|
יעד ביראַן שטייט בײַם אַרײַנגאַנג פֿון "בית-הבונד" אין תּל-אָבֿיבֿ |
Credit: Adi Mahalel |
ווען מע רעדט געוויינטלעך וועגן דער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ, דער אַזוי גערופֿענער ערשטער העברעיִשער שטאָט, דערמאָנט מען קוים די ייִדישע קולטור און ייִדישע שאַפֿונגען. די היסטאָרישע אונטערדריקונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין דעם נײַעם ייִשובֿ איז דאָך ידוע לכּל. אָבער נישט געקוקט דערויף, וואָס "די ווײַסע שטאָט׳ תּל־אָבֿיבֿ האָט אַ לאַנגע געשיכטע פֿון רדיפֿות קעגן דער ייִדישער שפּראַך, האָט זי פֿאָרט דורך די יאָרן צוגעצויגן צו זיך אַ היפּש ביסל ייִדישע שרײַבער און קולטור-טוער; אַ טייל, נאָר אויף אַ צײַטווײַליקן באַזוך (למשל, צווישן אַנדערן: שלום אַש, יהואש, דער טונקעלער, פּרץ הירשביין), און אַ טייל — אויף אַ פּערמאַנענטער באַזעצונג אויך (ווי יוסף פּאַפּערניקאָוו, דזשיגאַן און שומאַכער און אַנדערע). יעד ביראַן (לייענט: יאַאַד), אַ ישׂראלדיקער וועגווײַזער און דערצו אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור, האָט לעצטנס קאָמבינירט אויף אַ געלונגענעם אופֿן די צוויי אַספּעקטן אין זײַן לעבן. ביראַן האָט לעת-עתּה שוין אַנטוויקלט צוויי מינים עקסקורסיעס, נאָכפֿאָלגנדיק די טריט פֿון ייִדישע שרײַבער אין ישׂראל. ער פֿירט איין עקסקורסיע אַזאַ אין ירושלים, און איינע — אין תּל-אָבֿיבֿ. אין יוני האָב איך אָנטייל גענומען אין זײַן תּל-אָבֿיבֿער שפּאַציר.
אָנגעהויבן האָבן מיר פֿון דער צענטראַלער ראָטשילד־גאַס ווען זי טרעפֿט זיך מיט דער "נחלת בנימין"־גאַס, בײַם "אַנדרטת המייסדים" (דאָס גרינדונג־אָרט). דעם דאָזיקן דענקמאָל האָט מען אויפֿגעשטעלט אין 1949, כּדי אָפּצייכענען 40 יאָר פֿאַר דער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ; דאָרטן האָט מען אויסגעגראָבן דעם ערשטן ברונעם און אַזוי, כאָטש אויף אַ סימבאָלישן אופֿן, פֿאַרלייגט די יסודות פֿון דער נײַער שטאָט. וואָס שייך דעם מיטאָס, אַז תּל-אָבֿיבֿ איז "געגרינדעט אויף די זאַמדן", ווײַזט ביראַן אַ בילד פֿון יענער תּקופֿה פֿונעם זעלביקן אָרט, וואָס ברעכט דעם דאָזיקן מיטאָס. מע זעט דאָרט צווישן אַנדערן: די געגנט "נוה צדק", אַן אַראַבישע געגנט אין יפֿו, און די באַרימטע סעדער (די פּרדסים) פֿון יפֿו. "און ממש אויף זאַמדן", גיט ביראַן צו, "האָט מע פֿאַקטיש גאָרנישט געבויט".
ביראַן שטעלט תּל-אָבֿיבֿ פֿאָר ווי ‘די וואַרשע פֿון פּאַלעסטינע’, "די וואָס האָבן געגרינדעט די שטאָט, זענען סוף-כּל־סוף געווען נישט קיין פּיאָנערן. די פּיאָנערן האָבן זיך באַזעצט אין ‘ווילדערע’ און אַגריקולטורעל-באַשטימטע ערטער. קיין תּל-אָבֿיבֿ זענען געקומען די פּליטים און אימיגראַנטן, מחמת די עקאָנאָמישע שוועריקייטן, און ווייניקער, צוליב הויכע ציוניסטישע אידעאַלן. זיי האָבן געטרוימט קליינבירגערלעכע חלומות פֿון אַ הויז און אַ גוטער לעבנס-קוואַליטעט, און תּל-אָבֿיבֿ איז דאָך געווען אַ שטאָט פֿון האַנדל". ביראַן ווײַזט אויך אַז "די העברעיִשע שטאָט" איז אויך עפּעס וואָס איז אויסגעזויגן פֿונעם פֿינגער. "תּל-אָבֿיבֿ איז געווען זייער אַ קאָמפּליצירטע מולטי-קולטורעלע און קאָסמאָפּאָליטישע שטאָט, וווּ די ייִדישע שפּראַך האָט אויך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע.", זאָגט ער.
ביראַן פֿירט ווײַטער זײַנע גרופּעס פֿון שפּאַציר-גייער דורך פֿאַרשידענע פּונקטן אין תּל-אָבֿיבֿ, למשל, צום ציוניסטישן קלוב, צום אַמאָליקן אָרט פֿון ייִדישן טעאַטער, לעבן דעם "י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג" און נאָך און נאָך. לעבן יעדן פּונקט האָט ער בדרך-כּלל אויך אַ שטיקל טעקסט פֿאָרצולייענען. ער לייענט די טעקסטן סײַ אויף ייִדיש, סײַ אין דער העברעיִשער איבערזעצונג. עס ווענדט זיך אינעם עולם. ס׳רובֿ פֿון זײַנע שפּאַציר-גייער קענען אַ ביסל ייִדיש פֿון דער היים, "און זיי זענען זייער צופֿרידן", דערציילט ביראַן, "צו הערן אַ ייִדיש וואָרט." "דאָך", זאָגט ער, "ווען מיר קומען, למשל, אָן צו "בית-הבונד" אין תּל-אָבֿיבֿ (דאָס הויז פֿון "אַרבעטער-רינג" און דעם "בונד" אין ישׂראל, וואָס געפֿינט זיך אויף רח׳ קלישר 48, "אַ ניי אָרט אויך פֿאַר די תּל-אָבֿיבֿער און אַפֿילו שבתּל-אָבֿיבֿער, פֿאַרשטייען זיי, אַז ייִדיש האָט אויך אַ פּאָליטישן באַטײַט. דער פּאָליטישער באַטײַט פֿון ייִדיש, וואָס זיי הערן וועגן דעם צום ערשטן מאָל אין זייער לעבן, שאַפֿט פֿאַר זיי אַ באַטײַטנדיקע איבערלעבונג, ווײַל זי שטײַגט איבער דעם באַגרענעצטן אַספּעקט פֿון נאָסטאַלגיע צו ייִדיש."
איין טעמע וואָס מע קען, ווי געזאָגט, נישט אויסמײַדן בשעת מע רעדט וועגן ייִדיש אין ישׂראל, איז די גאַנצע געשיכטע פֿון "מלחמת השׂפֿות", אָדער "די שפּראַך מלחמה". ווי באַוווּסט, פֿלעגן די עבֿרית-פֿאַנאַטיקער אין לאַנד טעראָריזירן יעדן איינעם און יעדע אינסטיטוציע אין לאַנד, וואָס האָט זיך דערוועגט צו באַניצן מיט "פֿרעמדע שפּראַכן", די ייִדישע שפּראַך בתוכם. איין שטיקל טעקסט וואָס ביראַן לייענט פֿאָר פֿאַר זײַנע גרופּעס, איז גענומען געוואָרן פֿון יהואשן. דער ייִדישער דיכטער האָט אין 1914 באַשריבן דעם גורל פֿון ייִדיש-טעטיקייט אין יענער צײַט, ווען די גוטע חבֿרה פֿון "גימנאַזיע הרצליה" פֿלעגן אָנהייבן מאַכן אַ באַלאַגאַן:
"די זעלביקע בחורים האָבן בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט באַלאַגערט דאָס הויז וווּ עס איז אײַנגעשטאַנען אַ באַרימטער ייִדישער שריפֿטשטעלער און האָבן אים נישט געלאָזט גיין אויף אַ רעפֿעראַט [אַפּנים רעדט יהואש דאָ וועגן חיים זשיטלאָווסקין, ע. מ.] וואָס ער האָט געזאָלט האַלטן אויף ייִדיש. בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט... האָבן [זיי] געמאַכט אַ ‘כעמישע אָבסטרוקציע’ אין אַ טעאַטער, וווּ די ייִדישיסטן... האָבן אויפֿגעפֿירט אַ ייִדישן שטיק.
"פֿאַר די וואָס ווייסן נישט וואָס ‘כעמישע אָבסטרוקציע’ איז, וויל איך בלויז זאָגן, אַז דאָס איז אַ מעטאָדע פֿון אַרגומענטירן וואָס איז מער איבערצײַגנדיק פֿאַר דער נאָז ווי פֿאַרן שׂכל, און באַשטייט אין דעם געברויך פֿון אַזעלכע שטאָפֿן, וואָס אַפֿילו די מאַרטירער-נאָז פֿון אַ ייִדישיסט קען נישט פֿאַרטראָגן."
שלום אַש האָט געשילדערט אין 1927 זײַן איבערלעבונג, גייענדיק צופֿוס אויף די תּל-אָבֿיבֿער גאַסן: "אַז דו גייסט אין גאַס — פֿון פֿאָרנט גייט אַ ייִד, פֿון הינטער דיר גייט אַ ייִד. וווּ דו זעסט נישט און קוקסט נישט — זעען דיך ייִדישע אויגן. עס איז עפּעס אַ מאָדנע געפֿיל... קענסט אַלעס טאָן, אַלעס זאָגן. כ׳לעבן, עס האָט זיך מיר געוואָלט אויסרופֿן דעם נאָמען ‘זשיד’. עס האָט זיך מיר אַזוי פֿאַרבענקט נאָך דעם וואָרט. און איך האָב מורא געהאַט, אַז עס זאָל נישט אויסגעמעקט ווערן פֿון מײַן לעקסיקאָן..."
נו, ס׳איז קלאָר, אַז ס׳ווערט נישט לאַנגווײַליק במשך ביראַנס שפּאַצירונגען. זיי זענען טאַקע אַ נײַער און שיינער אופֿן זיך צו באַקענען מיטן לאַנד ישׂראל, פֿאַר די ישׂראלים און על-אַחת-כּמה-וכּמה פֿאַר באַזוכער פֿון אויסלאַנד.
אויב מע וויל באַשטעלן אַן אָרט אין איינער פֿון יעד ביראַנס עקסקורסיעס איבער תּל-אָבֿיבֿ צי ירושלים, זאָל מען שרײַבן אויף דעם בליצפּאָסט אַדרעס: theyiddishwalk@gmail.com