דער ברודער און שוועסטער, בן שׂשׂון: שירה (רעכטס) און הלל, בעתן באַזוך אין ניו-יאָרק |
Credit: Adi Mahalel |
אָט אַזוי דערקלערט שירה בן שׂשׂון פֿורסטענבערג, אַן אָרטאָדאָקסישע פֿרוי פֿון ירושלים, איר ייִדישן פּלוראַליסטישן אַני-מאמין. אין ישׂראל אַרבעט זי ווי די פֿאָרזיצערין פֿון דעם פּראָיעקט פֿאַר רעליגיעזן און קולטורעלן פּלוראַליזם בײַם "שתּיל־צענטער", אַ ליבעראַלע נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציע (NGO), וואָס אַרבעט לטובֿת דער געזעלשאַפֿטלעכער ענדערונג. לעצטנס, איז זי אָנגעקומען קיין ניו-יאָרק אויף אַ באַזוך מיט איר ברודער הלל בן-שׂשׂון, וואָס איז אַליין אַן אַקטיוויסט, און האָט גערעדט צו אַ גרופּע ישׂראלים. די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF).
אויפֿן אָוונט האָט זי דערציילט וועגן די פּראָבלעמען וואָס באַווירקן דעם דורכשניטלעכן ישׂראלדיקן בירגער, ווען ער קומט אין קאָנטאַקט מיטן רעליגיעזן עסטאַבלישמענט אין לאַנד. ווי באַוווּסט, הערשט אין ישׂראל דער אָרטאָדאָקסישער עסטאַבלישמענט איבער אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צו די משפּחה-דינים. למשל: אויב אַ פּאָרפֿאָלק וויל חתונה האָבן נישט מיטן אָנטייל פֿון אַן אָרטאָדאָקסישן רבֿ, אָדער אַן אימאַם צי אַ גלח, מוזן זיי מאַכן די חתונה אויסער ישׂראל. "אָבער", זאָגט שירה, "אַ פּאָרפֿאָלק וואָס האָט חתונה געהאַט אויסער ישׂראל, מוז זיך פֿאָרט גטן אין ישׂראל אין אַ רבנישן בית-דין." ווי אַ פּועל-יוצא פֿון דער דאָזיקער אָרטאָדאָקסישער מאָנאָפּאָל, שאַפֿן זיך אַלערליי פּראָבלעמען מיט ענינים פֿון קבֿורה (למשל, ווען די חבֿרה-קדישא איז נישט מסכּים צו ברענגען צו קבֿורה אַזעלכע, וואָס זײַנען, לויט איר האַלטונג, נישט גענוג "עכטע ייִדן"); אָדער, ווען דער בית-דין פּסקנט, אַז דער, אָדער יענער, איז פּסול חתונה צו האָבן, ווײַל ער האָט זיך נישט געהעריק מגייר געווען, דאָס הייסט, נישט אויף אַן אָרטאָדאָקסישן אופֿן.
"סאָלידאַריטעט", פּלאַקאַט |
הלל בן שׂשׂון, וואָס טראָגט אויך אַ געשטריקטע יאַרמולקע, שרײַבט אַ דאָקטאָראַט אין פֿילאָסאָפֿיע בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט און דערצו איז ער טעטיק אין "סאָלידאַריטעט" ("סולידריות" אויף העברעיִש). "סאָלידאַריטעט" איז אַ באַוועגונג אין ישׂראל וואָס שעפּט אינספּיראַציע פֿון דער באַקאַנטער פּוילישער באַוועגונג "סאָלידאַרנאָשטש", און דעפֿינירט זיך, ווי "אַ באַוועגונג פֿאַר בירגערלעכע רעכטן". צום מערסטנס, פֿירט זי אַן אַרבעט קעגן דער ישׂראלדיקער קאָלאָניזירונג פֿון מיזרח-ירושלים, למשל, אין דער שייך-דזשאַראַך געגנט, אָבער זי איז אויך טעטיק אין ישׂראל גופֿא. ער האַלט, אַז די ישׂראלדיקע קאָלאָניעס אויף די שטחים שטערן דעם ווילן צו דערגרייכן אַמאָל אַ הסכּם מיט די פּאַלעסטינער. להיפּוך צו זײַן שוועסטער, זאָגט ער זיך נישט אָפּ פֿון פּאָליטיק: "איך גלייב אין אַ קאַמף, זאָל ער אַפֿילו זײַן אָן געוואַלד, מיינט עס נישט, אַז ער איז ווייניקער מיליטאַנטיש. אונדזערע צילן זענען פּאָליטישע: ברענגען צו אַ מפּלה פֿון דער איצטיקער רעגירונג!". ער האַלט, אַז די איצטיקע כּנסת שפּיגלט למעשׂה נישט אָפּ די ישׂראלדיקע גאַס און דעפֿינירט דעם הײַנטיקן מצבֿ אין דער מדינה, ווי "אַ קאַלטער בירגער־קריג".
וואָס שייך דער פֿראַגע פֿון סאָציאַלע פּראָבלעמען, וועלכע עס האָבן אַרויסגעהויבן די געצעלט-פּראָטעסטן דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, זאָגט ער, אַז אַלע מיטגלידער פֿון "סאָלידאַריטעט" זענען געווען אין דעם טעטיק. דאָך, האָט מען זיי נישט געלאָזט זײַן אַקטיוו אין די פּראָטעסטן ווי אַ באַזונדערע גרופּע, ווײַל מע האָט זיי געהאַלטן פֿאַר "צו פּאָליטיש-געשטימט".
"׳סאָלידאַריטעט" מיינט צונויפֿצובינדן מענטשן פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן, נישט געקוקט אויף דער אידענטיטעט-פּאָליטיק", האָט פֿאַרענדיקט זײַן אויפֿטריט הלל בן שׂשׂון. "מיר שטרעבן, אַז אין ישׂראל זאָל וואָס ווייניקער זײַן סעגרעגאַציע און עס זאָלן זיך מערן די אַקטן פֿון סאָלידאַריטעט, כּן ירבּו!"