֿשר ווייניק-באַקוועמע אַספּעקטן, באַטאָנענדיק נאָר די ווערטן פֿון "געווינען", "נאַציאָנאַלער גבֿורה" און "די שׂונאים, וואָס טאָג-איין טאָג-אויס ברעכן דעם קאָפּ און טראַכטן כּסדר אויס פּלענער, ווי צו פֿאַרטיליקן די ייִדן".
אַ גאַנצע ריי פֿון ביבי-נאָכפֿאָלגער, יונגע מומחים פֿון "הסברה" ("פּראָפּאַגאַנדע"), זענען איינער נאָכן אַנדערן צוגעגאַנגען צו דער בינע און דערציילט אַלעמען, ווי גוט און שיין עס איז צו דינען אין דער ישׂראל־אַרמיי. עס איז אַן אידעאָלאָגישער סדר-היום, וואָס איז נישט כּולל ווערטער פֿון האָפֿענונג, און באַשטייט בלויז פֿון פֿאַרשפּרייטן געפֿילן פֿון מורא און שרעק. "דינען אין צה״ל איז אַ כּבֿוד און נישט קיין פֿליכט", האָט צבֿיקע לאַנדסבערג מיט שטאָלץ געזאָגט צום עולם, דערציילנדיק ווי ער האָט מקריבֿ געווען אַ קאַריערע אין טעניס, לטובֿת דער מיליטערישער דינסט אין ישׂראל.
"איר מוזט זען דעם האָליוווּדער פֿילם "וואַרף אַ ריזיקן שאָטן" פֿון 1966", האָט דער ישׂראלדיקער קאָנסול אין ניו-יאָרק דערמוטיקט די מענטשן. "אפֿשר פֿון אַ קינעמאַטאָגראַפֿישן קוקווינקל איז ער נישט אַזוי געראָטן, אָבער ער שילדערט שיין דעם בונד צווישן אַמעריקע און ישׂראל." דער דאָזיקער פֿילם, וועגן אַ ייִד פֿון אַמעריקע (קאָלאָנעל מיקי מאַרקוס), וואָס האָט זיך מאָביליזירט אין די "הגנה"-כּוחות אין פּאַלעסטינע, אַ מין "ציוניסטישער רעמבאָ", האָט געזאָלט, לויט דעם ישׂראלדיקן קאָנסול, אינספּירירן הײַנט די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן צו טאָן דאָס זעלבע; אָדער כאָטש שטיצן ישׂראל מיט געלט. עס האָט נאָר געפֿעלט אין יענעם אָוונט אַ מאַרש פֿון טאַנקען מיט בלוי-ווײַסע פֿענער, כּדי צו דערגאַנצן דאָס בילד פֿון באַוווּנדערונג פֿון דעם ישׂראלדיקן מיליטער.
נאָך דעם פּאַטריאָטישן געזאַנג האָט מען זיך אָנגעהויבן משׂמח זײַן, צו טרינקען און טאַנצן און די אַטמאָספֿער איז אַ ביסל לײַכטער געוואָרן. בשעתן שמועסן מיט מענטשן דאָרטן, האָב איך געהערט פֿאַרשידענע מיינונגען לגבי דעם מצבֿ. דאָריס פֿאַראַניק, אַ יונגע גראַדויִר-סטודענטקע אין ישיבֿה-אוניווערסיטעט פֿון קינדער-פּסיכאָלאָגיע זאָגט, אַז זי אידענטיפֿיצירט זיך סײַ ווי אַן איראַנישע און סײַ ווי אַ ייִדישע. אַליין איז זי געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, אָבער אירע עלטערן זענען אָפּשטאַמיקע פֿון איראַן, און זי רעדט פּערסיש און האָט נאָך קרובֿים אין טעהעראַן. "אסתּר המלכּה דינט פֿאַר מיר ווי אַ מוסטער", זאָגט זי מיר. לגבי אַ מעגלעכער מלחמה-אויסבראָך צווישן די צוויי מדינות וואָס זענען איר נאָענט צום האַרצן, זאָגט זי, אַז "איך בין קעגן געוואַלד. איך ווינטש אַלעמען זיך אויסצוקערעווען איינער צום צווייטן מיטן פּנים און אָפּגעבן כּבֿוד." זי האַלט, אַז דער "ענין איראַן" איז קודם־כּל אַ רעליגיעזער סיכסוך, און נישט קיין קולטורעלער קאָנפֿליקט. די איראַנישע ייִדן שטאָלצירן מיט זייער איראַנישער אידענטיטעט. "זיכער האָב איך הײַנט הנאה, ווי קען איך דאָ נישט הנאה האָבן אויף אַזאַ מסיבה?" — פֿאַרסך-הכּלט זי אונדזער שמועס.
אַן אַנדערע מיינונגען האָב איך געהערט פֿון אַ פּאָר שלום-אַקטיוויסטן, וואָס זענען אויך געקומען צו יענער אונטערנעמונג. סײַ טליה בן-עמי, סײַ אַבֿיבֿ ראָט האָבן אַ מאָדערנעם אָרטאָדאָקסישן הינטערגרונט, אָבער מיט דער צײַט זענען זיי אַ ביסל מער וועלטלעך געוואָרן; און ביידע זענען זיי הײַנט טעטיק אין "דזשיי-סטריט". ביידע זאָגן זיי, אַז זיי זענען געקומען אַהער ווייל זיי האָבן ליב ישׂראל, אָבער זיי זאָרגן אויך פֿאַר דער מדינהס צוקונפֿט. "מיר ווינטשן ישׂראל צו דערגרייכן אַן אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער און צו לעבן ווײַטער אין שלום און זיכערקייט אין צוויי שטאַטן." נו, עס וואָלט אויך שיין געווען צו הערן אַזעלכע ווערטער פֿון דער בינע, ווײַל אייביק קען מען דאָך נישט עקזיסטירן אויף דער שאַרף פֿון דער שווערד.